גייען מיר ווייטער?
אין דעם פריער'דיגן פרק האבן מיר זיך באקענט מיט די בריאה וואס הייסט 'מיואן', די לענג פון זייער לעבן איז נישט מער ווי צוויי מיליאנ'סטלעך פון א סעקונדע, מיר האבן געהאט צוויי גרופעס, גרופע א' איז געשטאנען אויפן פלאץ – סטעישאנערי, און גרופע ב' האט מען אקסעלערעיטעד צו 99.5 פון די ספיד אוו לייט, און מיר האבן אבזערווירט ווי די סטעישאנערי גרופע שטארבט נאך צוויי מיליאנ'סטלעך פון א סעקונדע, אבער די פליענדיגע גרופע האט געהאט א לעבן 10 מאהל אזוי לאנג, וויבאלד – זייענדיג אין מאושען – האט זיך זייער צייט פארשטייטערט.
[center]פרק ח'[/center][center]למעשה, ווער איז גערעכט?[/center]אזוי ווי מיר זענען שוין גוט באקאנט מיט 'די פרינסיבעל אוו רעלאטיוויטי', ווייסן מיר אז דאס וואס מיר האבן מכתיר געווען גרופע א' אלס 'סטעישאנערי' און גרופע ב' אלס 'אין מאושען' איז באמת נאר איין צד פון די מעשה - דאס איז ווי אזוי גרופע א' קוקט אהן דעם מצב, גרופע ב' האט אבער פונקט אזא רעכט עס אנצוקוקען פונקט פארקערט: זיי זענען די וואס שטייען אויפן פלאץ, און גרופע א' זענען די וואס זענען אין מאושען, און ממילא – טענה'ען זיי – לויפן די זייגער'ס פון גרופע א' שטייטער.
אין פרק ה' האבן מיר זיך שוין באגעגענט מיט א סיטואציע וואס געוואנדען פון וועלכע קוק-ווינקל מיר קוקן וועלן מיר זעהן עפעס אנדערש, די מענטשן אויפן באן זעהן ווי ביידע פרעזידענטן האבן גע'חתמ'עט אינאיינעם, אבער די וואס זענען אויף די פלאטפארמע זעהן ווי דער מזרח פרעזידענט האט גע'חתמ'עט פריער, דארטן האבן מיר שוין געמוזט שלום מאכן מיט'ן געדאנק אז עס קען זיין אז איין געשעהעניש זאל זיך אויסשפילען אנדערש אין צוויי אנדערע קוק-ווינקל'ן.
דא ביי אונזערע מיואנ'ס זעהט אבער אויס ווי מיר זענען אריין אין א פלאנטער, נישט נאר וועלן ביידע צדדים האבן אן אנדערע מעשה צו פארציילן, נאר דא וועלן ביידע גרופעס טענה'ען אז יענעמ'ס זייגער לויפט שטייטער, מער דראמאטיש: יעדע גרופע וועט טענה'ען מיט א זיכערקייט אז זי איז די גרופע וואס וועט קודם שטארבן, איז וואס גייט דא פאר? שלום מאכן מיט צוויי ווערסיעס פון איין געשעהניש איז איין זאך, אבער אז יעדער זאל זעהן ווי דעם אנדערענ'ס זייגער לויפט שטייטער פון זיין אייגענעם? דאס גייט שוין אריין לכאורה אין א לאגישער אבסורד.
דער תירוץ אויף דעם איז אז אודאי האט זיך יעדער פון די צוויי צדדים זיין מציאות אין וועלכער ער לעבט – ער איז סטעישאנערי און יענער לויפט און ממילא גייט יענעמ'ס זייגער שטייטער, עס וועט אבער קיינמאהל נישט אנקומען צו א מצב אז די צוויי קוק-ווינקל'ן זאלן זיך אנשטויסן 'העד אן' אזוי אז זיי זאלן שאפן אן אבסורד מצב פון וועמענ'ס זייגער לויפט שטייטער.
