בלאט 2 פון 6
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 2:12 pm
דורך היסטאריקער
איך פארענטפער גארנישט. פאר זיי איז עס פונקט גענוג געווען
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 2:17 pm
דורך גאלד
די גרעסטע ווייטאג איז אז איך געדענק נאך גיט יענע תקופה איך געדענק קלאר ווי יעדער קינד און קייט האט עמטליך געשמועסט אז מ'האט די ראנג מענטש, ס'מיטאמאל געווען א סוד, דאס מיינט אויב יעדער שמויגער האט געוויסט אז ס'איז נישט דער מערדער, איז קיין ספק אז די DA האט זיכער געמוזט וויסן
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 2:21 pm
דורך זר זהב
פון
אייוועלטרעדענדיג מיט משפחה מיטגלידער פון ר' יחזקאל הי"ד זעה איך אז זיי נעמען נישט אן די נייע מעשה און האלטן קלאר אז רענטא איז דער שולדיגער. זיי האבן אסאך באווייזן פון יענע צייטן וואס זיי טענה'ן האט טאקע דאן איבערצייגט די דזשורי ארויסצוגעבן א שולדיג אורטייל. עס טוט זיי זייער וויי אז דער מערדער פון זייער טאטע גייט ארויסגיין אויף דער פריי און ווערט באטראכט אלץ אומשולדיגער אין די מערדעריי.
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 2:35 pm
דורך שרייבער
מ'האט דאך דעמאלטס געשמועסט אז יד ישראל באמצע, נישט אזוי?
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 3:45 pm
דורך גאלד
יא איך האב דאס אויך געהערט אבער דער באדייט האב איך קיינמאל פארשטאנען.
דאס מיינט צו זאגן אז דער האלד-אפ איז אויספלאנירט געווארן דורך א איד?
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 3:47 pm
דורך מורינו הרב
שמועות איז אלעמאל געווען... פאראן וואס האבן געזאגט אז עטליכע בחורים האבן דאס ערלעדיגט, אלס נקמה וואס יחזקאל שמש האט זיי גע'רודפ'ט.
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 4:35 pm
דורך דעת יחידאה
יד ישראל באמצע האט געמיינט צו זאגן אז נ.ש. וואס איז געווען דער בעלבוס פון די דיימענדס האט געדארפט אנדרייען א אינשורענס שווינדל אז מהאט בא'גנב'ט די דיימענדס אבער למעשה איז די גניבה נישט געלאנגען און דער געדינגענע גנב האט געמוזט האנטלויפן פון די סיען, דעמאלטס האט ער געטראפן יחזקא' שמש אין זיין קאר און ער האט עם ארויס געשאסן ווייל ער האט געמוזט האנטלויפן, אבער נישט חלילה אז א יוד האט געהאט א האנט אין הארגענען דיירעקט ר' יחזקאל ע"ה
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 4:49 pm
דורך הדד בן בדד
האסט געוואלט א לינק, דא האסטו. זעהט אויס עס האט געדויערט פאר דעם ניו יארק טיימס א גאנצער חודש צו דיסקאווערן וואס שמעון ראלניצקי האט שוין לאנג דיסקאווערט.
(אפשר זאלן זיי אים הייערן)
http://www.nytimes.com/2013/03/20/nyreg ... tw-nytimes
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 5:01 pm
דורך הדד בן בדד
היסטאריקער האט געשריבן:זיי שרייבן די ענטפער גראד דערנאך, נישט אז עס איז גערעכט, אבער זיי פאר א תירוץ איז עס גוט געווען
Ms. Astin turned out to be a complicated witness.
In the early 1980s, she was the girlfriend of Joe Sullivan, a freelance hit-man known as Mad Dog who killed at least 11 men.
Afterward, she married and settled down in the Gravesend neighborhood with Mr. Astin, a mechanic with a cocaine problem and a tendency to pull armed robberies
כאילו די שטאט האט א פראבלעם מיט דעם. זיי גלייבן דאך דעם עדות פון סיי וועלכען פאברעכער און קרימינאל אויב דאס וועט העלפן אראפנאגלען א גרעסערן פאברעכער. און דאס איז דאך אפיציעל. מען גיט יענעם אימיוניטי, אדער א צוזאג פאר א גרינגערן שטראף, און אזוי זעצט מען איין וועמען מען וויל. און דא פלוצלינג האבן זיי געהאט א "פראבלעמאטישע עדות", עס וואלט געוואן א געלעכטער ווען עס איז נישט אזוי ווייטאגליך.
