בלאט 2 פון 2

נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:37 pm
דורך יידל
"כעמיקאל" איז נישט קיין שלעכטע ווארט! http://blogs.scientificamerican.com/gue ... -bad-word/

הערשל מייזעלס

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 3:26 pm
דורך סאשי פיש
חשבון האט געשריבן:הערשל איז א אגענט. ער איז דא פארן דאלער

פאר וועמען איז ער א אגענט?
פון וועמען מאכט ער געלט?
פאר ווער עס ווייסט נישט לאמיך דערציילען אביסעל היסטארי
ער האט אנגעפאנגען צו רעדען אויף קול מבשר וועגען געזונט און וועגען ווייטימענען נאך פאר ער האט גערעד פון MAXI
נאכדעם האט ער געפענט אן אייגענע האטליין פאר זיין ארגעניזעשין ריאים בריאים האט ער געזוכט א ספאנסער האט ער געטראפען MAXI
ער רעד סיי ווי פון ווייטימענענ"ס זאג ער מען זאל קויפען MAXI מה כל הרעש!!!
דו ווילסט עם אויסצאלען זיין האטליין??
פריי דיך אז ער האט געטראפען א ספאנסער און אזוי קען ער העלפען טויזענטער אידען היטען די געזונט

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 3:31 pm
דורך יידל
נאכאמזל דו שרייבסט עס אין גרויס, ווייל אז נישט וואלט איך קיינמאל נישט געווארן קאנווינסד.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 4:04 pm
דורך סאשי פיש
ווען איך וואלט געוויסט אז איך גיי דיך קאנווינסען וואלט איך עס געשריבען נאך גרעסער!!!

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 11:21 pm
דורך זר זהב
סעוועדזש איז נישט אזוי אקעגן GMO, אינפארמאטיוו ליסטען

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9RN3oKGq8cE[/youtube]

איז נאטורליך געזונטער?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 10:18 am
דורך מי אני
https://youtu.be/7TmcXYp8xu4

https://youtu.be/8PmM6SUn7Es

***

דאס אז מ׳האלט אז וואס איז נאטורליך און מ׳טרעפט אין נאטור איז גוט/בעסער (וההיפך בהיפך) רופט זיך די אפיל צו נאטור פאללאסי [טעות]. דאס איז שוין אין אלגעמיין אפילו נאכ׳ן דעפינירן וואס פונקטליך הייסט ״נאטור/נאטורליך״ און וואס הייסט ״גוט/שלעכט״ (חוץ אין געוויסע קאנטעקסטס - עכ״פ בכלליות זיכער נישט).

דאס איז גאר ענליך צו דוד הום׳ס באקאנטע פראבלעם אין עטיקס (אראפגעברענגט דא אין שטיבל עטליכע מאל) אז אן ״איז״ [ווי אזוי עפעס איז למעשה] מיינט/ברענגט נישט/איז נישט מכריח (דורך דעם אליינס) א ״דארף״ [אז מ׳דארף אדער מ׳דארף נישט עפעס טוהן]. (ועיין ג״כ ערך מור׳ס נאטוראליסטישע פאללאסי: אז מ׳קען נישט מסביר זיין דאס וואס איז בעצם גוט מיט דאס וואס מ׳וויל אדער פילט גוט, אדער פארקערט).

אז מ׳רעדט שוין איז אינטרעסאנט מציין צו זיין צום ענליכן (עמאציאנאלן) לאגישן טעות פון דעם מאראליסטישע פאללאסי, וואס איז אזוי ווי פארקערט: אז וויבאלד עפעס איז גוט/ריכטיג (נאכ׳ן דעפינירן ״גוט/ריכטיג״), איז עס במציאות אזוי (אין נאטור).

Re: איז נאטורליך געזונטער?

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 12:57 pm
דורך מי אני
מענין לענין באותו ענין, סטאָאיסיזם אין פילאזאפיע נעמט אן אז צדק [virtue] איז דאס איינציגסטע ״גוטס״ וואס ברענגט צו (ריכטיגע) צופרידענהייט (עכ״פ באדארף צו), און דאס פארקערטע [vice] איז דאס איינציגסטע ״שלעכטס״ וואס ברענגט צו (ריכטיגע) אומצופרידענהייט (עכ״פ באדארף צו). צופרידענהייט איז דאס וואס דער מענטש דארף שטרעבן דערצו.

דאס איבעריגע אין לעבן [געזונט, פרנסה, נחת וכו׳] איז בעצם נישט נוגע לזה לכאן או לכאן, און בעצם זענען די זאכן ״גלייכגילטיג״ צום ריכטיגן מטרה פון צופרידענהייט. אבער, פונדענסטוועגן דאך, זאגט מארקוס ארעליאוס (און אנדערע), איז אין די ״גלייכגילטיגע״ זאכן דא מדריגות, ווענדענדיג זיך אין זייער ״נאטורליכקייט״. דהיינו, למשל צווישן געזונט און אומגעזונט זאל א מענטש נאכגיין געזונט ווייל דאס איז מער ״נאטורליך״. הגם, דאס אליין איז שווער, אז ווי אזוי דעפינירט מען פונקטליך ״נאטורליך״?

