תגלחת נשים

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
[NAMELESS]

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוודאי אוודאי, פונקט ווי שירות לאומי פאר פרויען, ביידע שטייט אין די זעלבע תורה.........
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך בן תמליון »

דער מקור פון תגלחת נשים איז מיסטריעז, נישטא קיין שום מקור אז עס איז א תקנה פון וועד ארבע ארצות און חלילה נישט ווייזן פאר די ווייבער דעם רמב"ן אנהייב כי תצא ער זאגט פארוואס די יפת תואר איז וגלחה את ראשה: שגילוח שער ניוול גדול לאשה. דאס מערסטע מסתבר איז עס איז געווארן איינגעפירט צו דורך רבנים אדער מעגליך דורך די פרויען אליין קעגן דעם פארשפרייטן קרענק אין איירופע Plica Polonica דאס פארקאלטענטע גרויל האר די גוים האבן געגלייבט האט היילונגס קראפטן אויך איז עס געווען חציצה פאר טבילה זע דא:
http://onthemainline.blogspot.com/2011/ ... ondon.html
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך שמואל שלום שלמה »

בן תמליון האט געשריבן:דער מקור פון תגלחת נשים איז מיסטריעז, נישטא קיין שום מקור אז עס איז א תקנה פון וועד ארבע ארצות און חלילה נישט ווייזן פאר די ווייבער דעם רמב"ן אנהייב כי תצא ער זאגט פארוואס די יפת תואר איז וגלחה את ראשה: שגילוח שער ניוול גדול לאשה. דאס מערסטע מסתבר איז עס איז געווארן איינגעפירט צו דורך רבנים אדער מעגליך דורך די פרויען אליין קעגן דעם פארשפרייטן קרענק אין איירופע Plica Polonica דאס פארקאלטענטע גרויל האר די גוים האבן געגלייבט האט היילונגס קראפטן אויך איז עס געווען חציצה פאר טבילה זע דא:
http://onthemainline.blogspot.com/2011/ ... ondon.html

גראדע א חציצה איז עס נישט געווען, ווייל די פוסקים זאגן אז א שד האט געמאכט די קאלטענעס און ס'איז געווען א סכנה דאס אפצושניידן. אבער ווי שוין דערמאנט דא קען אפשר זיין אז מ'האט מקדים געווען עס אפצושניידן בעפאר די שדים וועלן קומען.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אויב ס'איז אמת אז די סיבת התגלחת איז צוליב חציצה, פארוואס זענען די רבנים נישט מעורר פאר נשים זיך צו שערן פון אונטען באותו מקום.
אין מס' סנהדרין איז מפורש אז דאס איז א ספעציעלע שיינקייט פאר אידישע טעכעטר. וראה עוד בפרק אלו עוברין כמה שקדו חכמים להתיר פארשידענע געשמירעכץ פאר אידישע טעכטער (מיידלעך בכלל) אין פסח כדי זיי זאלן יא יא יא יא יא אויסזעהן שיין.
אגב, כ'האב אמאל בתוך הדברים מציין געווען די גמרא פאר א חתן-מורה-דרך א-ראצער, זיין פנים איז אים רויט געווארן, ס'איז אים געווען א חידוש אין יסודות הדת.
נו, שרייטס אלע "מ'האט אונז פארדרייט די ארגינעלע אידישקייט".
Under influence
מרדכי הצדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 10:11 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך מרדכי הצדיק »

אין אנדערע ווערטער ווילסטע זאגען אז ס'איז א מנהג וואס איז געווארען פין זיך אליינס אן עס געהעריג אדורעך טראכטען, אין איינמאל ס'שוין געווען א מנהג איז עס שוין געווארען א מסורה וואס מען טאר נישט משנה זיין, ס'מאכט סענס פאר עפעס א חסידישע מנהג אבער נישט פאר אזא זאך וואז געווארען אנגענומען אין אין אלע אשכנזישע קרייזען, ס'מיז האבען עפעס א שטארקערע מקור,
ווער גייטעס טרעפען ?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך יידל »

מרדכי הצדיק האט געשריבן: וואז געווארען אנגענומען אין אין אלע אשכנזישע קרייזען,

עממ, די ליטווישע האבן עס נישט אנגענומען. זיי זענען נישט קיין אשכנזים?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך שרייבער »

באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך יידל »

שרייבער האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=14823&hilit=%D7%AA%D7%92%D7%9C%D7%97%D7%AA&start=25

איך האב געמיינט אז נאר אין אייוועלט קען מען נישט עפענען אן אשכול אן באקומען א רייע לינקס אז די אשכול בעצם עקזעסטירט שוין לאנג. יעצט זע איך אז דא אין קאווע שטיבל קען מען אויך נישט :lol: just kidding
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שרייבער האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=14823&hilit=%D7%AA%D7%92%D7%9C%D7%97%D7%AA&start=25

איך האב נישט געוואוסט אז מ'רעדט שוין דערפון אויף אייוועלט, אבער אין בית מדרש (והקאווע שטיבעל שבבית המדרש בעיקר) בלא חידוש.
מסתמא זענען האלב פון די תגובות שוין פארמעקט.

און פאר מרדכי הצדיק:
ליין איבער מיין קשיא פון בראשית, איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי ס'האט זיך אזוי גוט אויפגעכאפט.
זאת ועוד, דיין ווייב/טאכטער אסתר, וואס די מגילה איז מעיד אויף איר שיינקייט, קענסטו זיין זיכער אז זי האט געהאט לאאאאאאנגע האר, אז נישט וואלטסו קיינמאל נישט געווארן א משנה למלך און באקומען המן'ס פאלאץ. טינק אבאוט איט.
אפשר טאקע, צוליב דעם וואס די נס פון פורים איז געשעהן דורך די שיינקייט פון א פרוי, זאל קאווע שטיבל איינפירען אז פורים זאלן אלע פרויען זיך בעסער אהערשטעלן....... און די שיכורים וועלן זאגן הויך וואס זיי טראכטען... ס'וועט זיין לעבעדיג.
Under influence
[NAMELESS]

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וואלט יא געלאזט די סארט געשרייבעכץ, אבער בתנאי אז די ווארט "קאווע" ווערט געטוישט מיט "וויין" , ער שרייבט דברים של טעם, אבער, דא עקא ער שרייבט עס באופן "וואס א ניכטערן אויפן לינג"
מרדכי הצדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 10:11 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך מרדכי הצדיק »

קאווע טרינקער האט געשריבן:און פאר מרדכי הצדיק:
ליין איבער מיין קשיא פון בראשית, איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי ס'האט זיך אזוי גוט אויפגעכאפט.
זאת ועוד, דיין ווייב/טאכטער אסתר, וואס די מגילה איז מעיד אויף איר שיינקייט, קענסטו זיין זיכער אז זי האט געהאט לאאאאאאנגע האר, אז נישט וואלטסו קיינמאל נישט געווארן א משנה למלך און באקומען המן'ס פאלאץ. טינק אבאוט איט.
אפשר טאקע, צוליב דעם וואס די נס פון פורים איז געשעהן דורך די שיינקייט פון א פרוי, זאל קאווע שטיבל איינפירען אז פורים זאלן אלע פרויען זיך בעסער אהערשטעלן....... און די שיכורים וועלן זאגן הויך וואס זיי טראכטען... ס'וועט זיין לעבעדיג.

קודם כל, ווען אסתר וואלט געוויסט אז זיך אפשערען די האר וועט איר העלפען נישט צי אריינפאלען צי אחשורוש וואלט זי עס מסתם געטוהן,

צווייטענס האלט איך אז די גאנצע נושא איז נישט אזא וויכטיגע פאר די שיינקייט פין א פרוי, ווייל צידעקען דארף מען עס עניוועי, אין די מציאות איז אז ווען מען קען נישט גיין מיט די האר אין פאבליק איז עס נישט געהעריג קעירגענומען אין ס'איז בכלל נישט אזא גרויסע מציאה, למעשה אין דורעכשניט זענען די חסידישע ווייבלעך מער אהערגעשטעלט ווי די ליטוואקעס אין ווי די ספרדים סאו כ'מיין אז ס'סתם געדרייט א קאפ, ס'נישט אזא טראגעדיע צי שערען די האר,
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך בן תמליון »