לאמיר צוריקגיין צו ראובן און שמעון וואס שוועבן אין ספעיס [פרק ג'], יעדער פון זיי האלט אז דער צווייטער איז דער וואס פארט בשעת ער שטייט אויפן פלאץ, כדי צו ענדיגן די ויכוח איינמאהל פאר אלעמאהל האבן זיי זיך אנגעטוהן מיט גרויסע דיגיטעל זייגער'ס, און ווען זיי וועלן זיך פארבייפאהרן איינער דעם צווייטן וועלן זיי ביידע אנשטעלן דעם זייגער צו 12:00, אזוי אז ווען מען וועט שפעטער פארגלייכן די צוויי זייגער'ס וועט מען וויסן למי החותמת, וועמענ'ס זייגער איז די וואס לויפט שטייטער – עס קען דאך נישט זיין אז ביידע זאלן לויפן שטייטער איינע פון די אנדערע.
וכך הוי, ראובן זעהט ווי שמעון קומט צו פאהרן פונדערווייטענס, ער זעהט ווי שמעונ'ס זייגער לויפט שטייט, און בכלל לעבט שמעון אין סלאו מאושען: זיין שאקל מיט די האנט איז שטייט, זיינע אויגן-בלינקן זענען שטייט א.א.וו., שמעון זעהט די זעלבע אויף פארקערט, ער זעהט ווי ראובנ'ס זייגער לויפט שטייט וכו', ווי נאר זיי טרעפן זיך צוזאמען שטעלן זיי ביידע אן זייערע זייגער'ס אויף 12:00 און זיי פאהרן זיך אוועק אין ספעיס.
יעצט, אויב נאך א שטיק צייט וועט מען זיי צוריק צוזאמען ברענגן וועט דאך זיין אוממעגליך אז ביידע זייגער'ס זאלן זיין שטייטער איינע פון די אנדערע, אזוי וועט מען לכאורה קענען אויפווייזן אז איינע פון די צוויי קוק-ווינקל'ן איז נישט גערעכט.
אבער ווי אזוי וועלן ראובן און שמעון זיך צוריק צוזאמען טרעפן? זיי שוועבן דאך אוועק אין פארקערטע ריכטונגען? איין מהלך קען זיין אז ראובן האט א דזשעט-פעק אויף זיין רוקן, און ווען ער איז מחליט נאכצויאגן שמעון צינדט ער עס אן און ער הייבט אן פליען אין שמעונ'ס דירעקציע אזוי אז ער זאל קענען פארגלייכן זיין זייגער צו שמעונ'ס, דא ליגט אבער די נקודת התירוץ: די מינוט וואס ראובן צינדט אן א דזשעט-פעק גייט ער אריין אין 'עקסעלערעיטאד מאושן', דהיינו אז זיין תנועה און ספיד ווערט נשפע פון א דרויסענדיגע כח, און מער וועט ער שוין נישט קענען טענה'ן אז ער איז דער וואס שטייט אויף איין פלאץ און שמעון פארט, יעצט איז שוין כולי עלמא מודה אז ראובן איז אין מאושען, כמבואר לעיל פרק ג'.
ממילא, לאמיר זאגן אז נאכדעם וואס ראובן און שמעון זענען זיך פארביי געפארן מיט 99.5 פון די ספיד אוו לייט האט ראובן געווארט 3 יאהר ביז ער האט אנגעצינדן זיין דזשעט-פעק און אנגעהויבן נאכיאגן שמעון, יעצט 6 יאהר נאך די באגעגעניש דעריאגט ער שמעון, וועט כו"ע מודה זיין אז ראובן איז דער וואס איז געווען אין מאושען, און בשעת וואס אויף זיין זייגער איז נאר אדורך 6 יאהר וועט אויף שמעונ'ס זייגער שוין האבן דורכגעגאנגען 60 יאהר, שמעון וועט זיך מוזן קראצן דעם קאפ זיך צו דערמאנען אין עפעס א ראובן וועמען ער האט באגעגענט מיט 60 יאהר צוריק.
קומט אויס אז מען קען נישט צוזאמען ברענגן די זייגער'ס פאר א 'העד אן קאלישן' וואס זאל ברענגן א לאגישער אבסורדטי, ווייל ווען דו וועסט אויסדרייען איינעם פון זיי און צושטיפן צו דעם אנדערן כדי מען זאל זיי פארגלייכן האסטו איהם אטאמאטיש אריינגעלייגט אין עקסעלערעיטאד מאושן וואו יעדער וועט מסכים זיין אז ער איז דער וואס רוקט זיך.
