פלאנעטן וואס האבן מעגליך אין זיך לעבן
נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 9:57 pm
אין דעם געביט איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז די אסטראנאטן וואס זענען געווען אויף די לבנה האבן דארט איבערגעלאזט זייער צואה אין דייפּערס בתוך פארמאכטע דזשעט בּעגס. סייענטיסטן וואלטן דאס געוואלט צוריקבאקומען און שטודירן. דאס איז וויבאלד בערך 55% פון צואה באשטייט פון די באקטעריע וואס לעבן אינ׳ם מענטש׳נס/באשעפעניש׳נס מאגן. סייענטיסטן וואלטן געוואלט זעהן אויב מייקראסקאפיק לעבן, וואס מ׳ווייסט איז געווען א לענגערע צייט אויף אן אנדערן סאָלער בּאַדי, קען לעבן אויף די אנדערע בּאַדי, אדער צו מ׳קען עס צוריק מחיה מתים זיין, אדער עכ״פ זעהן ווי לאנג ס׳האט געלעבט (אא״וו).
*
אין דעם איז אויך מערקווידיג צו דערמאנען אז טארדיגרעידס (״וואסער בערן״; א מין שרץ) זענען פון די מערסטע רעזיליענט באשעפענישן אויף די וועלט. אין 2007 האט מען עקספּוֺיזט טארדיגרעידס צו אפענע ספּעיס אין די ספערן [low earth orbit] פאר 10 טעג. 2/3 פון זיי האבן איבערגעלעבט (דהיינו מ׳האט זיי געקענט צוריק ערוועקן), און הגם רוב זענען דערנאך אויסגעשטארבן האבן זיי אבער געבוירן (פאר׳ן שטארבן נאכ׳ן זיין אין ספעיס) געהעריגע קינדער. דאס איז אלעס אבער נאר געווען ווען מ׳האט זיי דיהיידרעיטעד פאר דעם.
סייענטיסטן קלערן אויך אז עס איז מעגליך אז די (פארפרוירענע) טארדיגרעידס וואס מ׳האט ארויפגעשיקט מיט א״י׳ס בראשית לאנדער צו די לבנה האבן דארט געלעבט פאר א שטיק צייט.
*
ווי אויך אויף די רוסישע מיר ספעיס סטאנציע האט זיך גענומען וואקסן אינדרויסן [בשעת׳ן זיין אין ספעיס] א פאָנגוס (עס איז לכאורה געקומען מעיקרא פון אינווייניג אינ׳ם סטאנציע), ועכ״כ אז ס׳האט אנגעהויבן דורכעסן די פענסטערס פונ׳ם סטאנציע.