נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:49 pm
קאך_לעפל האט געשריבן:דער אמת איז, אז יעדע פאזיטיווע זאך דארף מען מחזק זיין, זאל דער באשעפער אוודאי העלפן אז דער ארגענעזאציע זאל עכ''פ אנהאלטן ביזן הייליגן יו''ט שביעות הבעל''ט.
איך האב געוואלט פרעגן די אינטעליגענטע קאווע טרינקער, וואס האלט איר גייט די ארגענעזאציע אויף טאן?
למשל: נאך אזא וועבערמאן מעשה, אדער נאך אזא מיילך שפיצער מעשה, נאך אזא חיים האלפערן מעשה? גייט די מידיע זיין שטיל? גייען זיי דען נישט אויפשפילן דער קאנסערוועסיע אויפן נעגעטיווסטע אויפן וואס איז נאר שייך? פארוואס ווייל OJPACK זאל מאריך ימים זיין ווען פאפלעצירן א קליפ? וואו איז דער שכל דערפון?
בכלל די מידיע זאגט אוי און אזוי, און OJPACK זאגט אזוי און אזוי, וועמען גייט א נארמאלע מענטש גלייבען? וועמענס געשיכטע וועט ער ענדערש אפקויפן?
וואס איז די מעשה דא? מען קטנ'ט אויף אונז, און מען זאג אונז אז עס רעגנט גאר?
אלא מאי פיר אויס....
מ'דארף איינשפאנען די גרעסטע שרייבער פון אלע גויאישע צייטונגען, זיי אלע אינטערשמירן זיי זאלן ארבעטן פאר אונז, עפענען א צייטונג וואס זאל אונטערברענגן די פאוסט, טיימס, און דעילי ניוס,
האבן א פי.אר. קאמפאני וואס וועט נישט סתם לאזן לויפן עדס אויף די ראדיאו און ניוס פעיפערס נאר וועט האבן אינערליכע צוטריט צו יעדע פאלאטישאן, פאבליק פיגור און סעלעבערטי, אזוי וועט קיינער זיך נישט דערוואגן אונז צו אטאקירן, לאזן לויפן עדס אין טיימס סקווער, ארגאנאזירן צוזאמקומפטן אין יעדע געגענט וואו די גרעסטע מאכטפולסטע רעדנערס וועלן מסביר זיין פאר יעדע גוי וואס א חרדי'שער איד איז, און ארויסברענגן די שיינקייט פון אונזער לעבן, בקיצור מ'וועט ברעינוואשן די גויאישע גאס און האלטן א שטארקע קאנטראלירבארע האנט אויף יעדע זאך וואס ס'זאל געזאגט און געשריבן ווערן איבער אונז.
סאו שנייד די קרעפלעך, OJPAC איז א ריכטיגע שריט אויפן גוטן ריכטונג, ביז יעצט האט קיינער גארנישט געטוהן און ב"ה אז איינער האט גענומען די לייצעס אין די האנט, דאס איז די ערשטע און אפשר איינציגסטע זאך וואס קען געטוהן ווערן פון אונזער זייט, עפענען א וועבזייטל און פארשפרייטן זיין עקזיסטענץ, לויפן עדס אויף די ראדיאו, שרייבן אפ-עדס און עדיטאריעלס אין די צייטונגען,
איך וואונטש זיי אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא און איך האף אז ס'וועט זיך זיי אויסארבעטן און מיט די צייט וועלן זיי אויסברייטערן זייערע פעולות לטובת הכלל.