בלאט 2 פון 16

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 5:55 pm
דורך למדן
ווער איז דער הרב נתן אלטמאן? דער וואס פלעגט פיהרן די מענזע אויף 53 ביי 13?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 9:41 pm
דורך berlbalaguleh
קרעקער האט געשריבן:דריי קעיסעס געעגנדיגט דע וואך אין מאנסי אליינס
טויבענפעלד און טורנער האבען זיך ארויסגעדרייט פין גיין זיצען
פארוואס איז עס פאר קאהן נישט געלינגען און ער האט באקומען 10 יאהר?
אלע האבען געהאט די זעלבע לויער ק גריביטץ

קענעטה גריבעץ האט גוט געדאוונט אויף פרנסה דעם פארגאנגענעם ר"ה און יוכ"פ.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 9:47 pm
דורך berlbalaguleh
לעמאן דזשוס האט געשריבן:רחמנא ליצלן


אינאסענט אנטיל פראווען גילטי, ביאנד עני ריזאנעבעל דאובט

דא בין איך מסכים מיט דיין סארקאזם. לאפוקי ..... איך וויל נישט ארויסשרייבן דעם נאמען. ווייל געפילטע 'עט מיך אנשרייען אז "פארוואס א שווארץ יאר שלעפ איך אטריין א יעדן סאבדזשעקט צוריק צו די סאמאטוכע הידועה".

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 9:49 pm
דורך berlbalaguleh
למדן האט געשריבן:ווער איז דער הרב נתן אלטמאן? דער וואס פלעגט פיהרן די מענזע אויף 53 ביי 13?

יאאא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 10:09 pm
דורך געפילטע פיש
berlbalaguleh האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:רחמנא ליצלן


אינאסענט אנטיל פראווען גילטי, ביאנד עני ריזאנעבעל דאובט

דא בין איך מסכים מיט דיין סארקאזם. לאפוקי ..... איך וויל נישט ארויסשרייבן דעם נאמען. ווייל געפילטע 'עט מיך אנשרייען אז "פארוואס א שווארץ יאר שלעפ איך אטריין א יעדן סאבדזשעקט צוריק צו די סאמאטוכע הידועה".

אנשרייען? חלילה! איך האב עס גראדע געשריבן זייער רואיג, און איך האב הנאה אז די פוינט וואז וועל טעיקען.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 10:19 pm
דורך [NAMELESS]
מאליק אין נא יארק טיימס
http://www.nytimes.com/2013/02/01/nyreg ... -boys.html

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 10:54 pm
דורך דולה ומשקה
דער מעשה מיט מאליק גייט בערך אזוי:

דער טאטע מאליק האט גאר אסאך געלט, פראפערטי אין האט אויך א שוהל.
איין זוהן איז געוועהן גוט אריין געדרייט אין דעם טאטעס ביזנעס, זיין נאמען האט ער ארויף געלייגט אויף רוב רובא פון די בנינים.
די אנדערע דריי ברידער האבען געזעהן די טאטע ווערט עלטער, האבען זיי אנגעהויבען זיך אינטרעסירען, איז פאר זיי שווארץ געווארען פאר די אויגען וואס דער אנדערע ברידער האט דא געטוהן מיט זייער פאהטער'ס נכסים.
איין בילדינג האבען זיי אפגעראטעוועט, אבער די איינציגסטער זאך וואס זיי האבען געקענט אויף דערווייל טוהן, איז געוועהן דאס איבער שרייבען אויף א קאנגרעגעישען, האבען זיי טאקע געעפענט א בית מדרש'ל אויף דערערשטע שטאק.
האבען זיי גענומען א ספר תורה פון זייער פאהטער'ס שוהל, האט דער (פערדע) ברידער, גערופען פאליציי אז מען האט גע'גנב'ט א ספר תורה.

אין דאס צועט זיך שוין צוויי דריי חדשים, (דאס איז געוועהן דער מעשה, אז איינער האט ארויס געטאנצט מיט א ספר תורה אינמיטן פון א הכנסת ספר תורה, פאר ווער ס'געדענקט).

דער (פערדע) ברידער, האט געשיקט איינער א פערשוין, אז ער זאל צוגיין צו איינע פון די ברידער, אז פאר $25,000 גייט ער זיין שטיל, אויב נישט וווער ער מסר'ן אז ער וועט גייט צו דער פאליציי דערציילען אז ער האט איהם מאלעסטיט, אין דא האלט דער פרשה.
קען זיין יש דברים בגב קען זיין נישט, אבער דערווייל דארף ער אדורך גיין די קורט סיסטעם.

