בלאט 2 פון 14

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:07 am
דורך לעמאן דזשוס
@בןתמליון, כ׳מיין אז פופצן!!! כאב פארלוירן חשבון. שששש. מיר ווילן פרובירן זייער שטארק אלעס ארויצולייגן נאך פאר שב״ק.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:22 am
דורך בן תמליון
לעמאן דזשוס האט געשריבן:@בןתמליון, כ׳מיין אז פופצן!!! כאב פארלוירן חשבון. שששש. מיר ווילן פרובירן זייער שטארק אלעס ארויצולייגן נאך פאר שב״ק.


מאכסט א JOKE!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:33 am
דורך חשבון
אויב מעסט מען אויף בקיעות און איידיע איז נומער פינעף דער געווינער. ער האט זיכער אריין געלייגט דאס מערסטע ארבעט דערווייל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:57 am
דורך שמעקעדיג
איך בין נישט קיין גרויסער מבין אויף פאעזיע, נאר אויף אזויפיל אז אלע זענען זיי געוואלדיג, יעדע שטיקל כאפט מיר אויף אן אנדער אופן. ביי איינס זאג איך "או" און ביי די אנדערע "אה", איך בין פארלוירן און דערטראנקען צווישן אזויפיל הערליכע שטיקלעך.
וויאזוי קעמיר זיך באדאנקען פאר @לעמאן דזשוס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:21 pm
דורך גלות יוד
איך האלט אויכט אז 1 איז די בעסטע פאעטיש אבער מיין הארץ זאגט מיר אז עס איז נישט אייגנס און 3 זאגט זייער גוט אבער איך מיין אז 5 איז דערווייל די בעסטע סיי ווייל די בליץ פון נעמען א איי און עס אזוי צוברעכן תרתי משמע און סיי די בקיאות דארט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:26 pm
דורך חשבון
5 איז יענקל. מיין שאצונג

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:54 pm
דורך לעמאן דזשוס
יודן, איר שלאפט! מיר רוקן ארויף נאך שטיקער, יעצט גיבטס א קוק

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:10 pm
דורך יתרו
גם אני מצטרף אז כאטשיג דער ערשטער איז דאס מערסטע פאעטיש איז עס אבער א אויסגעדראשענע נושא, יעדע גואישע טעקסט פאעטרי באאק קען מען טרעפן וועגו די זין אן דע ווינטען און שאטענעס. דריי איז אן הערליך שטיקל פאר א לחיים טעיפ עכט פארפעשינאל, אבער מיין וואוט געב איך פאר נומער פינעף ער איז דאס מערסטע ארגינעל הומעריסטיש און טאלאנטפול, דערצו זעט ער אויס צו זיין א יודע ספר אויך, הגם זיין שפראך איז צומאל גאנץ וואלגעריש לדוגמא דע שטיקל פון לעטשו אין פעטזצאו, (איך מיין ליפא שמעלצער וואלט זיך מחיה געווען מיט אזא פאעם אן דער תורהדיגע חלק, יעצט טראכט איך אז ליפא זאל געבן זיין נייע סידי א נאמן דאס הינער איי...) די איבערגע זענען אלע הערליך שיין אין ריזיג אבער די דריי שטיקלעך שטייען ארויס, איך מיין נישט אז עס איז יענקל איך טראכט אז עס קיפערניקס יענקל איז מער שטרעג דעס איז מער לייכט.
עס איז א כבוד צו באלאנגן צו אזא שטיבל מיט אזויפיל טאלאנטן און בעלי דעה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:13 pm
דורך לעמאן דזשוס
גלות יוד האט געשריבן:איך האלט אויכט אז 1 איז די בעסטע פאעטיש אבער מיין הארץ זאגט מיר אז עס איז נישט אייגנס און 3 זאגט זייער גוט אבער איך מיין אז 5 איז דערווייל די בעסטע סיי ווייל די בליץ פון נעמען א איי און עס אזוי צוברעכן תרתי משמע און סיי די בקיאות דארט


אדרבה, מיר האבן פרובירט עד כמה שידינו מגעת נאכצוקוקן צו דאס איז אוטענטיש אדער פלאגיאירט, אז איר אדער א צווייטער קען דאס איבערווייזן פליט עס ארויס פון פענסטער!!!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:17 pm
דורך לעמאן דזשוס
חברה, מיר האלטן שוין ביי צעהן שטיק, אז איר וועט נישט אנהייבן געהעריג ליינען און קאמענטירן כדבעי', עלמיר ארויסשיסן נאך און נאך עד אשר יצא...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:19 pm
דורך אוי טאטי
מיט אזא סטראשע, האבעך מורא וועט קיינער קאמענטירן..

