נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 2:41 am
@יאיר, מעגליך דאס אסימילאציע ביי ספרדים איז די סיבה פארוואס זיי זענען אסאך ווייניגער אין צאל אויך,
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=2916
יאיר האט געשריבן:מיט דעם גרעסטן רעספעקט צו אלע הויכגעשעצטע וויסנשאפטלער לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל קיין איין טעאריע וואס ווערט דא דערמאנט.
1) די בבלי'שע יוזשעניקס איז אביסל א מוגזם'דיגע זאך [פעלט א מקור] צו זאגן אז צוליב די סעלעקציע זענען זיי געבליבן לדורי דורות אזויפיל קלוגער, ווי מען האט שוין אנגעמערקט. ווי אויך איז שווער צו וויסן וויפיל פון דאס פאלק ביים בית שני זענען טאקע געווען אזעלכע גרויסע חכמים, פון עזרא זעט אויס אז זיי זענען נישט געווען צו שטארק באקאנט אין די תורה און מען האט געקענט טון מיט זיי וואס מען האט געוואלט.
2) די טעאריע פון עם הספר, אז תלמוד בבלי מאכט קלוג, מאכט דאך פשוט שטערקער די קשיא, פארוואס האבן דוקא די אידן אויסגעטראפן די שארפע פלפולים פון תלמוד בבלי (ערגעצוואו האט זיך דאך עס געמוזט אנהייבן) בשעת די קריסטליכע גייסטליכע זענען געווען פארנומען דעבאטירן אויב דער שילוש איז איינס אדער דריי.
3) די געזונטהייט טעאריע איז, במחילת כבוד הפרופסור, נישט אזוי מסתבר, עס איז גאנץ שווער צו זאגן אז אין דעם שטעקט די גאנצע חכמה פון די אידן. איך בין זיכער אז עס זענען דא נאך פילע פעלקער אין די וועלט וואס היטן אויף א געזונטע לעבנסשטייגער און קומען נישט צו צו די חכמה פון די אידן. ווי אויך איז נישט מסתבר אז וויבאלד זיי זענען געווען געזונט האבן זיי געהאט מער צייט זיך אפצוגעבן מיט'ן לערנען, ווייל פון די אנדערע זייט זענען זיי געוען פאריאגט און פארפלאגט צוליב די שווערע גזירות און קיינמאל נישט גענאסן פון די מנוחה וואס זייערע ספרדי'שע ברידער און להבדיל די גויים האבן געהאט. איך וואלט געזאגט פארקערט, צוליב זייער מאראל און העכערקייט און קלוגשאפט האבן זיי געמאכט זיכער זיך צו האלטן ריין און געזונט, ווי אויך צוליב דעם חיוב פון ושמרתם מאוד לנפשותיכם.
4) סורווייוועל אוו די פיטעסט שטימט מיר אויך נישט, צוליב דעם זעלבן טעם ווי נומער 2, פארוואס טאקע איז ביי די אידן אלס געווען די וואס האבן זיך אן עצה געגעבן און דורכגעלעבט אלע שווערע אומשטענדן, בעת אנדערע פעלקער אין ענליכע אומשטענדן זענען געווארן צענישט נאך געציילטע דורות. ווי אויך ווערט נאר שווערער פארוואס אשכנזים זענען קלוגער ווי ספרדים, ווייל לויט דעם וואלטן די אשכנזים געדארפט זיין פיל ווייניגער אין צאל, ווייל נאר די קלוגע זענען געבליבן, בעת אין רעאליטעט זענען אשכנזים אסאך מער ווי די ספרדים. (ספרדים האבן זיך מער אויסגעמישט מיט די גוים)