דער גרעסטער חידוש איז נאך שוין נניח אז נעבעך מאיזה סיבה איז און די דערפער געווארן פאפולער א בייזער איינגעפירעכטץ ווילט איר זיך אפשערן כבודכם במקומה מונח, פארוואס אבער איז געווארן א גאנצער יהרג ואל יעבור דערפון? רבי'לעך האבן נישט געטראפן וויכטיקער וואס צו וויינען און שרייען ביי כל נדרי ווי נשים שערט אייך די האר? ווילסטעך שערן ביסט א צדיקת ווילסטו גיין ווי די טעכטער פון ר' פפא וועסטן זיין מיט זיי אין גן עדן.
מרדכי הצדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 10:11 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך מרדכי הצדיק »

בן תמליון האט געשריבן:דער גרעסטער חידוש איז נאך שוין נניח אז נעבעך מאיזה סיבה איז און די דערפער געווארן פאפולער א בייזער איינגעפירעכטץ ווילט איר זיך אפשערן כבודכם במקומה מונח, פארוואס אבער איז געווארן א גאנצער יהרג ואל יעבור דערפון? רבי'לעך האבן נישט געטראפן וויכטיקער וואס צו וויינען און שרייען ביי כל נדרי ווי נשים שערט אייך די האר? ווילסטעך שערן ביסט א צדיקת ווילסטו גיין ווי די טעכטער פון ר' פפא וועסטן זיין מיט זיי אין גן עדן.

יהרג ואל יעבור איז טאקע א איבערגעטריבענע אויסדריק כ'גלייב נישט אז דער חזון איש האט עס געזאגט,
אבער צי זאגען אויף א מנהג וואס איז איינגעפירט בכל תפוצות ישראל אין האט די שטיצע פין די גרעסטע וואס כלל ישראל האט פארמאגט אז ס'איז עפעס א דערפערישע מנהג איז אויך איבער געטריבען,
סך הכל איז איינס עקסטרעים רעכט אין די צווייטע עקסטרעים לינקס,
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: תגלחת נשים

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

זייער פשוט פארוואס שידוכים איז אנגעוויזען אויף דעם, ווייל וויבאלד ס'איז א דראסטישע שריט וואס איז סתם אזוי שווער צי טוהן מיז די וואס פיהרען זיך אזוי זיין זייער שטארק דערמיט אין שטאלץ דערמיט, ממילא ווילען זיי די קינדער זאלען אויך אזוי טוהן,

אין פארקערט דער וואס טוהט עס נישט, איז נארמאל אז ער זאל וועלען דוקא נישט ווייל ס'צי דראסטיש פאר אים, ממילא קומט אויס אז ס'נישט קיין שידוך, אז יעדער האלט זיך ביי זיינעם קען מען זיך נישט משדך זיין,
אין למעשה איז עס פין די קלענסטע פראבלעמען וואס מיר האבען אין גלות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א נייע טאריע האב איך יעצט געזעהן פארוואס מ׳שערט די האר, ווייל אמאל זענען געוועהן קאזאקען וואס פלעגן כאפן אידישע מיידלעך ביי די האר. עניוועי, ליין עס דא , אין א בלאג פון א וויליאמסבורגע פרוי. (אין די קאמענט׳ס דארטען זעה איך אז איינער האט שוין געלינקט דא אהער)
http://jmvho.blogspot.com/2012/07/upgegoolta-kup.html
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

שרגא האט געשריבן:
עדיוקעטעט האט געשריבן:this can be traced to two things that got combined. First of all, a woman goes to the mikveh (ritual immersion) just before her wedding, and every part of her -- every single hair -- must be submerged simutaneously. Naturally, it is easier to do this if the hair is short and cannot float on the water.

In addition, there was a time in Europe when the non-Jewish kings or other rulers had the right to sleep with any bride in their kingdom on her wedding night. This was recently dramatized in the Mel Gibson movie, Braveheart, which was set in Old Scotland. But it was also true throughout much of Europe, including the Eastern and Baltic areas where most Hasidim lived. In many cases, "Prince Charming" was the local rapistand not so charming at all.

You can imagine how horrible it would be for the bride to have to submit to a rape. So the bride often tried to prevent this by shaving her head completely, in the hope that the ruler would think she was ugly and leave her alone. After the wedding, some women grew their hair back, while others chose to keep it short under their head coverings.