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 5:05 pm
דורך הדד בן בדד
און בד"וו, מיט איבער א חודש צוריק האב איך שוין באריכטעט דעם נייעס...
viewtopic.php?f=3&t=2966&p=98920#p98920
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 5:12 pm
דורך יאיר
דעת תורה האט געשריבן:עס איז געווען דריי עדות, אבער קיין ברעקל פיזיקל עווידענס. וועלן אזאלכע פעלער באווירקן צו טוישן דעם גאנצן יוסטיץ סיסטעם, אז מזאל נישט באשטראפן א מענטש אויפן סמך פון א עדות? אפשר.
"דעת תורה" זאגט דאך אז מען באשטראפט
נאר אויפ'ן סמך פון צוויי עדים און
נישט אויף פיזיקעל עווידענס, נישט קיין חילוק ווי שטארק עס איז.
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 5:19 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך בין אביסל צעמישט ווייל אוי'פן ערשטן אינטערוויאו אויף ק"מ זאגט ר' ארי' ליב גלאנץ אז ס'איז געווען די.ענ.עי. באווייזן פון האר געטראפן אינעם קאר פון ר' יחזקאל וואס דאס איז א הארטע באווייז.
יאיר, סירקומסטענשל און פיזיקל עווידענס ווערן יא גענומען אין באטראכט דורך די תורה, נאר נישט צו מחייב זיין מיתה. דוגמת קלא דלא פסיק וסימנים דאורייתא.
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 5:37 pm
דורך יאיר
מאראנצןזאפט האט געשריבן:יאיר, סירקומסטענשל און פיזיקל עווידענס ווערן יא גענומען אין באטראכט דורך די תורה, נאר נישט צו מחייב זיין מיתה. דוגמת קלא דלא פסיק וסימנים דאורייתא.
קלא דלא פסיק איז נישט קיין דאורייתא און אפילו מדרבנן איז דאס בכלל נישט אויף צו מחייב זיין א מענטש אויף סיי וואס. סימנים דאורייתא איז יא א ראיה אז פיזיקעל עווידענס פארנעמט עפעס א מקום אין די תורה לויט איין מאן דאמר. פונדעסטוועגן, קען איך נישט פארשטיין דעם עולם וואס בייזערט זיך אזוי אויף די אמעריקאנער רעגירונג. בזמן שבית המקדש היה קיים וואלט מען גע'הרג'עט דעיוויד רענטא אויפ'ן סמך פון די דריי עדים, אפילו ס'איז נישטא קיין איין טראפ עווידענס. נאכמער, אפילו ס'וואלט געווען הוכחות ברורות אז די עדים זענען פאלש, וואלט מען זיי נאכאלס געגלייבט, כל זמן עס זענען נישטא קיין עדים מזימים אדער לכל הפחות עדים מכחישים.
שבתי וראיתי אז אין דעם פאל זענען טייל פון די עדים געווען קרימינאלן און זיי וואלטן געהאט א דין ווי רשעים. אבער אויב זיי וואלטן בלויז געזאגט אז זיי האבן חרטה און טוען תשובה און זיי פירן זיך אויף כהוגן וואלטן זיי לכאורה געווען כשר'ע עדים.
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 6:34 pm
דורך דעת תורה
ודרשת וחקרת היטב, שבע חקירת שבע דרישות, נישט אזוי פשוט, מען גלייבט נאר א ישראל, א גדול א זכר און א צדיק וואס איז נישט עובר קיין עבירות. איינער וואס איז נישט קיין קרוב, איינער וואס האט נישט קיין נגיעות. דאס הייסט אז די עדות האבן געהאט היפשע נאמנות נאכן גאנצן פראצעדור.
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 7:59 pm
דורך shem-tov
ווער קען אביסל דערציילן פאר'ן אינגערן דור איבער ר' יחזקאל ע"ה עסקנות, איך געדענק אים אלץ קליין קינד ביי חופות ווי ער פלעגט הארציג זינגען מיט די אלע תנועות ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער. וואסערע מין שמש/ עסקן איז ער געווען, האט מען אים פיינט געהאט אדער ליב געהאט. די קינדער זיינע און אייניקלעך די שמשים זענען גראדע ארענטליכע פיינע מענטשען וואס ברענגען זיכער כבוד פאר זייער טאטען
בדרך אגב ווער מאכט בעסער נאך דעם טאטן, ר' אברהם יושע אדער ר' שלמה
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 9:53 pm
דורך פיינע קאווע
ווי ווייט איך געדענק איז ער געווען א טייערער פארצייטישער איד. בחנ'ט פון אלטן חדר מיט זיין מארמארישער אקצענט. א שטרענגער מענטש אבער זייער א אמתדיגער און יעדער האט געוויסט אז ער איז א שטיק יראת שמים. ממילא האט מען אים מוחל געווען ווען ער האט פארטריבן די נשים ביי א באגלייטן אדער פאריאגט די קינדער נאכן כאפן פעקלעך ביי באווארפענס. צוליב זיין ערליכקייט האט גאנץ קהל שטאלצירט אים צו האבן אלס שמש אין ביהמ"ד
זיין פטירה איז געווען א מוראדיגע שאק פאר גאנץ סאטמאר. יעדער באזינדער איז געווען אויסטערליש צובראכן. די לוי' איז געווען אין ראדני אין היכל בית המדרש. דער שוהל איז געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה ווי כל נדרי ביינאכט בימים ההם. ווען דער ברך משה האט אים מספיד געווען איז געווען שרעקליכע בכיות אין ביהמ"ד. דער גאנצער עולם האט געוויינט אויפן קול ווי קליינע בעביס בשעת די גאנצע הספד אן אויפהער. איך געדענק נישט מעודי עד היום הזה אזא מחזה ווי אינג און אלט האבן גבוכהט אויפן קול פאר אזוי לאנג.