ועל כולם איז מיר שווער עפעס וואס די אלע טעאריע נעמען נישט אין באטראכט. די אידן זענען שוין לכאורה געווען א קלוג פאלק נאך פאר גלות בבל, ווען זיי האבן געשריבן דעם תנ"ך און עס גע'חזר'ט מיט די קינדער וואס איז ענדגילטיג געווארן פארשפרייט אין די גאנצע וועלט. מיר אידן גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך דעם מקור החכמה און דאס האט אונז געמאכט קלוג, אבער א גוי וועלכער איז נישט מודה דערין, וועט דאך מוזן זאגן אז די אידן זענען געווען זייער קלוג צו שרייבן אזעלכע ספרים וואס זענען געווארן אזוי אנגענומען און צו דעוועלאפן א רעליגיע וואס האט געפארעמט די יסודות פון גלויבונג פאר דריי ביליאן מענטשן. עס איז דאך ממש אומבאגרייפליך. מיר זענען געווען די ערשטע צו גלייבן אין אן איינציגן, מאכטפולן גאט, מיר זענען געווען די ערשטע צו פארשפרייטן די יסודות פון מאראל און געטליכקייט, און מיר זענען געווען די ערשטע צו ערקלערן אז היסטאריע האט א באדייט, עס פאסירט נישט סתם איין מעשה נאכ'ן צווייטן אן קיין שום באזונדערע קשר. דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן אסאך פאר גלות בבל! דאס מיינט אז מיר מוזן צוריקקוקן צו די יסודות פון דאס אידישע פאלק און זען פארוואס מיר האבן זוכה געווען צו זיין אזוי אויסדערוועלט. איבער די קשיא פארוואס מיר טרעפן די קלוגשאפט נאר ביי אשכנזים און נישט ביי ספרדים, איז מיר מער מסתבר צו זאגן אז די ספרדים האבן מאיזה סיבה (צוליב אסימילאציע וכדו') אה, יעצט איז עס יא פאשטענדליך!!! פארלוירן זייער אויסערגעווענליכער קלוגשאפט פון די ימי הביניים ווען זיי זענען געווען די העכסטע און קלוגסטע לייט אין שפאניע, פארטוגאל, מצרים, טערקיי, ועוד, ווי צו זאגן אז זיי האבן עס קיינמאל נישט געהאט.
יידל האט געשריבן:אלע פארשער וועלכע האבן שטודירט אשכנזים האבן אנגעמערקט אז זיי געפונען זיך ביים שפיץ פונעם איי-קיו טשארט. דער פסיכאלאג און קאגניטיוו סייענטיסט סטיווען פינקער האט געשריבן אז "[אידן'ס] עווערעדזש איי-קיו מעסט זיך ביי 108 - 115". דער קאנטראווערסיאלער אינטעליגענץ פארשער און פסיכאלאג ריטשארד לין, זאגט אז עס איז די עווערעדזש שטייט ביי 107.5. הענרי הארפענדינג, דזשעסאן הארדי און גרעגארי קאטשרען, דריי פארשער פון די יוטא אוניווערזיטעט וועלכע האבן צוזאמען געשריבן א פארש פאפיר מיטן קעפל "נאטורליכער היסטאריע פון אשכנזישע אינטעליגענץ", שרייבן אז אשכנזים האבן אן עווערדעזש איי קיו פון 112-115. דער פאליטישער סייענטיסט טשארלס מורעי לייגט דעם עווערעדזש ביי 110.
יידל האט געשריבן:אין אמעריקע היינט צו טאגס זענען אידן 2.2% פון די פאפולאציע אבער זיי רעפרעזענטירן 30% פון פראפעסארן אין עליטע קאלעדזשעס, 21% אייווי ליג סטודענטן און 25% פון די טורינג אווארד געווינער. אידן זענען אויך 50% פון די טאפ צוויי הונדערט אינטעלעקטואלן אין אמעריקע, 40% פון די שותפים אין פירענדע געזעץ פירמעס אין ניו יארק און אין וואשינגטאן, 59% פון די דירעקטארס, שרייבער און פראדוסערס פון די 50 בעסטע מאוויס (בעסטע געמאסטן לויט וויפיל געלד זיי האבן געמאכט).
