בלאט 2 פון 5

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 7:12 pm
דורך איך אויך
נוי יארק האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:איינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?

מען קען בעטען א חבר זאל אנכאפען דיין של ראש, און דערנאך קוש זיין הענט.
(ס'איז נאר א רעקעמענדעישן....)

נאר ווען נחום איז נישט אין יענעם געגנט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:08 pm
דורך זר זהב
לעצטענס קומען פאר נעבעך אסאך טראגעדיעס, מענטשן ווערן צעטומעלט און דערשראקן. ס'דא אן עצה נישט צו ווערן דערשראקן און פארביטערט. ס'איז טאקע נישט גרינג דורכצופירן, אבער ס'איז בדוק ומנוסה. ס'איז א קאמבינאציע פון עטליכע סטעפס וואס מ'טוט. אויב איינער איז אינטערעסירט וועל איך עס דא ארויפשטעלן בחינם.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:11 pm
דורך ידען
איך בין אינטערעסירט.

איך ביניש דערשראקען אבער וויל הערען וואס דו זאגסט :)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:12 pm
דורך זר זהב
וויאזוי קען זיין אז ביזט נישט דערשראקן?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:18 pm
דורך שמעקעדיג
יא, איך בין דערשראקן און פארביטערט.
מיין עצה איז תשובה ותפלה וצדקה.

וואס נאך האסטו?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:24 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז ביזט נישט דערשראקן?

איך ביניש דערשראקען פאר גארנישט. וואס זאלעך טוהן?

אפשר דערביטערט יא.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:25 pm
דורך זר זהב
1. הללו יה אשרי-איש ירא את-יהוה במצותיו חפץ מאד.
2. גבור בארץ יהיה זרעו דור ישרים יברך.
3. הון-ועשר בביתו וצדקתו עמדת לעד.
4. זרח בחשך אור לישרים חנון ורחום וצדיק.
5. טוב-איש חונן ומלוה יכלכל דבריו במשפט.
6. כי-לעולם לא-ימוט לזכר עולם יהיה צדיק.
7. משמועה רעה לא יירא נכון לבו בטח ביהוה.
8. סמוך לבו לא יירא עד אשר-יראה בצריו.
9. פזר נתן לאביונים צדקתו עמדת לעד קרנו תרום בכבוד.
10. רשע יראה וכעס שניו יחרק ונמס תאות רשעים תאבד.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:42 pm
דורך ידען
איך דארף נאך זעהן וועלכע איך בין.

ווייל איך בין בטוח בה'

אדער סתם א קאלטער יונג?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:51 pm
דורך שמעקעדיג
איך פארשטיי נאך נישט פונקטליך.
מיינסט צו זאגט אז אויב טו איך דאס בין איך פארזיכערט אנטקעגן אלע סארטן פורעניות?

פיין, איך בין מסכים צו טון דאס פאלגענדע:

הון ועושר בביתו...
טוב איש חונן ומלוה...
פזר נתן לאביונים...

נא, גאטעניו, האמיר א דיעל?
ווען הייבט זיך עס אן..??

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:54 pm
דורך זר זהב
ווען ס'וועט זיין: "ירא את ה' במצותיו חפץ מאד".

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 1:40 pm
דורך a1b2
Daily Deals
Samsung_Galaxy_Tab_7__Plus_GT_P6210_16GB_Android_Tablet__Wi_Fi__1_2_GHz___Gray
$179.99יעצט
$399.99גווענדליך
55% off list price
http://www.ebay.com/itm/Samsung-Galaxy- ... 0495886806
איך טראכט דאס צו קויפען לוינט זיך עס עס גייט דארט גוט אריין דרשת??
מען קען דארט ליינען ביכער??
וגו

הילף אויסצישפילן דעם סיסטעם

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 4:47 pm
דורך העי נאו
איך טריי איינצושרייבן מיין קינד אין די מוסדות און איך האב א ענדרוד פאון וואס איך האלט נישט ביים אויפגעבן! סוי דארף איך הילף וויאזוי זיי אויסצושפילן!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:47 am
דורך אברעמעל
מאך א פיג אין די בעק ביים אינטערשרייבן.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 2:03 am
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:פיין, איך בין מסכים צו טון דאס פאלגענדע:

הון ועושר בביתו...
טוב איש חונן ומלוה...
פזר נתן לאביונים...


