בלאט 2 פון 12

נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 2:16 pm
דורך נולד מאוחר
געס ווער גייט זיין די ערשטע עדוויטייזער?
the Jewish phone book

נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 2:34 pm
דורך ידען
פרייטיג?

סע נאכנישט דא.

נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 5:05 pm
דורך קאצקע ציקער
איך שטיץ עס זייער שטארק!!
איינוועיגס וועט שוין שמעון האבן קאמפאטישאן וועט ער זיכן געשמאקע ארטיקלן..

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 2:27 am
דורך מיין מיינונג
כ'מיין נישט ח"ו קיין שלעכטס, דאכט זיך אבער אז דער שפילמאן האט א שטיקל היסטאריע פון פארמאכן מאגאזינען (ליין עפענען פאר איין אויסגאבע..). איך האף אז דאסמאל רעדט זיך עס שוין פון עפעס ערענסט, ווייל די אלע אויסגאבעס וואס ער האט ארויסגעגעבן ביז יעצט זענען געווען אויסטערליש אינטערעסאנט, עס האט פשוט נישט מאריך ימים געווען.

צווייטענס וויל איך פארשטיין וואס דער OJPAC איז, וואס גייען זיי אויפטון, ווער פינאצירט דאס, ווער זענען די פירער דערפון?

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 2:40 am
דורך יאיר
וועלכע מאגאזינען האט ער שוין געעפנט?

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 3:06 am
דורך הדד בן בדד
יאיר האט געשריבן:וועלכע מאגאזינען האט ער שוין געעפנט?

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 9:41 pm
דורך אדוואקאט
מיין מיינונג האט געשריבן:כ'מיין נישט ח"ו קיין שלעכטס, דאכט זיך אבער אז דער שפילמאן האט א שטיקל היסטאריע פון פארמאכן מאגאזינען (ליין עפענען פאר איין אויסגאבע..). איך האף אז דאסמאל רעדט זיך עס שוין פון עפעס ערענסט, ווייל די אלע אויסגאבעס וואס ער האט ארויסגעגעבן ביז יעצט זענען געווען אויסטערליש אינטערעסאנט, עס האט פשוט נישט מאריך ימים געווען.

צווייטענס וויל איך פארשטיין וואס דער OJPAC איז, וואס גייען זיי אויפטון, ווער פינאצירט דאס, ווער זענען די פירער דערפון?


לויט וויפיל איך ווייס, האט נאכנישט שפילמאן ארויסגעגעבן קיין איין אויסגאבע וואס זאל זיך האבן פארמאכט. וואס איז יא אמת איז אז ווען ער האט געהאט א חלק אין א פראיעקט איז עס געווען סוקסעספול, דראמאטיש און אינטערסאנט. אויסנוצענדיג זיין רייכער טאלאנט קע"ה, אויף פארשידענע פראנטן.

לעצטענ'ס האט ער געהאט ארויסגעגעבן א איינמאליגע אויסגאבע מיטן נאמען 'המצב' וואס ס'איז געווען א בילדער מאגאזין וואס האט געדעקט דער מלחמה צווישן מדינת ישראל און כאמאס מיט אייניגע חדשים צוריק, און ווי איך הער איז עס געווען א שטארקער סוקסעס. (איך פערזענליך האב עס געקויפט און באמת שטארק הנאה געהאט דערפון) מיט איבער א יאר צוריק האט זיך געהאט געעפענט א אידישער נייעס-וועב-זייטל, און ווי איך האב געהערט האט שפילמאן בלויז ארויסגעהאלפן מיטן עפענען דעם וועבסייט, פון דארט און ווייטער האט עס גארנישט געהאט מיט אים קיין שייכות.

דער שפילמאן איז איינע פון די גרינדער פון דעם נייעם מאכטפולן ארגאניזאציע OJPAC - זייענדיג א טשאפלעין אין שפיטאל, און א עסקן פאר מערערע אידישע ארגאניזאציעס, א ענערגישער מאן וואס וועט קעמפפן ביז'ן סוף פאר וואס איז ריכטיג (פערזענליך מיטגעהאלטן) ארבעטענדיג מיט מערערע לאו אינפארסמענט אגענטורן איז ערווארטעט אז דער ארגאניזאציע וועט זיין א סוקסעס, און אויפטוהן דאס ריכטיגע. מיר וואונטשן אים און זיינע קאלעגעס פיל הצלחה און סייעתא דשמיא.

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 9:45 pm
דורך ידען
נו וועלעכע פרייטיג קומט עס ארויס?