יידל האט געשריבן:די טעאריע קומט פונעם ענגלישען ביאלאג, גענעטיקער און יודזשעניקער סירעל דארלינגטאן, אין זיין בוך "די עוואלוציע פון מענטש און געמיינדע". לויט אים האבן מיר צו פארדאנקן נבוכדנאצר און גלות בבל פאר אונזער איבערגעטריבענע מאס פון חכמים.
טאמבל סאס האט געשריבן:יאיר באמערק ווי דיינע אלע קשיות אויף יידל און די אנדערע, נעמט זיך ע"פ רוב פון סברא און "דיין" פארשטאנד. אנדערע ווערטער האב איך אבער געזען למשל ביי יידל. ...
איך גיי נישט יעצט ציטירן יידל'ס אלע תגובות. אבער כאפסט מיין פוינט. אינדערצייט וואס ער איז ביזי ברענגען מקורות און לינקס אונטערצושטיצן יעדעס הנחה וואס ער לייגט אראפ, ביסטו בלויז איין שטיק סברא. כ'וועל מודה זיין. האסט א גראדע ברייטע טראכט, אבער סברא קען מען אייביג דרייען אזוי לאנג ווי מ'האט עס נישט עקספערימענטירט.
יאיר האט געשריבן:מיט דעם גרעסטן רעספעקט צו אלע הויכגעשעצטע וויסנשאפטלער לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל קיין איין טעאריע וואס ווערט דא דערמאנט.
1) די בבלי'שע יוזשעניקס איז אביסל א מוגזם'דיגע זאך צו זאגן אז צוליב די סעלעקציע זענען זיי געבליבן לדורי דורות אזויפיל קלוגער, ווי מען האט שוין אנגעמערקט. ווי אויך איז שווער צו וויסן וויפיל פון דאס פאלק ביים בית שני זענען טאקע געווען אזעלכע גרויסע חכמים, פון עזרא זעט אויס אז זיי זענען נישט געווען צו שטארק באקאנט אין די תורה און מען האט געקענט טון מיט זיי וואס מען האט געוואלט.
יאיר האט געשריבן:2) די טעאריע פון עם הספר, אז תלמוד בבלי מאכט קלוג, מאכט דאך פשוט שטערקער די קשיא, פארוואס האבן דוקא די אידן אויסגעטראפן די שארפע פלפולים פון תלמוד בבלי בשעת די קריסטליכע גייסטליכע זענען געווען פארנומען דעבאטירן אויב דער שילוש איז איינס אדער דריי.
יאיר האט געשריבן:3) די געזונטהייט טעאריע איז, במחילת כבוד הפרופסור, נישט אזוי מסתבר, עס איז גאנץ שווער צו זאגן אז אין דעם שטעקט די גאנצע חכמה פון די אידן. איך בין זיכער אז עס זענען דא נאך פילע פעלקער אין די וועלט וואס היטן אויף א געזונטע לעבנסשטייגער און קומען נישט צו צו די חכמה פון די אידן. ווי אויך איז נישט מסתבר אז וויבאלד זיי זענען געווען געזונט האבן זיי געהאט מער צייט זיך אפצוגעבן מיט'ן לערנען, ווייל פון די אנדערע זייט זענען זיי געוען פאריאגט און פארפלאגט צוליב די שווערע גזירות און קיינמאל נישט גענאסן פון די מנוחה וואס זייערע ספרדי'שע ברידער און להבדיל די גויים האבן געהאט. איך וואלט געזאגט פארקערט, צוליב זייער מאראל און העכערקייט און קלוגשאפט האבן זיי געמאכט זיכער זיך צו האלטן ריין און געזונט, ווי אויך צוליב דעם חיוב פון ושמרתם מאוד לנפשותיכם.
