בלאט 1 פון 1

גבולות הר הבית

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:24 pm
דורך חד גדיא
אפגעטיילט פון דא.

וויליאמסבורגער האט געשריבן:אזוי שפאצירנדיג אין די אראבישע געסלאך האב איך מיך פלוצלונג געזעהן פאר א גרויסן טויער, ווי איך האב קלאר געזעהן די גאנצע אראבישע מעטשעט אויפ'ן הר הבית מיט די פולסטע פראכט. איך בין געשטאנען נישט מער ווי 250 פיס אוועק פון די מעטשעט. ביים טויער זענען געשטאנען איזרעילי פאליציי וואס האבן געהיטן אז קיין שום איד זאל נישט דורכגיין דעם טויער אנצוקומען צו דעם מעטשעט.


וויליאמסבורגער, דו ברענגסט מיר אויף קנאה שפייעכץ מיט דיין געשמאקע שילדערונג. אבער במחילת כבודך, איך האב מורא אז דו האט נישט נאר עובר געווען אויף התפעלות פון מדינת הציונים, נאר אויך אויף די איסור פון ארויפגיין אויפן הר הבית. אויב דו ביסט געווען נאר 250 פיס אוועק פון כיפת הסלע מיין איך אז דו ביסט עפ"י הלכה געווען אויפ'ן בארג ר"ל.