זיינע שיינע און טייערע דורות איז די גרעסטע עדות אויף אזא אדם חביב. יהא זכרו ברוך
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 10:59 pm
דורך שמעקעדיג
א דאנק, פיינע קאווע. איך געדענק נאך איך די לויה פון אלס קינד, די בכיות עד לב השמים איז געווען א זעלטנהייט. אלע קינדער פון חדר זענען געגאנגען צו די לוי'.
זייענדיג א קינד, זעמיר געשטאנען אינדרויסן, נעבן די הייוועי. דאס ליגט נאך אין די ביינער ביז היינט!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 11:45 pm
דורך גנדי
איך געדענק ווי די מעשה האט אויפגעשוידערט יעדעם איינעם. קאלט-בלוטיג שיסן א איד אין קאפ. פאר גארנישט און פאר נישט. נאר פארן דארפן א קאר.
מיר האבן געזאגט תהילים פאר חעזקל שמש. אבער די אנדערע טאג איז געקומען די שלעכטע בשורה אז ער איז ליידער אוועק.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:51 am
דורך קינות גירושין
וועלכע יאר איז עס געווען?
סגוווען די ערשטע מאל וואס איך בין געווען ביי א לוי איך געדענק נאך ביז היינט עפעס מורעדיגע בכיות
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:43 am
דורך שרייבער
ס'איז געווען תש"נ
דאכט זיך געשאסן האט מען אים י"ד שבט און אוועק איז ער י"ז שבט, איך געדענק נאך ווי היינט מען האט געהאלטן אינמיטן שמונה עשרה און די רבי קומט אריין אין חדר און הייסט מען זאל מזכיר זיין יחזקאל בן רחל
אוי די לוי', דער רבי דער ברך משה האט געשריגן 'יחזקאל ווי ביזטו'?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:15 pm
דורך גאלד
איך בין געווען ביי דער לוי' ס'העט מיר קיינמאל ארויס פון קאפ, ס'איז קלאר אז - אויסער לכאורה כ"ו אב - האט סאטמאר קיינמאל נישט בייגעוואוינט אזא הארצרייסענדע לוי', יעדער האט דעמאלטס געזאגט אז ס'ברענגט זיי ארויף זכרונות פון רבינס לוי', די ארון איז אריינגעברענגט געווארן אין ביהמ"ד פארן ארון קודש, דער ערשטער רעדנער איז געווען ר' סנדר דייטש, כ'דענק נאך ביז היינט ער האט אנגעהויבן מיט די ווערטער "נפוגותי ונדכיתי עד מאד שאגתי מנהמת לבי!! א איד שטייט אויף אונדערפרי לעבודת הבורא...." דער גאנצער עולם האט געוויינט אויפן קול, אזש ס'האט בוקע רקיעים געווען, מענער פרויען, איך האב בייגעוואוינט די גאטליב לוי' נישט מער געדאכט, און נעבעך יעצט די גלויבערס, איך זאג ענק קלאר קיינער איז נישט ציגעקומען צו ר' יחזקאל'ס לוי', נישט אז איין טראגעדיע איז גרעסער ווי די אנדערע, נאר די שאק, א מענטש וואס יעדער האט געקענט, זאל דערמארדעט ווערן בשאט נפש דורך א רוצח, דאס האט אויפגעשוידערט יעדן ממש צום קלימאקס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:22 pm
דורך צדיקל
[left]BREAKING: #Brooklyn Judge has released David Ranta, man who spent more than 20 yrs in jail for killing Rabbi.
Tearful relatives of David Ranta are now hugging him after judge told the wrongfully convicted man: "sir, you are free to go." -- Oren Yaniv (@OrenNYDN)[/left]
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:30 pm
דורך קאווע טרינקער
סוף הכבוד לבוא.
אפשר זאל ק"ק סאטמאר (זלונים, ווייל זיי זענען די ארגינעלע) אים פארגוטיגען מיט אפאר דאללער, אדער א JOB ?