אמ..... כ'קען האבן א הלואה פון צען טויזענט דאללער...?

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 10:52 am
דורך אבגד
איינער האט אפשר א עצה אדער ידיעה?
די אונטערשטע באטען פון די אייפאד ארבעט נישט געהעריג, מדארף זייער שטארק דריקן אז עס זאל טוהן וואס עס דארף (ארויסגיין פון א עפפ), צומאל איז כמעט וואס מיין פינגער קומט דורך די אנדערע זייט פון אזוי שטארק דריקן, איז עס א טעקניקעל פראבלעם אדער א אנדערע זאך?
און וויאזוי קען מען דאס פאררעכטען?

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 11:19 am
דורך געפילטע פיש
נעם עס אריין צו עפל.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 11:36 am
דורך אבגד
מ׳זעהט אז דו עסט דיך אהן מיט געפילטע פיש!!!
ווען דו עסט ווען בשר בקר אפשר וואלסטו אנדערש גע׳ענטפערט (just joking)
דו טראכסט איך האב נישט געוואוסט פון דעם, איך זוך א אנדערע עצה, צו טראגען צו עפל איז נישט אזוי גרינג.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 12:05 pm
דורך gehlungen
זר זהב האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז ביזט נישט דערשראקן?

L O L

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 3:28 pm
דורך אבגד
gehlungen האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז ביזט נישט דערשראקן?

L O L

זאג נאר!
עס זעהט אויס ווי נאר די דריי אותיות ארבעט ביי דיר
viewtopic.php?p=127237#p127237
viewtopic.php?p=127235#p127235
דא זוכט מען עצות נישט קיין וויצן

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:52 pm
דורך געפילטע פיש
אבגד האט געשריבן:מ׳זעהט אז דו עסט דיך אהן מיט געפילטע פיש!!!
ווען דו עסט ווען בשר בקר אפשר וואלסטו אנדערש גע׳ענטפערט (just joking)
דו טראכסט איך האב נישט געוואוסט פון דעם, איך זוך א אנדערע עצה, צו טראגען צו עפל איז נישט אזוי גרינג.

פאר א סאפטווער פראבלעם קען איך דיר פראבירן צו העלפן, אבער הארדווער פראבלעם, וואס זאל איך דיר זאגן, זאלסט עס אויסשווענקען מיט אונטערגעשלאגענע אייער? איינוויקלען אין א מענטעל פון א פסול'ע ספר תורה? די באטען איז סטאק, און אזא פראבלעם פיקסט עפל פאר פרי אויב איז עס נאך אונטער וואראנטי. ערגעץ אנדערש וועסטו צאלן פול פרייז אויב דארף מען ריפלעיסן דעם קוועטשער.
איך ווייס נישט וואו דו ביסט און ווי ווייט די נענסטע חקל תפוחין איז, אבער ס'קען נישט זיין צו ווייט.

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:55 pm
דורך משה געציל
געפילטע פיש האט געשריבן:איך ווייס נישט וואו דו ביסט און ווי ווייט די נענסטע חקל תפוחין איז, אבער ס'קען נישט זיין צו ווייט.

:like

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:17 am
דורך אבגד
די באטען איז נישט סטאק, נאר אסאך מאל גייט עס יא און אסאך מאל נישט, ווענדט זיך וועלעכע עפפ, ממילא האב איך געמיינט אפשר איז עס א סאפטוועיר פראבלעם.
אויך ווי טרעפט מען אזא חקל תפוחין חוץ שבת ביי די זמירות?

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:34 am
דורך געפילטע פיש
אבגד האט געשריבן:די באטען איז נישט סטאק, נאר אסאך מאל גייט עס יא און אסאך מאל נישט, ווענדט זיך וועלעכע עפפ, ממילא האב איך געמיינט אפשר איז עס א סאפטוועיר פראבלעם.

אה, יעצט זאגסטו שוין גאר עפעס אנדערש! א פעקטארי ריסעט האסטו פראבירט?
אבגד האט געשריבן:אויך ווי טרעפט מען אזא חקל תפוחין חוץ שבת ביי די זמירות?

דא קענט איר אפירזוכן די נענסטע שדה תפוחים, און האפענטליך וועלן זיי דיר קענען העלפן פטור צו ווערן פון די מסאבין דרחיקין אינעם קנעפל, און די חבילין דמעיקין וואס זענען פארשטעקט דערין.