וועט איהר אודאי אנהייבן שרייען: דאס איז דאך נאר א טעכנישער פראבלעם, למעשה איז דאך לאגיש אבסורד אז עס דארף אויסקומען אז ווען מען וועט פארגלייכן די צוויי זייגער'ס וועלן זיי ביידע זיין שטייטער איינע פון די אנדערע, די טעקניקעליטיס ווי אזוי מען וועט זיי צוזאמען ברענגן וועט מען שוין אויסארבעטן, עס קען נישט זיין אז דאס זאל אוועקנעמען די אבסורדטי.
אויב וועט מען אבער גוט אריינטראכטן און פראבירן אלע ערליי אופנים ווי אזוי מען קען ברענגן די צוויי זייגער'ס צו א דירעקטע פארגלייך, וועט איהר זעהן אז יא, דאס איז טאקע די נקודת התירוץ, ווייל עס איז טעכניש אוממעגליך זיי צו פארגלייכן אויף אן אופן אז עס זאל זיין אבסורד, דאס גיבט א רעכט פאר די צוויי קעגנגעזעצטע קוק-ווינקל'ן צו עקזעסטירן.
לאמיר פראבירן אן אנדערע עצה צו ווייזן דעם אבסורד, ראובן און שמעון זענען ביידע אויסשטאפירט מיט סעלפאונ'ס, זיי שמועסן זיך אפ אז יעדע שעה וועלן זיי אריינזאגן אינעם סעלפאון 'יעצט איז כך וכך אזייגער', עס קומט 1:00 אזייגער און ראובן זאגט אריין: 'יעצט איז איינס אזייגער', במושכל ראשון טראכט ער אז יעצט וועט שמעון מוזן מודה זיין אז ער איז גערעכט, פארוואס? ווייל שמעונ'ס זייגער לויפט דאך שטייטער ממילא ווען ער וועט הערן ווי ראובן איז מכריז 1:00 ווען ביי איהם איז נאך 12:45 וועט ער בעל כרחו מוזן מודה זיין אז ראובן איז גערעכט.
אבער נאכ'ן טראכטן א מינוט כאפט זיך ראובן אז סעלפאון זענדונגען געשעהן נישט אין א רגע כמימרא, זיי באנוצן זיך מיט ראדיא כוואליעס וואס לויפן מיט א געוויסע ספיד, ממילא, וויבאלד שמעון האלט דאך אינאיין אוועקפליען פון איהם, וועט דאך נעמען צייט אז די הודעה זאל איהם דערגרייכן, און נאכן זיך אוועקזעצן און אויסרעכענן די מאטאמאטיקס פון די אפעקט פון שמעונ'ס שטייטערע זייגער קעגן די אפעקט אז די הודעה דארף רייזן אנצוקומען צו שמעון, וועט ראובן צוקומען צו די מסקנא אז נישט נאר וועט עס נישט אויפווייזן פאר שמעון אז ראובן איז גערעכט, נאר עס וועט אנקומען אזוי שפעט צו שמעון אז ער וועט האלטן אז עס איז גאר א ראי' צו זיין שיטה אז ראובנ'ס זייגער איז די וואס לויפט שטייטער.
בקיצור, עס איז טעכניש אוממעגליך ארויסצוברענגן אן אבסורד פנים אל פנים, ממילא האבן ביידע קוק-ווינקל'ן א זכות קיום אין איין בריאה.
----------------
אמר הכותב: איך וועל אייך זאגן דעם אמת, עס זענען דא טעג וואס איך זאג צו מיר: וואס דרייעסטו א קאפ? למעשה איז עס א לאגישער אבסורד, עס איז נישט מעגליך אז ביידע זייגער'ס זאלן ביידע זיין שטייטער איינע פון די אנדערע, דו קענסט האבן כל מיני טעכנישע פראבלעמען שבעולם פארוואס דו קענסט זיי נישט אוועקשטעלן איינע קעגן די אנדערע און אנווייזן: קוק, דא האסטו אן אבסורד מצב, דאס נעמט אבער נישט אוועק פונעם פאקט אז בעיני השכל 'ווייס' איך אז עס איז אבסורד, און טעקניקאליטיס וועט דאס נישט אוועקנעמען.