יאיר האט געשריבן:4) סורווייוועל אוו די פיטעסט שטימט מיר אויך נישט, צוליב דעם זעלבן טעם ווי נומער 2, פארוואס טאקע איז ביי די אידן אלס געווען די וואס האבן זיך אן עצה געגעבן און דורכגעלעבט אלע שווערע אומשטענדן, בעת אנדערע פעלקער אין ענליכע אומשטענדן זענען געווארן צענישט נאך געציילטע דורות. ווי אויך ווערט נאר שווערער פארוואס אשכנזים זענען קלוגער ווי ספרדים, ווייל לויט דעם וואלטן די אשכנזים געדארפט זיין פיל ווייניגער אין צאל, ווייל נאר די קלוגע זענען געבליבן, בעת אין רעאליטעט זענען אשכנזים אסאך מער ווי די ספרדים.
יאיר האט געשריבן:ועל כולם איז מיר שווער עפעס וואס די אלע טעאריע נעמען נישט אין באטראכט. די אידן זענען שוין לכאורה געווען א קלוג פאלק נאך פאר גלות בבל, ווען זיי האבן געשריבן דעם תנ"ך און עס גע'חזר'ט מיט די קינדער וואס איז ענדגילטיג געווארן פארשפרייט אין די גאנצע וועלט. מיר אידן גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך דעם מקור החכמה און דאס האט אונז געמאכט קלוג, אבער א גוי וועלכער איז נישט מודה דערין, וועט דאך מוזן זאגן אז די אידן זענען געווען זייער קלוג צו שרייבן אזעלכע ספרים וואס זענען געווארן אזוי אנגענומען און צו דעוועלאפן א רעליגיע וואס האט געפארעמט די יסודות פון גלויבונג פאר דריי ביליאן מענטשן. עס איז דאך ממש אומבאגרייפליך. מיר זענען געווען די ערשטע צו גלייבן אין אן איינציגן, מאכטפולן גאט, מיר זענען געווען די ערשטע צו פארשפרייטן די יסודות פון מאראל און געטליכקייט, און מיר זענען געווען די ערשטע צו ערקלערן אז היסטאריע האט א באדייט, עס פאסירט נישט סתם איין מעשה נאכ'ן צווייטן אן קיין שום באזונדערע קשר. דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן אסאך פאר גלות בבל! דאס מיינט אז מיר מוזן צוריקקוקן צו די יסודות פון דאס אידישע פאלק און זען פארוואס מיר האבן זוכה געווען צו זיין אזוי אויסדערוועלט. איבער די קשיא פארוואס מיר טרעפן די קלוגשאפט נאר ביי אשכנזים און נישט ביי ספרדים, איז מיר מער מסתבר צו זאגן אז די ספרדים האבן מאיזה סיבה (צוליב אסימילאציע וכדו') פארלוירן זייער אויסערגעווענליכער קלוגשאפט פון די ימי הביניים ווען זיי זענען געווען די העכסטע און קלוגסטע לייט אין שפאניע, פארטוגאל, מצרים, טערקיי, ועוד, ווי צו זאגן אז זיי האבן עס קיינמאל נישט געהאט.
יאיר האט געשריבן:וען זיי האבן געשריבן דעם תנ"ך און עס גע'חזר'ט מיט די קינדער
יאיר האט געשריבן:מיר אידן גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך דעם מקור החכמה און דאס האט אונז געמאכט קלוג
יאיר האט געשריבן: מיר זענען געווען די ערשטע צו גלייבן אין אן איינציגן, מאכטפולן גאט, מיר זענען געווען די ערשטע צו פארשפרייטן די יסודות פון מאראל און געטליכקייט, און מיר זענען געווען די ערשטע צו ערקלערן אז היסטאריע האט א באדייט
נאך איין הערה, איך פארשטיי נישט וויאזוי אסימילאציע זאל גורם זיין אז מ'זאל פארלירן חכמה (חוץ אויב דו וועסט זאגן אז נאר די קלוגע האבן זיך אסימילירט).
איחוד פעלד האט געשריבן:נאך איין הערה, איך פארשטיי נישט וויאזוי אסימילאציע זאל גורם זיין אז מ'זאל פארלירן חכמה (חוץ אויב דו וועסט זאגן אז נאר די קלוגע האבן זיך אסימילירט).
