בלאט 2 פון 4

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 10:31 pm
דורך איחוד פעלד
בנוגע די קאפאוס,

מען קען טאקע נישט דן זיין די קאפאוס, אבער מען קען נישט זאגען זכור אותו איש לטוב.

נאך די מלחמה אין דער די פי קעמפס, ווען איינער האט דערקאנט א קאפוי, האר ער הויך געשריגען קאפוי, און מענטשען זענען זיך צוזאמען געלאפען, און מען האט יענעם אריין געקאפעט ביז ער איז געשטארבען.

קיין סך קאפאוס זענען פארדעם נישט איבערגעבליבען.

איין קאפוי איז געוועהן נאך א איד אין בארא פארק, וואס פין זיין לאגער איז כמעט נישט לעבען געבליבען קיין אידען, נאר איינער וואס פלעגט זאגען ער איז קאפוי, און ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער כל ימי חייו.

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 10:36 pm
דורך sunbar
איך געדענק ווי מען פלעגט דעם איד דערגיין די יארן.

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 10:57 pm
דורך איחוד פעלד
וועלכע איד.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:24 am
דורך sunbar
פון בארא פארק?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 12:54 am
דורך יאיר
איחוד פעלד האט געשריבן:בנוגע די קאפאוס,

מען קען טאקע נישט דן זיין די קאפאוס, אבער מען קען נישט זאגען זכור אותו איש לטוב.

נאך די מלחמה אין דער די פי קעמפס, ווען איינער האט דערקאנט א קאפוי, האר ער הויך געשריגען קאפוי, און מענטשען זענען זיך צוזאמען געלאפען, און מען האט יענעם אריין געקאפעט ביז ער איז געשטארבען.

קיין סך קאפאוס זענען פארדעם נישט איבערגעבליבען.

איין קאפוי איז געוועהן נאך א איד אין בארא פארק, וואס פין זיין לאגער איז כמעט נישט לעבען געבליבען קיין אידען, נאר איינער וואס פלעגט זאגען ער איז קאפוי, און ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער כל ימי חייו.

ר' משה יהושע צאנגער ז"ל שרייבט אין זיין בוך 'פארשפעטיגט דעם שיף' אז ער איז געווען א קאפא, און נאך די מלחמה האבן אים געטראפן עטליכע פאלאקן וועלכע זענען ארומגעגאנגען אויפזוכן אלע קאפאוס און זיי שיסן צום טויט. ער האט געמיינט אז ער שטרעקט זיך אויס ווען ער האט זיי דערזען, אבער צו זיין וואונדער זענען זיי צוגעגאנגען און אים אויפגעהויבן אויף א בענקל און ארומגעפירט מיט פריידיגע געשרייען. ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן געדענקט ווי איבערגעגעבן ער איז געווען צו אלע קאצעטניקעס און ווען ער האט געטראפן באהאלטענע עסן האט ער עס נישט איבערגעגעבן צו די נאציס נאר האט עס נאכמער פארשטעקט, האבן אים זיי יעצט באצאלט דערויף.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 4:48 pm
דורך דולה ומשקה
דולה ומשקה האט געשריבן:
דא איז א העתק פון דעם פאשקעוויל וואס דער ניר-בארטער רב האט געשריבען אנטקעגן דער ברך משה:

[center]הסיגעטער מבלה זמנו בדין תורות ולא ישבע כסף אלא לוקח שוחד ממוכרי בשר,
וכן רצה לסייע בארגון קארטעל של מוכרי חלב ישראל...
ועוד יותר שהוא הולך בעצמו לליציטציונים לקנות בתים ומגרשים,
לא נשכח עוד איך שירד לחיי זקן הרבנים האב"ד דזענטא ז"ל
מנהגו זה חוזר וניעור במה שהוא קבע משכנו סמוך לרבנים אחרים,
והקאפא הזה בא לגבולנו לחלק שיריים ולקבל קוויטלאך.[/center]

עכ"ל

כ'האב אויסגעלאזט עטליכע שורות על פי עצת ידידי שליט"א
נ.א. תיבת הדגושים ממני



כ'האב געטראפען אין מיינע ארכיוון נאך א פאשקעוויל, וואס א מאן דהוא האט געווארפען אויף זייער א חשובע רעבעצין, ער האט געמיינט איהר מאן, אין ציווישען זיינע ווערטער דערמאנט ער אויך דער וויכטיגע פאקט אז זי איז געוועהן א קאפאו.

סיי דער בעל הפאשקעוויל איז געוועהן זייער א חשובע בנש"ק, געטוהן שטארקע רבי'שע שידוכים, וכן דער רעבעצין.

ואי"ה וועל איך דאס מעתיק זיין.

זעהט דאס דער מציאות אז איינער איז געוועהן א 'קאפאו' נישט קיין נפק"מ ווער דאס איז געוועהן, איז עס לאחר המלחמה געוועהן א שטארקע בזיון צו ווערן אנגערופען א קאפאו.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 5:01 pm
דורך איחוד פעלד
יאיר האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:איין קאפוי איז געוועהן נאך א איד אין בארא פארק, וואס פין זיין לאגער איז כמעט נישט לעבען געבליבען קיין אידען, נאר איינער וואס פלעגט זאגען ער איז קאפוי, און ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער כל ימי חייו.

ר' משה יהושע צאנגער ז"ל שרייבט אין זיין בוך 'פארשפעטיגט דעם שיף' אז ער איז געווען א קאפא,


ווער איז ר' משה יהושע צאנגער?

