בלאט 2 פון 6
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:00 pm
דורך ר' שמחה
berlbalaguleh האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:ביי די רבי'ס וועלכע כאפן זיך אן אין די רביסטעוועס מיט אלע פויסטן זענען נאך דא אזעלכע סקאנדאלן. אבער ביי אונז איז דער מנהג צו זאגן "כ'ווייס נישט."
כצ"ל "כוועיס נישט".
ברוך שכיוונתי. ווען כ'האב געליינט7 די תגובה האט מיר אריינגעבליצט א געדאנק אז מ'דארף עס זאגן מיט'ן ס--- אקצענט. אזוי ווי דער הייליגער רעבע שליט"ע.
הה"ד, על חטא שחטאנו לפניך ביודעים
ובלא יודעים.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:25 pm
דורך גוטע פינטעלך
יאיר האט געשריבן:איך קען נאר חלומ'ן מ'זאל מאכן אזעלכע וואלן פאר אדמורים און רבנים.
יאיר טייערע, וואס איז די גרויסע חלום, אז התאחדות מיט אגודה זאלען זיך צוזאמקומען און אלע אדמורי"ם ורבנים זאלען אויסוועלן בסוד איינער פון זייערע ראנגען?
וועט דאס סעטיספייען דעם ציבור, אדער וועט עס נאר שטערקער מאכען די אינערליכע ראנגלרייען צווישען די אדמורי"ם ורבנים ומשמשיהם?
צא ובדוק די פראבלעמען אין די קירכע.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:13 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין דא א נייע פויפסט?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:24 pm
דורך יאיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוין דא א נייע פויפסט?
דער פראצעדור נעמט עטליכע טעג. ביז סוף וואך, זאגן די אלץ ווייסער, וועט זיין א פויפסט, און מיר וועלן אלע קענען אפאטעמען.
גוטע פינטעלך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך קען נאר חלומ'ן מ'זאל מאכן אזעלכע וואלן פאר אדמורים און רבנים.
יאיר טייערע, וואס איז די גרויסע חלום, אז התאחדות מיט אגודה זאלען זיך צוזאמקומען און אלע אדמורי"ם ורבנים זאלען אויסוועלן בסוד איינער פון זייערע ראנגען?
וועט דאס סעטיספייען דעם ציבור, אדער וועט עס נאר שטערקער מאכען די אינערליכע ראנגלרייען צווישען די אדמורי"ם ורבנים ומשמשיהם?
צא ובדוק די פראבלעמען אין די קירכע.
כאפ א בליק איבער די דיסקוסיעס און אנאליזן אויף די וועב וועמען מען זאל נעמען אלס פויפסט, וועסטו זען אז ס'איז פארט פיל בעסער. אלע זענען מציע אז מען זאל נעמען א יונגער, ענערגישער מענטש, טייל האלטן מען זאל נעמען איינעם וואס איז היבש אויפגעקלערט (אזא קאווע שטיבל סטיל) און זאגט אז ער האט גוטע פריינט אטעאיסטן. אנדערע זענען מציע צו נעמען דוקא איינעם פון אינדרויסן פון איטאליע. מען זוכט ווי אזוי מען קען פארבעסערן דעם אימעזש און צוציען מער מענטשן. משא"כ ביי אונז דרייט זיך אלס ארום ווער עס האט שענערע יחוס און מער מענטשן. קיינעם פאלט נישט איין צו קוקן א משהו אויף יחוס עצמו. ווער רעדט נאך נעמען ספעציעל א כאריזמאטישער מענטש וואס זאל צוציען די יוגנט, מאן דכר שמיה. דאס מיינט נישט אז זיי זענען גרעסערע צדיקים, דאס מיינט אז זיי ווייסן וואס ס'איז גוט פאר זייער טובה, און אז אויב זיי ווילן אנהאלטן זייער פרעסטיזש און פאפולעריטעט מוזן זיי זיך צושטעלן צו די פארלאנגען פונ'ם המון עם.
א שמחה אין אלע באמישע-אידישע הויפן!