ווייל אז מען אסימילירט האט מען חתונה מיט גוי/גויטע און די חכמה'דיגע גינס ווערען געמישט מיט טפשות'דיגע און נאך צוויי דורות בלייבט א חברה שוטים.
ממי_שאמרו האט געשריבן:פארן בן איש חי געפעלט עפעס חכמה? און נאך פיל פיל.
חוץ פון דעם, וואס א רב ביי די ספרדים האט געהייסן חכם, נישט מכוח לשון סגינהור
מאיר האט געשריבן:א שטיקעל ראי' אז די קליגשאפט פין די יודען איז נישט וועגען natural selection במשך הגלות אדער וועגען תלמוד בבלי, ווייל די תורה דערמאנט שוין אז יודען זענען עם חכם ונבון (דברים ו ד). די תורה ווארפט נישט סתם קאמפלמענט'ס, ער קען זיין שארף אויכעט ווי למשל עם קשה עורף.
אויך אברהם אבינו איז ציקעקימען צי ה' אחד דורך חכמה כמבואר בחז"ל, אין היינט ווערט זיין אמונה אנגענימען ביי 60% פין די וועלט.
יואב האט געשריבן:פון צווישן די אשכנזים וועלעכע טריאמפירן מיט די אידישע חכמה צום מערסטנס און פארנעמן דעם אויבנאן אינערהאלב דעם עם נבון וחכם זענען ווי באוויסט די יעניגע וועלעכע האלטן זיך אויף און די 11211 אומגעגענט און זענען סוקסעספולע געניסערס פון יעדע סארט סאציאלע פראגראם. ריזן אין וויסנשאפט און סימבאלן פאר אינטלעקט, א יעדן געלונגענע פערזוין אדער נייע ערפינדונג איז אדער א יוד, אדער שטאמט ער פון יודן, אז נישט דארף מען גלייבן אז ס'קען זיין א יוד, טראץ זייער געווענדליכע אפאזיציע צו מדינת ישראל זענען זיי די ערשטע צו נעמען קרעדיט פאר א יודישע קאפ ווען איינער ברענגט ארויף די פארגעשריטנקייט פון זייער מיליטער, איך יאג מיר יעצט סאו לאמיר ענדיגן מיטן באוויסטן פראז, "א איד גוט זיך אן עצה (ווען אינעם זעלבן צייט) דער גוי קלאפט זיך דעם פלייצע"
ממי_שאמרו האט געשריבן:און נישט קיין קלענערע
קודם כל לגבי פראגראמען האב איך נישט געצילט דעם טעכנישן חלק, נאר דער באגריף פון לכתחילה זיך אויסשטעלן צו זיין אנגעוויזן אויף דער רעגירונג (אגב אז די רירסט אן דעם לעגאלן פונקט ווי קען איך איגנארירן דעם כוואליע פון"אומ"לעגאלע אקטיוויטעטן וואס שפילט זיך אפ ואין כאן המקום להאריך) לכתחילה זיין אומפעהיגבאר צו יעדן סארט ארבעט, לכתחילה ארוסווייזן שטאלצע בלינדע איגנארענץ, וכן להלאה דער גאנצע זינלאזע נאטור וועלעכע שלענגלט זיך אינטער די שטאנגן פונעם וויליאמסבורגער געטא אין דרינגט אריין מיט אירע אויסגעשפרייטע ווארצלען אונערהאלב די ראמען פון יהדות החרדית און פארפיגט אויף אונזער געזעלשאפט ביתר שאת וביתר עז, כלפי מדינת ישראל האב איך גענצליך נישט געמיינט דעם אידעלאגישען חלק, נאר דעם גרימאס פון הנאה און סאטיספאקשאנעל שלינג וואס דער איגערמאן וואס קען מיט רחמים סיינען זיין נאמען נעמט איין בשעת'ן זיך קראצן די פיס און מקוה ווען איינער שילדערט די מאדערנע פארשריט אדער אנטוויקלונגען פון(למשל) מדינת ישראל מיליטער (לאו דוקא מדינת ישראל'ס מיליטער, נאר סיי וואספארא אידישע ערפונדונג) און ברעכט אויס מיט