האט ער איבערגעלאזט קינדער?

איז ער דער קאפוי וואס איך רעד וועגען?

איך האב קיינמאל נישט געקענט דערגיין ווער דער קאפוי איז. כ'האב געהערט דערפין אמאהל ביי א שבע ברכות פין איינער, און יענער האט בשום אופן נישט געוואלט מגלה זיין די נאמען פין דער קאפוי.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 5:21 pm
דורך galitzyana
no reb moshe yehoshia is not the kapo it was someone else that didn't have any children

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 5:21 pm
דורך [NAMELESS]
ר משה יהושע האט ארויסגעגעבן א ביכל בשנת תשס״א-ב, הערליך און זייער דראמאטיש געשריבן זיין היסטאריע פון צווייטע וועלט מלחמה.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 5:27 pm
דורך יידל
galitzyana האט געשריבן:no reb moshe yehoshia is not the kapo it was someone else that didn't have any children
ער שרייבט דאך אבער אויף זיך און זיין בוך אז ער איז געווען א קאפאו?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 5:32 pm
דורך galitzyana
true , i mean he is not the bad kappo in bobov , i was told as a child on a person that he was a bad kappo , he once got a aliya in bes medresh and everone was mocha and screaming these galitzyana were rodefing him till his last day. a mazal he ddint have any children . he has nepues i dont wanna say his name

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:21 pm
דורך קאווע טרינקער
אין פאפא קהילה איז געווען א באקאנטע איד, ר' משה האפפמאן, דער מייסד פון די חברה שומרים.
געווען א קאפאו ביים קריג, און דורכדעם זוכה געווען צו ראטעווען ממות לחיים דעם קלויזענבורגער רב זצ"ל.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 8:09 pm
דורך איך אויך
יידל האט געשריבן:
galitzyana האט געשריבן:no reb moshe yehoshia is not the kapo it was someone else that didn't have any children
ער שרייבט דאך אבער אויף זיך און זיין בוך אז ער איז געווען א קאפאו?

יא, ליין דעם בוך עס וועט זיך דיר לוינען.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 8:59 pm
דורך יידל
שוין געליינט אלץ קינד.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:11 pm
דורך sunbar
galitzyana האט געשריבן:true , i mean he is not the bad kappo in bobov , i was told as a child on a person that he was a bad kappo , he once got a aliya in bes medresh and everone was mocha and screaming these galitzyana were rodefing him till his last day. a mazal he ddint have any children . he has nepues i dont wanna say his name


פאר זיין לוי' האט די באבוב'ע רב אנגעזאגט די אלטע יודן נישט צו מאכן קיין גערודער .

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:12 pm
דורך איך אויך
יידל האט געשריבן:שוין געליינט אלץ קינד.


ניקס מעגליך, אחוץ אויב דו ביסט היינט 17 יאר אלט.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:14 pm
דורך יידל
פאלט דיר נישט ביי אז ביי די 17 בין איך נאך געווען א קינד.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:17 pm
דורך איך אויך
אה דאן האב איך גארניקס געזאגט.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:21 pm
דורך יאיר
יידל האט געשריבן:פאלט דיר נישט ביי אז ביי די 17 בין איך נאך געווען א קינד.

אוי וויי. למעשה ביסטו אמאל אויפגעוואקסן?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:22 pm
דורך יידל
ווער ווייסט.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:35 pm
דורך berlbalaguleh
יאנקל האט געשריבן:נישט אלע קאפויס זענען געווען רשעים, א שטייגער מ'זאגט אז דער ברך משה מסאטמאר איז געווען א קאפוי, אבער ער איז געווען גאר איבערגעגעבן פאר יעדן. אויף אן אנדערן צדיק ווייסט מען אויך צו זאגן אז ער איז געווען א קאפוי, אבער אויף יענעם איז פאראן אז ערנסטער קלא דלא פסיק אז ער איז געווען א מערדערליכער רשע. נאכדעם וואס רבי שלמה באבובער האט זיך מיט אים משדך געווען איז טאקע געווען א טומל אין דעם חצר היתכן מ'האט געגעבן לעגיטימאציע פאר אזא איינעם.

ס'איז אבער אן אינטרעסאנט לשון וואס דו ניצט. (פאראפראזירט( "אויף אן אנדערן צדיק איז אויך פאראן א קלא דלא פסיק אז ר'איז געווען א מערדערליכער רשע" מה נפשך אויב איז ער געווען א מערדערליכער רשע איז ער דאך נישט קיין צדיק. לכה"פ שרייבן "צדיק" אין קואטעישן מארקס.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:39 pm
דורך berlbalaguleh
הירשל ציג האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)

אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???

און אז ברודערס רצח'נען זיך ארום איבער אן אזוי געדאכטע ירושה.?

ענטפער צו דולה ומשקה

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:53 pm
דורך berlbalaguleh
אז מ'רעדט שוין. דער הייליגער נירבאטור'ער זי"ע ער זאל רוען אין לעכטיגן גן עדן. איך האב געהערט א טעיפ פון א מיטינג ביי התאחדות ווי ער באוואשט ר' אברהם לייטנער כאילו ר' אברהם וואלט געווען אחד הריקים. א שטיקל לימוד זכות. ער האט מורא געהאט אז ר' אברהם מאכט איהם קאליע די פרנסה.