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:15 pm
דורך זר זהב
ס'דא א נייע פאופ! כ'זעה ווייסע רויעך ארויסקומען. די שמחה וואס מ'זעהט אויף די פענעמער אויסגעשפרייט איז אומבאשרייבאר! טאטעס מיט זייערע קינדער גייען כאדאראם אויף די פארענטשעס. מ'ווייסט נאך נישט קלאר וועם מ'האט אויסדערוועהלט. איך קענישט שרייבן דא ווייטער איך ווער צודרוקט
רעפארטינג לייוו, זר זהב; די וואטיקאן.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:19 pm
דורך [NAMELESS]
שטיסים, וואס א חיליק ווער עס ווערט דער פירער פון די טומאה, דער הרב עדעס וועט שרייבן נאך א ספר אז על פי קבלה איז נצרות אפגעפרעגט, און דער נייער פויפסט וועט זיך באהאלטענערהייט מגייר זיין, ווילאנג די נוצרים פרעגן נישט אפ הרב עדעס, וועלן זיי גארנישט האבן פון א נייע פויפסט, און צווישן אונז גערעדט, קענען זיי עס אפפרעגן?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:22 pm
דורך היימישער ליטוואק
כולה כעשן תכלה, כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ...
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:24 pm
דורך זר זהב
נו ווער וויל נישט אריינכאפן א ברכע בעפאר פסח, אה איי וויי וויי אה הייליגע מאמענטען.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:26 pm
דורך ידען
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:30 pm
דורך זר זהב
אה א הייליגער ציבור... דאכט זיך איך זעה שמולי בוטח דארט צווישן עולם. אה!
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:36 pm
דורך ידען
זיי זאגען אז די רעגען האט פליצלינג אויפגעהערט
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:41 pm
דורך יאיר
מאכט נישט קיין ליצנות, מ'רעדט דא פון א גייסטליכער פירער פאר איבער א ב-י-ל-י-א-ן מענטשן. דער פויפסט איז בערך אזוי ווי הונדערט טויזנט סאטמארע רבי'ס.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:43 pm
דורך זר זהב
אזאנס צו זאגן?!
דער פויפסט איז ניטאמאל ווי א פערטעל קני ראטענבערג!
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:43 pm
דורך יואליש
גוטע פינטעלך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך קען נאר חלומ'ן מ'זאל מאכן אזעלכע וואלן פאר אדמורים און רבנים.
יאיר טייערע, וואס איז די גרויסע חלום, אז התאחדות מיט אגודה זאלען זיך צוזאמקומען און אלע אדמורי"ם ורבנים זאלען אויסוועלן בסוד איינער פון זייערע ראנגען?
וועט דאס סעטיספייען דעם ציבור, אדער וועט עס נאר שטערקער מאכען די אינערליכע ראנגלרייען צווישען די אדמורי"ם ורבנים ומשמשיהם?
צא ובדוק די פראבלעמען אין די קירכע.
מיר זענען שוין יארן מער ווי די פראטאסטאנטן, ווי יעדער מאכט זיך שבת פאר זיך.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:49 pm
דורך זר זהב
ווענט זיך צי יענער גאסן אינג האט א אידישע נשמה, דאן קען מען עס דעבאטירן. -- דער פויבסט איז נישט ווערט דאס שמוץ וואס סטאנציאנירט זיך אונטער א אידישן פיס נאגל.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:49 pm
דורך היסטאריקער
זר זהב האט געשריבן:נו ווער וויל נישט אריינכאפן א ברכע בעפאר פסח, אה איי וויי וויי אה הייליגע מאמענטען.
ווי שעמסטו דיך נישט צו שרייבן אזוי, אפילו סארקאסטיש שרייבט א איד נישט אזוי
סארי
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:51 pm
דורך יואליש
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:51 pm
דורך זר זהב
היסטאריקער, איך האמיר באצויגן צו סופר ומונה'ס "ברכה" ווארט אויסוואהל.
איך דזשוין דיין אוטרעידזש. מיר זענען אויף איין זייט.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:53 pm
דורך היסטאריקער
ומודה ועוזב ירוחם
נאך אלץ מיין איך אז מען שרייבט נישט אזוי
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:55 pm
דורך זר זהב
איך האב גארנישט מודה געווען. איך האב אפגעחוזקט אין א סארקאסטישן וועג פון סופר ומונה'ס באנוץ (כבודו במקומו) פון "ברכה" און "ציבור"
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:00 pm
דורך גאלד
ברעיקינג!!!! דער נייער פויבסט איז מיקי מאוס!!
דער פויבסט גלייבט דאך אז מ***** נתעברה מרים, אז ישו איז ארויפגעפלויגן אין הימל, און ער האט געליטן צוליב אונזערע זינד, פאר אזא גלויבונג איז מיקי מאוס פערפעקט
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:01 pm
דורך גאלד
דער נייער פויבסט אדרעסירט דער המון
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:02 pm
דורך ידען
סופר ומונה האט געשריבן:מען ווארט אז דער פראנצייזישער קארדינאל טאוראן זאל אויסרופן דעם נייעם פויפסט.
פארוואס ער?