אין אנדערע טעג זאג איך אבער אזוי: ניין, אזוי ווי עס איז נישט דא קיין אבסעלוט מצב ווי אזוי זמן\מקום זענען, איז דא די פולע מעגליכקייט אז די צוויי מציאות'ן זאלן קא-עקזעסטירן, איי עס איז אבסורד? איז טראכט אריין א מינוט וואס מיינט 'אבסורד', פאר ראובן איז עס דאך נישט אבסורד ווייל אין זיין וועלט גייט נאר שמעונ'ס זייגער שטייטער, די זעלבע איז געזאגט אויף שמעונ'ס קוק-ווינקל, אבסורד קען נאר זיין ווען עס איז דא א דריטער 'נייטראלער' שופט וואס ער באטראכט דעם מצב און פראבירט מחליט צו זיין וואס גייט דא באמת פאר, ממילא, ווען עס וואלט געווען אזא איינער וואלט עס באמת געווען אבסורד – עס איז נישט מעגליך אז דער נייטראלער זאל זעהן ווי ביידע זייגער'ס זענען די שטייטערע, די מעשה איז אבער אז עס קען נישט זיין א 'נייטראלער' דריטער, געוואנדן אין דיין רעלאטיוו תנועה ביסטו אדער אויף ראובנ'ס טיעם, אדער אויף שמעונ'ס, אדער ביסטו א דריטער צד וואס קריגט זיך מיט זיי ביידע.
איז דאס מיינט די פסוק אז עס איז טעכניש אוממעגליך ארויסצוברענגן דעם אבסורד, ווייל עס איז אוממעגליך ארויסצוקריכן פון דיין מציאות און זעהן ווי די צוויי קוק-ווינקל'ן שטויסן זיך צוזאמען, ויש לעיין טובא.
-------------------------
[center]
פרק ט'[/center]
[center]די אפעקט פון תנועה אויף מקום[/center]ווייסן מיר שוין אז תנועה אפעקטירט זמן, יעצט, לאחר כל הדברים והאמת האלה, וועלן מיר זייער פשוט זעהן ווי עס אפעקטירט אויך מקום.
אין פרק ב' האבן מיר געהאט די צוויי ברידער, רזה און שמן, רזה האט געקויפט א נייע קאר און אין די שאו-רום האט ער עס געמאסטן צו זיין 16 פיס לאנג, יעצט דרייווט ער עס אראפ א סטריפ פון א מייל לאנג און ער בעט זיין ברודער שמן זאל מעסטן די לענג פון די קאר מיט א סטאפ-וואטש, ווי אזוי מאכט מען דאס? זייער פשוט, ווען די פארנט פון די קאר קומט אן צו שמן צינדט ער אן די זייגער, און ווען די אונטערשטע חלק פארט איהם פארביי שטעלט ער עס אפ, ער נעמט די סכום פארלאפענע צייט און מאכט עס טיימס די ספיד פון די קאר און ער ווייסט פונקטליך ווי לאנג די קאר איז.
מיר ווייסן דאך אבער אז לויט די פרינסיבעל אוו רעלאטיוויטי וועט רזה זיך באטראכטן ווי ער איז דער וואס שטייט און שמן ריקט זיך, אויב אזוי וועט ער אויך אבזערווירן ווי שמנ'ס זייגער לויפט שטייטער, גאנץ שנעל וועט רזה קומען צו די מסקנא אז שמן וועט מעסטן די קאר צו זיין קורצער ווי ווען עס איז געווען אין די שאו-רום, ווייל ער מעסט דאך מיט א זייגער וואס לויפט שטייטער.
דאס איז א דוגמא פון וואס רופט זיך 'ספעיס קאנטראקשען', ווען מיר זעהן א זאך אין מאושען וועלן מיר עס אבזערווען אלס קורצער ווי ווען עס שטייט אויפן פלאץ, אלעס ווערט קלענער אין די דירעקציע פון די תנועה, אז די קאר פארט למשל פון מערב צו מזרח וועלן מיר זעהן ווי עס האט געשרינקן צו מזרח – אלע אנדערע דיימענציעס בלייבן אומבארירט.
--------------
די קומענדיגע פרק איז די לעצטע אין 'ספעשל רעלאטיוויטי', דארטן וועלן מיר ענדליך הערן איינשטיינ'ס ביאור אין די גאנצע סוגיא, פארוואס טאקע זענען תנועה, מקום און זמן פארבינדן, יעזרני ה' ע"ד כבוד שמו.