אגב דער ברידער (דער גנב) איז א איידעם ביים ירושלים'ער רב הגאון רבי טויביה ווייס שליט"א.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 11:50 pm
דורך איינער
דולה, דו גלייבסט וואס דו שרייבסט אדער דו מיינסט מיר וועלן גלייבן?

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:14 am
דורך דולה ומשקה
ס'איז בבחינת הבוחר יבחר,
נהרא נהרא פשטיה,
ואולי בבחינת קבל הדברים ממי שאמרם
מיר גייט עס איבערהויפט נישט אן,
אדרבה ווייסטו עפעס זאג, סתם אפצופרעגן מיט א מאך פון דער האנט אין מיט א קרום פון דער נאז האט סתם נישט קיין פשט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:32 am
דורך איינער
די אלע רעפארט׳ס אין די מידיע איז נאר א מאך פון דער האנט, אנטשולדיג, אין די היינטיגע אינטערנעט עפאכע קען מען נישט איין רעדן דעם עולם, א מעשה א בוידעם. סי. בי. עס. איז מער באגלייבט אז מען רעדט דא פון ערענסטע חשדים. און נישט פון ״איין״ נאר עטליכע.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:48 am
דורך איינער
איך וויל דאס שרייבן, פאר עס גייען הענגן פאוסטער׳ס אז איינער וואס מאליק האט פראבירט צו העלפן און ארויס צו שלעפן פון שאול תחתית איז געווען א כפיו טובה און געמאכט א בלבול 103.

איך ווייס נישט צו מאליק איז שולדיג, יעצט איז ער ביי מיר איינער וואס איז דא אויף אים שווערע באשולדיגן, וואס דארף זייער ערנסט גענומען ווערן, און איך האף אז דער אמת וואס עס זאל ארויסקומן.

אבער איין זאך, די וואס קענען אים פון די נאנט, זאגן אז דאס עפענען א ישיבה איז געווען ביי זיי א רויטע לייט. און ״אויב״ די מעשה איז אמת, האט ער געהאט די ישיבה נאר פאר דעם ציל. שומי שמים!

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:57 am
דורך בונעס איירעס
להוי ידועה ס'קיינמאל קיין ישיבה נישט געווען, געווען איז עס 6 בחורים, וואס קוקען אויס ווי פארסמטע מייז, זענען ארומגעפארן מיט מאליקען אין א אלטן דזשעלאפי אויטא און דעטס אלל.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:21 am
דורך טעפל
איינער האט געשריבן:די אלע רעפארט׳ס אין די מידיע איז נאר א מאך פון דער האנט, אנטשולדיג, אין די היינטיגע אינטערנעט עפאכע קען מען נישט איין רעדן דעם עולם, א מעשה א בוידעם. סי. בי. עס. איז מער באגלייבט אז מען רעדט דא פון ערענסטע חשדים. און נישט פון ״איין״ נאר עטליכע.

ס'איז אזא פראבלעם היינט צו באשאפען איינס אדער עטליכע? כ'ווייס נישט איך פרעג נאר..

נניח ער איז אומשולדיג, מה עליו לעשות

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:30 am
דורך לעמאן דזשוס
רבותי, וואס דארף אזא איד ווי מאליק טון, נניח אז ער איז איין הונדערט פראצענט ריין און ציכטיג ווי א פריש געבוירן קינד

פליען גילטי אויסצומיידן 53 יאר?!

מודה זיין און יושב׳ן צוויי יאר על לא עול בכפיו

מודה זיין און בלייבן ללעג ולקלס און זיך מוטשען מיט שידוכים

אדער מודה זיין און אריינשטעלן א מודעה אין ׳דער איד׳ בלאט און ׳צייטונג׳ אז עכט איז ער נישט שולדיג, נאר ער האט נישט ליב לאנג פארצויגענע טורמע טערמינען!

נאך איין אפשר׳דיגע פלאן דינגן א גרויסע אדוואקאט אראפווישן א דרייפערטל מיליאן דאללאר און הערשט נאכדעם געפונען ווערן שולדיג און ח״ו גיין באזוכן וו״ב

(געפילטע פיש, אין ר״ת מעג מען, ריכטיג?)

