צווישן אונז גערעדט איז דאך דער גאנצע יעצטיגע כינוס מועצת א נארישער בילדער פארזאמלונג פאר די אויסגעהונגערטע ישראל'דיקער פרעסע.
ווער עס קען אביסל די היסטאריע פון די מועצת גדוה"ת ווייסט אז דאס איז געווען א פארום פון אדמורי"ם, רבנים וראשי ישיבות וועלכע פלעגן זיך צוזאמקומען דן זיין אויף ענינים וואס זענען עומד על הפרק געווען בשעתם, און יעדער חבר האט געהאט שטים רעכטן און נאך א זיצונג פלעגט מען אפהאלטן וואלן, און מ'איז געגאנגן נאכן רוב. עס איז אפילו באקאנט היסטארישע זיצונגן ווי די אלגעמיינע מידיע האט נאכגעפאלגט מיט אינטערעסע היות א החלטה פון די מועצת האט געקענט טוישן די גאנצע פאליטישע מאפע. א שטייגער ווי די מועצת זיצונג וועגן אריינגיין אין ממשלת שמיר וכדומה.
משא"כ די יעצטיגע מועצת זיצונג איז אזא ליצנות ווי דער אהרונישער וועד למשמרת בריוו. עס איז געווען אויסגענומען בעפאר אז מ'גייט נישט רעדן פון נושאים וואס קען ברענגן א אנגעצויגענקייט צווישן די באטייליגטע (א שטייגער דער ענין פון חינוך עצמאי). אזוי אויך זענען שוין די החלטות פונעם כינוס געשריבן געווארן נאך בעפארן פארזאמלונג פונעם מועצת, די רבי'ס און גדולים האבן בלויז געברויכט א שאקל טון מיטן קאפ און שמייכלען צו שוקי לרר'ס פאטאגראף מאשינקע, ובזה הסתיים כל הכינוס ההיסטורי הזה.
אלזא זע איך נישט דאס גרויסע "היסטארישקייט" פון דעם כינוס, און נישט דעם "דורכברוך" אויף ווייטער.
אגב, לידיעה בעלמא, הגם די גור'ער חברה ווילן דאס פרובירן צו פארווישן, אבער בשנת תשס"ט איז אויך פארגעקומען א גרויסארטיגע כינוס מועצת גדולי התורה, נאך מיטן השתתפות פון הגרי"ש אלישיב, הגרמ"י ליפקוביץ, האדמורי"ם מבוסטון, סדיגורה ז"ל ועוד ווי עס איז באשטימט געווארן איבערן עתיד פונעם חינוך עצמאי. (דאכט זיך אז יענער כינוס איז געווען א גרעסערע דורכברוך ווי די יעצטיגע...)
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
מיינונג ביזט גערעכט, אבער איך האלט אז עס איז נאך אלץ א היסטארישע מעמד, דער עצם מציאות אז אזויפיל בעיביס האבן זיך געקענט צוזאמען זעצן אן זיך שלאגן און באקסן...
ממש נישט, די סאדיגורער האט א שיינע פאר הונדערט, די ביאלע האט נאך סאך מער, און די מוצדיצע האט אויך א שיינע פאר אידן, און זייערע טאטעס זענען געווען אין די מועצת משא"כ די דארעגער וואס האט א שיינע פאר הונדערט אבער זיין טאטע איז נישט געווען אין די מועצת (נאך א מזל..)
נייגעריגער, איך וועל דיר ענטפערן. לגבי דעם קלז"ב\בעלז'ער, איז זייער פשוט, איך האב באמערקט אז מען האט אים געריקט, און קענענדיג די סארט פונקציעס און די פאליטיק דארט ארום, קען איך דיר כמעט צוזאגן אז "מען" האט אים געריקט, דער קלז"ב'ער האט זיך נישט אליינס געריקט.
דעם פרשה מיטן באסטאנ'ער האב איך דאך קלאר געשריבן פון ווי עס קומט, איך האב נישט גענומען קיין שום אחריות אויף דעם, סאו אויב דו ווילסט, ביסטו בארעכטיגט צו שרייבן אז עס איז ליגנט. (ד"א איך זעה אויף בחדרי עטליכע אשכולות דיסקוסירן עס, זעה איך אז עס האט יא פאסירט) (נאך א ד"א, שאולזון פאבריצירט נישט געווענליך מעשיות אינגאנצן אויסגעזויגן פון פינגער, ספעציעל ביי אזעלכע קליינע חסידות'ן. ער קען אויפבלאזן א פיצי פיצי מעשה און מאכן דערפון א בארג, אבער אויסצוטראכטן אינגאנצן, דאס וועסטו נאר זעהן ביי די גרויסע קאמפאניס ווי גור, בעלז, וויזניץ אדער סאטמאר).
ווידער די מעשה מיט מודזיץ, קוזמיר וגו' וואס דו האסט געברענגט, איז זייער פשוט, גאנץ מודשיץ באשטייט פון בערך הונדערט פופציג ביז הונדערט אכציג משפחות, און נאך א ביסל איבער די וועלט, קוזמיר האט גארנישט, ער האט א בית מדרש מיט זיינע קינדער, און די צוויי קריגן זיך ניטאמאל. ממילא צו פארציילן אזא מעשה איז סתם געהאקט אין קאפ אריין. איך דארף נישט פרעגן קיינעם.
ווידער דאראג קומט אינגאנצן נישט אין באטראכט, דער בעלז'ער דארף דאס נישט בעטן. און איך קען דיר נישט קומען מסביר זיין פארוואס, איך קען אביסל דעם סיסטעם דארט. דער מחנובק'ר איז א שטארקער אגודה'יסט, עס זענען דא בילדער ווי ער גייט צו די בחירות, ער איז א פייערדיגער חסיד פון זיין פעטער דעם בעלזער רב ז"ל, און אזוי ווי דער רב ז"ל האט גע'חתמ'טע פאר די בחירות, ממילא גייט ער, (דער בעלזער דוקא גייט נישט אליינס).
ממילא קענענדיג דעם בילד דארט אין א"י, שרייט זיך ארויס פון זיך אליינס, אז דאס וואס דו האסט געשריבן, איז אדער סתם פטפוטי דברים בעלמא, אדער אן אומגעלונגען ווערטל פון איינעם וואס קען נישט דעם מצב דארט אין א"י.
איך האב דיר געענטפערט ווייל איך וויל דו זאלסט פארשטיין אז איך האב עס נישט געשריבן ווייל איך טו סתם אזוי מזלזל זיין אין דיר. אויב האב איך דיר וויי געטון, בעט איך דיר איבער.
נ.ב. ולכל השאר, דער ביאלארס פאטער איז יא געווען אין מועצת, און יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט רופן יעדן שמויגער וואס האט צוואנציג אידן. נו שוין, איך מוז שוין לויפן...
דא ווערט באריכטעט אז עס די מועצת וועט זיך צאם זעצען די וואך צו דן זיין וואיאזוי זיך צו א עיצה געבען מיט די מדינה וואס וויל זיך אריין מישען און די לימודים, פארשטייט זיך אז חיים שאולזון האט א גאנצע מעשה ווי עס וועט פארקומען