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:26 pm
דורך בן תמליון
איך קען נישט אויפהערן לאכן אויף דעם מחה תמחה שטיקל עס איז ריזיק און ארגינאל. איפכא מסתברא איז שעפעריש און מיט חן. איך בין הייליק איז זייער גוט און שטעכעדיק. איך ווייס נישט וויאזוי מען קלויבט א געווינער פון אזאנע איינס נאך איינס הויך קוואליטעט ווערק.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:31 pm
דורך יואליש
מחה תמחה איז וואויל. סאציאלע קריטיק אריינגעווישט אין מענינא דיומא.. די ימים טובים קאלענדער, איך בין הייליג, איז אריגינעל און האט פיינע אבזערוואציעס.

איפכא מסברא איז ווארשיינליך טיעף און איז ווערט צו לערנען. אבער ס'איז נישט קיין גרינגע ליין און כ'בין נישט אויסגעקאכט אין פאעזיע אז כ'זאל עס תיכף פארשטיין.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:32 pm
דורך משה געציל
דער איפכא מסתברא שטיקל איז עפעס נורא נוראות!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:36 pm
דורך בן תמליון
יואליש האט געשריבן:10 איז וואויל. סאציאלע קריטיק אריינגעווישט אין מענינא דיומא.. די ימים טובים קאלענדער איז אריגינעל און האט פיינע אבזערוואציעס.


מיינסט צו זאגן 7?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:41 pm
דורך לעמאן דזשוס
כעוורע, איך לייג יעצט ארויף א לאאאאנגע שטיקל, און די איבעריגע וועט נאכפאלגן ביינאכט, איך זאג אייך דעם אמת ווען איך האב ערהאלטן דעם שטיקל האט מיין האנט ארויסגעשפריצט א פאעמע אין ענגליש-נישט קיין מורא'דיגע הויכע ווערטער, אבער פארט עפעס, און איך האב ממש געווישט טרערן!

עס דארף א שטארקע באהאנדלונג, און וועט פארבלייבן נאכ'ן פארמעסט אלס אנהייב פון א לאנגע ארטיקל! וועגן די פאעזיע נאטור דערפון וועל איך לאזן דעם עולם באשליסן, און איך וועל אויך אריינווארפן מיינע פאר צענט...לייינט און האט הנאה!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:50 pm
דורך לעמיל
#11 האט מיך ממש געמאכט וויינען דעיס קומט אב נישט אדר

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:56 pm
דורך שמעקעדיג
עס ענדיגט זיך מיט א שטיקל נחמה...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:56 pm
דורך יואליש
כ'קלאג מיט זאלציגע טרערן, ליינענדיג קינות גירושין. רויע פיין.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:07 pm
דורך שמעקעדיג
יא, עס איז הארצרייסענד.
איך כאפ נאך נישט צי דער שרייבער צילט צו די עצם סיסטעם, אדער צו די רשעות לגבי גירושין.
סיי ווי אזוי, איז עס א מעסטער-פיעס.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:32 pm
דורך בן תמליון
מער א קינות ווי א פאעזיע. גיטין איז שמוציק און ווייטאקליך אוניווערסאל אונזער סיסטעם איז נישט ממש די נושא לגבי דעם. נא מיט אזא פעדער און געפיל מיין איך אז מען וועט רייסן די טירן ביי חתן דינן איינמאל דער ניק ווערט אויפגעדעקט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:36 pm
דורך גלות יוד
9 זעט מיר אויס פרויעריש געשריבן און 11 איז טאקע זייער שיין אבער קיין פאעטרי איז עס נישט עס איז א מעשה מיט גראמען, איך מיין אז פון 6 ביז 11 ועד בכלל איז 7 די מערסטע אויסגעשטעלט ווי פאעטרי און אויך א גוטע פאוינט, דערווייל האלט איך נאך אלץ אז 5 איז די בעסטע

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:40 pm
דורך אוי טאטי
11 רייסט שטיקער!!

איין זאך האסטו זיכער אויפגעטון, פון היינט און ווייטער וועל איך מדייק זיין יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון מיין מויל בל׳נ. (נישט אז ביז יעצט פלעג ארום טראגן די גאנצע שטאט, נאר יעצט וועל איך מער אבאכט געבן.)