ווען מ'קאפיעט פון "יאהו ענסערס" דארף מען עס שרייבן.

:קראץ:

You don't have to be so mean
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

די אריגינעלע אשכול איז איבער די "מקור" פון די נייע מנהג פון תגלחת נשים וואס איז לכאורה אין קאנטראסט מיט אידישע ווירדן פון דורות הקודמים. קיינער האט נישט קיין תירוץ דערויף. נאך מער, יעדער חדר אינגל ווייסט אז דאס איז א תקנה פון וועד הארבע ארצות, אבער אויף דעם איז אויך נישט דא קיין מקור. ס'איז לכאורה אמת אז די מנהג האט זיך אנטוויקעלט יעמאלט אינעם מיטל אלטער, אבער ס'איז נישט דא קיין שריפט אדער מקור אז דאס איז געווען א תקנה ביי די רבנים.

וואס לערענט עס אונז? אז גאנצע שטיקער כלל ישראל קען זיך פירן און מוסר נפש זיין אויף א מנהג וואס יעדער ווייסט ס'איז ניי, קיינער ווייסט נישט פון ווי און פארוואס (מ'האט שפעטער אנגעגעבן צענדליגע סיבות וואס יעדער פאר זיך האט פירכות און ס'איז קלאר אז ס'איז בבחינת פטור בלא כלום אי אפשר). ס'לערענט אונז אז אזוי שפעט ווי 500 יאר צוריק האבן געקענט אריינקומען נייע מנהגים און ס'איז געווערן תורת אמת. כבר היו לעולמים.

לייג צו צום ליסט: יאהרצייט לעכט. וויאזוי איז האט די קריסטליכע מיטל-אלטער שמייליגער מנהג אריינגעדרינגן אין די אידישע קווארטלן?

לייג צו צום ליסט: שליסל חלה. ווי שוין ערגעץ אנדערש ערווענט איז עס לויט אלע ווארשיינליכקייטן א קריסטליכע מנהג פון איסטער.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דרך אגב, דער תשובת חת"ס גיבט זיך נישט אן מיטן מקור, פארקערט, ס'איז ביי אים א דבר פשוט דער איינגעריסענער מנהג. ער ענטפערט נאר פארן שואל פארוואס כלות גייען אין מקוה מיט די האר, פארוואס מ'איז נישט חושש אלס כל העומד לקצוץ כקציץ דמי איז א חציצה. איר הערט? אויב איז עס נישט עומד לקצוץ איז קיינעם נישט בייגעפאלן אז ס'זאל זיין א חציצה, נישט פארן שואל און נישט פאר חת"ס. און דער חת"ס פארטיידיקט די כלות מיט די גרויסע לאנגע לאקן זיך צו טינקען אן קיין חשש חציצה אלס קניפען אדער אלס עומד לקצוץ. מכאן תשובה להנותנים סיבת חשש חציצה, אז דאס איז אבי א דרש תירוץ אויף צוריק.
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

יידל האט געשריבן:
מרדכי הצדיק האט געשריבן: וואז געווארען אנגענומען אין אין אלע אשכנזישע קרייזען,

עממ, די ליטווישע האבן עס נישט אנגענומען. זיי זענען נישט קיין אשכנזים?

But I just don't understand why a woman wouldn't jump on the opportunity to shave her head #1 its anyway 99% of the time covered #2 its something she has to wash & clean & shampoo at least 2 times a week (or more ) #3 she has a problem when it comes to THEHARA vd"l
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

המממ, דו האסט גערעדט צו פרויען? אדער דו פרובירסט זיך צו קאנווינסן? פארוואס בנות ישראל החמירו על עצמן בטיפת דם כחרדל האסטו אויך א באקוועמע תירוץ אדער דארט שרייסטו נשים דעתן קלות? פרויען, אין אלע דורות, האבן זיך אונטערגענומען אסך זאכן וואס איז שווער.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

יומא מ"ז.
ת"ר שבעה בנים היו לה לקמחית וכולן שמשו בכהונה גדולה אמרו לה חכמים מה עשית שזכית לכך אמרה להם מימי לא ראו קורות ביתי קלעי שערי
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

לייען דארוך די אשכול פאר די שרייבסט. די גאנצע שמיעס איז גבויט ארום די גמרא
פארשפארט