דעם פארענדיגונג זאץ "יאפ, א אידישע קאפ -בקיצור", דריטנס כאפ איך נישט פונקטליך וויאזוי עס איז משמע פון מיינע ווערטער אז איך האלט נישט אז אידן ווען עס קומט צו קלוגשאפט זענען זיי disproportionate, אפשר דאס אז איך שרייב וועגן יהדות 11211 און דעריבער ברענגסטו א רייע פון נאבעל פרייז געווינער ווי מען זעהט טאקע דעם קליינעם ברוקלין ווי עס שטארט ארויס מיט אירע נאבעל פרייז געווינער טאקע נישט און קיין אנדערן פלאץ נאר "אין הארץ פון וויליאמסבורג"?מאיר האט געשריבן:יואב האט געשריבן:פון צווישן די אשכנזים וועלעכע טריאמפירן מיט די אידישע חכמה צום מערסטנס און פארנעמן דעם אויבנאן אינערהאלב דעם עם נבון וחכם זענען ווי באוויסט די יעניגע וועלעכע האלטן זיך אויף און די 11211 אומגעגענט און זענען סוקסעספולע געניסערס פון יעדע סארט סאציאלע פראגראם. ריזן אין וויסנשאפט און סימבאלן פאר אינטלעקט, א יעדן געלונגענע פערזוין אדער נייע ערפינדונג איז אדער א יוד, אדער שטאמט ער פון יודן, אז נישט דארף מען גלייבן אז ס'קען זיין א יוד, טראץ זייער געווענדליכע אפאזיציע צו מדינת ישראל זענען זיי די ערשטע צו נעמען קרעדיט פאר א יודישע קאפ ווען איינער ברענגט ארויף די פארגעשריטנקייט פון זייער מיליטער, איך יאג מיר יעצט סאו לאמיר ענדיגן מיטן באוויסטן פראז, "א איד גוט זיך אן עצה (ווען אינעם זעלבן צייט) דער גוי קלאפט זיך דעם פלייצע"
אפאר הערות.
1) איך ווייסט נישט ווי ס'קימט דא אריין אז 11211 נעמט פראגראמען. (אגב א גרויס חלק האבען גרויסע משפחות ממילא זענען זיי לאגעל בארעכטיגט)
2) דאס איז די אפענע קאפ פין 11211 אז אפילו זיי (איך) זענען קעגן מדינת ישראל אבער מ'קען גיין צווישען די טראפען אין זעען זייערע מעלות.
3) עס זעט עפעס אויס אז די האלטס נישט אז יודען זענען disproportional מער אינטעליגענט ווי גוים. לאמיך איך דיר זאגען אז 30% פין נאבעל פרייז ווינער'ס זענען יודען (וואס זענען .02 פין וועלט באפעלקערונג).
אגב די disproportional יודישע ערפינדונגען האט נישט דוקא צי טיען מיט IQ, עס האט אויך צי טיען מיט א שטארקע רצון צי שטייגען (ambition/energy), אין תיקון העולם וואס איז איינגפלאנצט ביי יודען מאיזה סבה שיהיה.
ברסלבער האט געשריבן:פונקט ווי די אשכנזים מאכן חוזק פון די ספרדים, מאכן די ספרדים חוזק פון די אשכנזים, איינער האט מיר דערציילט אז ער האט מיטגעהאלטן א שמחה אין ארגענטינא ווי א ספרד'ישער בדחן האט זיך אויפגעשטעלט נאכמאכן און חוזק מאכן פון די אשכנזים, און דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן.
אויך האבן זיי אן אויסדרוק אויף ספאניש "נארישער אשכנזי".
איך מיין אז די אשכנזים האבן מער אויבער-חכמה, און די ספרדים האבן מער תמימות אבער נישט טיפשות.
ווען נאבעל פרייז זאל געבן פרייזעס פאר low violent crime וואלט די פרימע ציבור געווען די ערשטע אויף די ליין אין געוואנען דאס יעדעס יאר.