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 5:20 am
דורך וחלופיהן
עס איז שווער אפילו פאר א לויער צו ראטן אזא איינעם ווייל קיינער ווייסט נישט דעם אמת נאר ער אליין. אויב איז ער שולדיק זאל ער זיכער מודה זיין ווייל אז נישט קען ער זיצן פילע פינצטערע יארן. אבער אויב איז ער באמת אומשולדיק מיז מען זען ווי א שטארקער קייס זיי האבן קעגן אים. אלגעמיין ווי שטערקער די ראיות און עדות איז אלץ מער מסתבר אז אז ער נישט אומשולדיק און דער 'באמת' איז קיין אמת נישט. אבער טאמער זענען די ראיות\עדות שוואך און עס איז דא צו זיי א גוטע הסבר וואלט איך געזאגט געב זיך נישט אונטער. דער זאך איז נאר אז מענטשן רעדן זיך איין אז זיי וועלן קענען שפילן דעם סיסטעם, און אסאך מאל, ליידע, זענען זיי די לויערס מחזק. ממילא הוא הדבר אשר דברתי אז עס איז שווער צו ראטן אזא מענשט און סוף סוף ווייסט נאר ער אליין וואס און ווען האט פאסירט און וואס ער האט צו טון.

דוד קאהן/אברהם פערל פון מאנסי

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 9:12 am
דורך נייגעריגער
קרעקער האט געשריבן:דריי קעיסעס געעגנדיגט דע וואך אין מאנסי אליינס
טויבענפעלד און טורנער האבען זיך ארויסגעדרייט פין גיין זיצען
פארוואס איז עס פאר קאהן נישט געלינגען און ער האט באקומען 10 יאהר?
אלע האבען געהאט די זעלבע לויער ק גריביטץ

דא האט איר ריפארטס פון די אלגעמיינע נייעס אין די צייט [צוריק אין מארטש] וואס דער קאהן/פערל איז ארעסטירט געווארן, קודם פונעם וועבזייטל פון די דזשערנאל נייעס, נאכדעם האט איר אויכעט אינעם ראקלענד קאונטי טיימס.

סתם אזוי איז די מעשה מורא'דיג חששות'פול, א מענטש וואס די עולם פון מאנסי [על כל פנים מיט וועם איך האב גערעדט] האבן קיינמאל נישט געהערט פון איהם, ער וואוינט שוין צענדליגער יאר אין אמעריקא מיט אן אפגעלאפענע וויזע, און ער האט צוויי נעמען מיט וואס ער רופט זיך [ואם בוא יבוא יענער חכם און טענה'ען: "הרב נייגעריגער און דו האסט דען נישט קיין צוויי נעמען, דו הייסט דאך מסתמא נישט נייגעריגער אין דיין פאספארט"?, וועל איך מקיים זיין דעם ענה כסיל אז כ'מיין יעדער העט מודה זיין אז א פען ניק נאמען וואס מען ניצט נאר אינעם ווירטואלן וועלט איז נישט ס'זעלביגער פון צוויי נעמען - ערשטע און לעצטע - אין ריעל לייף] כ'מיין פארוואדזעט ברויך א מענטש צוויי נעמען נישט אויף צו קויפן טשאלענט ביים שמש פרייטאג?

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:30 pm
דורך הדד בן בדד
קופערניקוס האט געשריבן:און יעצט איז צייט רבותי, נישט אין דריי יאר ארום, צו אפירקומען און זאגן "איך ווייס שוין לאנג" מיין ברודער'ס שוואגער האט מיר שוין לאנג צוריק געזאגט...ער האט אמאל געקוקט אויף מיין זיפער... יעדער ווייסט, איך האב אליין געזעהן, וכו', וכו'
ולעומת זה, יעצט איז די צייט צו גיין זעהן די טיר אן קיין שלאס, וואס אן קיין שלאס? אן קיין קליאמקע בכלל, להוציא מלבם.
יעצט איז די צייט נאכצוגיין די בחורים און זעהן ווי זיי גייען קליינע גאטקעלעך, זאגן די F ווארט, און זענען שוין בכלל עקטארס נאך פון אלס תינוק משדי אמו, און אז מע'רעדט שוין איבער די מאמע, זי איז א זונה מזונזנת פון געבורט אויס, זי שטאמט פון זוני זונות בת אחר בת צו רחב הזונה, וכו' וכו', כיד הדמיון הטובה על המקוואות