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 9:58 pm
דורך אדוואקאט
איצט אנגעפרעגט ביי די באהערדע, מארגען שפעט אין טאג וועט עס זיין צובאקומען אין די געשעפטן בעזר השם.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:05 pm
דורך קרעקער

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:13 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב ארטאדאקסישע אידנטום, א נייע שופר איז אייך פריש געבוירן.
מצליח דערקלערט זיך "דער שופר פון ארטאדאקסישן אידנטום"
דאס ארטאדאקסישע אידנטום איז היבש צעפארן, אבער אירע שופרות שטייען ב"ה פעלזן פעסט.
דער שופר וועט מיט מאה קולות ערקלערן אז נישט מיר זענען אויפן באשולדיגונגס באנק, נאר דער פראקוראר. אז מען ארעסטירט נישט גרויסע רבנים פאר וויטנעס אינטימידעישאן און אז מוסדות האבן נישט מיסברויכט געלט געווידמעט פאר טעכנאלאגיע.
מיר זענען ב"ה גאר גוט, עס פעלט אונז נאר דער שופר, דער פי אר סטראטעגיסט וואס זאל מסביר זיין ווי גוט מיר זענען.
אט דאס האט וויכטיג אויסגעפעלט, די גנוחי גנח'ס און ילולי יליל'ס פון די שופרות, צו זיין תוקע בתור הבור.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:16 pm
דורך [NAMELESS]
קרעקער האט געשריבן:https://twitter.com/YossiGestetner/status/304333707895005185/photo/1


בילד

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:19 pm
דורך יידל
אדוואקאט האט געשריבן:דער שפילמאן איז איינע פון די גרינדער פון דעם נייעם מאכטפולן ארגאניזאציע OJPAC

מאכטפולען?

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:22 pm
דורך sefish
יידל האט געשריבן:
אדוואקאט האט געשריבן:דער שפילמאן איז איינע פון די גרינדער פון דעם נייעם מאכטפולן ארגאניזאציע OJPAC

מאכטפולען?

you ask a question on a commercial ?

pls

8-)

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:23 pm
דורך אוי טאטי
איך הער אז די פארשפעטונג קומט צוליב דעם וואס זיי האבן נאך געוואלט אריינכאפן צו באשרייבן די לאו-סאוט אנטקעגן די געשעפטן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:24 pm
דורך קרעקער
הערשל קלאר און צימערמאן הייבטס אויף א קול מחאה און ווארפטצעס ארויס פונעם הייליגען רבינס זבראכא'ס שטאט

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:25 pm
דורך [NAMELESS]
קופערניקוס האט געשריבן:מזל טוב ארטאדאקסישע אידנטום, א נייע שופר איז אייך פריש געבוירן.
מצליח דערקלערט זיך "דער שופר פון ארטאדאקסישן אידנטום"
דאס ארטאדאקסישע אידנטום איז היבש צעפארן, אבער אירע שופרות שטייען ב"ה פעלזן פעסט.
דער שופר וועט מיט מאה קולות ערקלערן אז נישט מיר זענען אויפן באשולדיגונגס באנק, נאר דער פראקוראר. אז מען ארעסטירט נישט גרויסע רבנים פאר וויטנעס אינטימידעישאן און אז מוסדות האבן נישט מיסברויכט געלט געווידמעט פאר טעכנאלאגיע.
מיר זענען ב"ה גאר גוט, עס פעלט אונז נאר דער שופר, דער פי אר סטראטעגיסט וואס זאל מסביר זיין ווי גוט מיר זענען.
אט דאס האט וויכטיג אויסגעפעלט, די גנוחי גנח'ס און ילולי יליל'ס פון די שופרות, צו זיין תוקע בתור הבור.


פארשטייען זיי נישט אזויפיל אז זייער שופר איז איבעריג? אז מיר האבן יעצט עכטע פראבלעמען און נישט עפעס וואס געשטעטנער מיט זיין פארשטאנד צו זשורנאליסטן און זייערע לעבנסשטייגער, ועט העלפן?

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:26 pm
דורך אוי טאטי
אינעווייניג.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:28 pm
דורך אוי טאטי
נאך.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:29 pm
דורך קרעקער
א זייטיגע באמערקינג
איז נישט שווער צו זיצען אין אפיס א גאנצע טאג מיט א פארמאכטע לאנגע רעקל?

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:32 pm
דורך לעמיל
יוסי האט נישט געקענט אראף לייגען זיין קאפ וואסער אויף די קאווער?

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:33 pm
דורך אוי טאטי
ער וויל ווערן אזוי פאפולער ווי רוביא..

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 4:36 pm
דורך קרעקער
אדער נאכמאכן בוש (און נישט אובאמא) וואס איז שטענדיג געזעצען אין אוועל אפיס מיט א רעקעל