בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 1:07 am
דורך משה געציל
יישר כח פארן קלאר מאכן, איך האב אייך שלעכט פארשטאנען.

ענטפער צו בערל

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 3:13 pm
דורך קאווע טרינקער
berlbalaguleh האט געשריבן:א יישר כח פאר דעם שיינעם ניגון. דו זאגסט אז "מ'האט די פרוי פארשטיינערט מיט ווערטער. א מזל אז אין וויליאמסבורג איז נישט דא קיין לויזע שטיינדלעך.ווייל אויב נישט וואלט מען איהר פארשטיינערט מיט עכטע שטיינער.

מ'קען דן זיין צוליב איסור מוקצה, און הכנה העלפט לכאורה נישט, פונקט ווי א עירוב העלפט נישט.

ענטפער צו קאווע!

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 3:21 pm
דורך לעמאן דזשוס
סטמר איז שוין אונטער
די זאך איז שוין ארלעדיגט
קענסט שוין ווערן מונטער
אפילו אנדערש מען פרעדיגט

שטיינער גרייכן נישט קיין ציל
געענדיגט די צייטן
די דיעי נעמט נישט קיין דיל
ער מאכט זיי אלע לייטן

"ענטפער" אנגענומען

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 3:56 pm
דורך קאווע טרינקער
.

נשלח: מוצ"ש מאי 27, 2023 10:28 pm
דורך מילך טראק
משה געציל האט געשריבן:היינט ווען דער בעל קורא האט געליינט די עשרת הדברות איז מיר אריין א שטיקל מחשבה אין קאפ, ווי אזוי די עשרת הדברות וואלטן ווען אויסגעקוקט ווען עס ווערט ווען געגעבן אין יארע 2013.
רוב חסידות'ן וואלטן ווען געהאט בערך דעם זעלבן אויסלייג מיט אפאר שינויים:
וזאת למודעי, אויב איינער שפירט זיך באטראפן זאל ער עס נישט ליינען, איך שרייב נאר פון מיין -קאווע שטיבל- קוק ווינקל (אין ביהמ"ד האלט איך פונקט ווי דיר). יעדער איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש.


איך בין אייער רבי דער איינציגסטער
חלילה גלויבן אין פירער א צווייטער
קיין בילדער פון אנדערע ביי אייך זיך נישט טרעפן
נאר מיט מיר צוזאם ווען פירות ער טוט עסן

דיין האנט אויפהייבן אומזינסט איך פארבאט
פון מיר ערלויבעניש אויף א יעדע ריר און טראט
דעם זיבעטן זאלסטו ערליך געדענקען
צו מיר זיך קניען אויף פארענטשעס שאקלען

דיינע עלטערן עהרע טוה אפגעבן
ווי לאנג אין חסידות ער טוט נישט שטערן
אומברענגען איז געווענליך פארבאטן
אויסער אויב דער פארשוין פון מיר טוט אפשפאטן

לאנגע קליידער נישט געפאסט און שמאל
נישט קיין ניאוף, טייטס מיט סימס דיק ווי שטאל
רויבן פאר דיר נישט ערלויבט
נאר פאר מיר ווען מיין ברידער איך צוטרויט

קיין פאלשע עדות טוה נישט אין א חבר זאגן
פאר מיינעט וועגן אין געריכט הויז זאלסטו אנקלאגן
גלוסטן דו זאלסט נישט יענעמס פארמעגן
דיין געלט זאלסטו מיר ווייטער ברענגען
יוש איז דאס גוט