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 3:51 pm
דורך berlbalaguleh
מי אני האט געשריבן:https://youtu.be/7TmcXYp8xu4

https://youtu.be/8PmM6SUn7Es

***

דאס אז מ׳האלט אז וואס איז נאטורליך און מ׳טרעפט אין נאטור איז גוט/בעסער (וההיפך בהיפך) רופט זיך די אפיל צו נאטור פאללאסי [טעות]. דאס איז שוין אין אלגעמיין אפילו נאכ׳ן דעפינירן וואס פונקטליך הייסט ״נאטור/נאטורליך״ און וואס הייסט ״גוט/שלעכט״ (חוץ אין געוויסע קאנטעקסטס - עכ״פ בכלליות זיכער נישט).

דאס איז גאר ענליך צו דוד הום׳ס באקאנטע פראבלעם אין עטיקס (אראפגעברענגט דא אין שטיבל עטליכע מאל) אז אן ״איז״ [ווי אזוי עפעס איז למעשה] מיינט/ברענגט נישט/איז נישט מכריח (דורך דעם אליינס) א ״דארף״ [אז מ׳דארף אדער מ׳דארף נישט עפעס טוהן]. (ועיין ג״כ ערך מור׳ס נאטוראליסטישע פאללאסי: אז מ׳קען נישט מסביר זיין דאס וואס איז בעצם גוט מיט דאס וואס מ׳וויל אדער פילט גוט, אדער פארקערט).

אז מ׳רעדט שוין איז אינטרעסאנט מציין צו זיין צום ענליכן (עמאציאנאלן) לאגישן טעות פון דעם מאראליסטישע פאללאסי, וואס איז אזוי ווי פארקערט: אז וויבאלד עפעס איז גוט/ריכטיג (נאכ׳ן דעפינירן ״גוט/ריכטיג״), איז עס במציאות אזוי (אין נאטור).

מי אני: איין זאך איז זיכער אז נאטורליך געוואקסענע אגריקולטור פראדוקטן זענען ביז צו א געוויסע גראד בעסער ווי כעמיש פראצעסירטע פרוכט און פראדיוס. אבער דאס איז נאכנישט קיין 100% שוץ אקעגן פארשידענע מחלות און שוואכקייטן אין לעבן פון באשעפענישן . (מענטשן און חיות). לאמיר נאר אננעמען איין באשטאנדטייל פון דעם גאנצן פראצעס פון וואקסן עסנווארג. די פערטילייזער ביי ארגאניש געוואקסענע פראדוקטן איז נאטורליך. ס'קומט פון בהמות. און ביי די סטענדערט פארם פראדוקטן איז עס פון כעמיקאלן. און פון די אנדערע זייט. די סטענדערד פראדוצירטע אגריקולטור פראדוקטן זענען נישט קיין סם המוות מ'הערט נישט אז טויזנטער מענטשן זענען געשטארבן, ל"ע ווייל זיי האבן געגעסן עסנווארט געקויפט אין גראסערי.

די פרוי אדעל דעיוויס (ע"ה) איז געשטארבן אין מידל עידזש פון קענסער, ל"ע. און זי האט געשריבן עטליכע בוקס איבער קאכן און עסן נאטורליך פראדוצירטע עסן.

ס'איז פארהאן א צייט ווען מ'מוז יא אנקומען צו כעמיש פראדוציר'טע מעדיצינען. און ביי דעם העלפט נישט די נאטורליכע הייל מיטלען. ווער ס'זאגט אנדערש איז אדער אומוויסנד. אדער א שארלאטאן.

איך אליין האב אמאל געליטן אויף א געוויסן דיידזשעסטיוו פראבלעם. ביניך אריינגעגאנגען צו איינעם פון די 2 גרויסע ווייטעמין מאנופעקטשורערס וועלכע סופלייען דעם היימישן עולם, אין זיין סטאר אין בארא פארק. און כ'האב געפרעגט אויב ער האט א סופלעמענט פאר מיין פראבלעם. האט מיר דער בעה"ב און גרינדער פון די (גרויסע) קאמפעני געזאגט אז פאר מיין געוויסן פראבלעם וועט נישט העלפן קיין שום ווייטאמין אדער סופלעמענט. נאר איך מוז גיין צו א דאקטער און נעמען עכטע מעדיצין...! עטליכע טעג שפעטער האביך געזעהן אין א מעגעזין אז די אנדערע ווייטאמין פאבריק אדווערטייזן אז זיי האבן יא א סופלעמענט פאר מיין פראבלעם. איך האב זיי אבער נישט געגלייבט אפילו איין %. כאטש זיי אדווערטייזן אז זיי טוען ריסוירטש אויף אלע זייערע פראדוקטן אין זייערע העלטה לעבס...!