קופערניקוס, איך האב דיך געלייקט, און דער סיבה דערפאר איז ווייל דו האסט זייער א גוטן סענס אוו היומער, און דו האסט מיך געמאכט לאכן. איך האב געהאט היינט זייער א שווערן טאג, און יעצט האסטו ארויפגעצויגן א שמייכל אויף מיין פנים. יישר כח.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:40 pm
דורך הדד בן בדד
איך קען גראדע דעם קאהן, שוין פאר קרוב צו פופצן יאר. נישט עפעס עקסטער, אבער איך קען אים אויפן פנים, אלס דוד קאהן (איך פלעג אלס טראכטן אז שטעל זיך פאר מ'וועט זיך טועה זיין צווישן אים און תו"א רבי (ער האט נאך דעמאלס געוואוינט אין מאנסי))

דוד קאהן / אברהם פערל

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:58 pm
דורך נייגעריגער
איך דריי מיר אין מאנסי, און נישט נאר אין איין ס'מדרש אדער קהילה און אויף עטליכע פלעצער האט מען גערעדט פון דעם פרשה, און פון די אלע מענטשען האט אים קיינער נישט געקענט!

עניוועי, דו האסט אויכעט געוואוסט זיין אנדערע נאמען אדער ס'האט געווען א סוד?

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 4:02 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:רחמנא ליצלן


אינאסענט אנטיל פראווען גילטי, ביאנד עני ריזאנעבעל דאובט

דא בין איך מסכים מיט דיין סארקאזם. לאפוקי ..... איך וויל נישט ארויסשרייבן דעם נאמען. ווייל געפילטע 'עט מיך אנשרייען אז "פארוואס א שווארץ יאר שלעפ איך אטריין א יעדן סאבדזשעקט צוריק צו די סאמאטוכע הידועה".

אנשרייען? חלילה! איך האב עס גראדע געשריבן זייער רואיג, און איך האב הנאה אז די פוינט וואז וועל טעיקען.[/quo
דו ווייסטאך דע מעשה פון "טאטע שיק מיר הויזן". איך האב עס געליינט ווי א "קול ענות גבורה". אין עני קעיס. דע פוינט וואס וועל טעיקען.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 4:10 pm
דורך berlbalaguleh
בונעס איירעס האט געשריבן:להוי ידועה ס'קיינמאל קיין ישיבה נישט געווען, געווען איז עס 6 בחורים, וואס קוקען אויס ווי פארסמטע מייז, זענען ארומגעפארן מיט מאליקען אין א אלטן דזשעלאפי אויטא און דעטס אלל.

אויב ר'האט קיין געלט אויכעט נישט געמאכט, פרעגט זיך די אלטע קשיא. "אם כן למה זה אנוכי"?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 7:30 pm
דורך הדד בן בדד
נייגעריגער האט געשריבן:איך דריי מיר אין מאנסי, און נישט נאר אין איין ס'מדרש אדער קהילה און אויף עטליכע פלעצער האט מען גערעדט פון דעם פרשה, און פון די אלע מענטשען האט אים קיינער נישט געקענט!

עניוועי, דו האסט אויכעט געוואוסט זיין אנדערע נאמען אדער ס'האט געווען א סוד?


דעם אנדערן נאמען האב איך נישט געקענט. זעהט אויס אז דאס אנדערע נאמען איז געווען מער עפעס א לעגאלע זאך

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 7:21 am
דורך איציק
טעפל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:אוי איך האב נישט קיין כח, אידען געטס ענק אכטונג, אידען הערט'ס אויף מסר'ן מענטשען פאר שנאה (וואס יא צו טון איז שוין דא צענדליגע אשכולות!)

אידען הערטס אויף צו זיין חזירים אדער שניידטס ענק אפ די מעשה. איך האב נישט קיין כח צוצוקוקן די צער פון די אומשולדיגע וויקטימס.

אשפג דו האסט מיר ערלעדיגט :lol: :lol: :lol: עד כדי כך אפשניידען די מעשה, איך געדענק צופעליג א ברסלבר בעל תשובה אין הר צבי שול אין ירושלים וואס האט געהערט די הארבקייט און גענומען א שוחט מעסער און.....ער איז כמעט זיך צאמגעקומען מיטן שטן אליינס..

יענער איז נישט געווען קיין ברסלעבער בעל תשובה. איך האב אים פערזענליך געקענט. ער איז געווען א גייסטיש גערירטער בחור פון א היימיש שטוב, געלערנט אין די קינדער יארן אין איינע פון די UTA חדרים אין נ.י.
היות ער איז געווען אריין\ארויס פון א משוגעים הויז וואו ער איז אויסגעשטאנען נסיונות מצד די גייסטיש קראנקע פון דעם אנדערן מין, האט ער באשלאסן צו מאכן א סוף צו די נסיונות. נעבעך.
און גיי פארשטיי, עס איז אים גאר געלונגען!