בלאט 2 פון 4
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:56 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס מיינט
די קליינע ראצער
[ראץ איז בכלל א מיאוסע ווארט? וויאזוי זאגט מען עס נישט מיאוסע הייט?]
א תירוץ פאר די קעץ
וואס מיינט 'דאס'?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:58 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס מיינט דאס וואס מ'זאגט ווען איינער הוסט.
קוצי קוצי
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 4:17 pm
דורך שמעקעדיג
עפן א אשכול פון פאפולערע בעיבישע אויסדרוקן..
פון באבא, דא דא, לאלא, קוצי, א.א.וו...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:19 pm
דורך אחד העם
אמאל געהערט, אז דער מקור פון דער אויסדריק "שטותים מיט לאקשן" איז פון די רוגוצובר, געווען אמאל א שאלה אויף א געוויסע זאך כמדומה בנוגע חמץ בפסח, און איינער האט אים אנגעפרעגט צו דער זאך איז דומה צו א צווייטע זאך, האט אים דער רוגצובר גענטפערט, שטותים מיט לאקשען, דהיינו, דיין צושטעל איז "שטותים" ווייל יענץ איז "מיט לאקשען", כאילו פאר דעם איז עס אסור,
האט שויו איינער געהערט אמאל פון דעם? און אויב עס איז דא מער פרטים בנוגע וואס די שאלה.איז געווען
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 5:03 pm
דורך שמעקעדיג
The new computer is so good, it leaves its predecessor in the dust
וויפיל מאל האב איך שוין געטראפן דעם אויסדרוק. "ער לאזט יענעם איבער אין די שטויב".
פון וועלכע שטויב רעדט מען דא?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 5:15 pm
דורך הירשל ציג
די שטויב פון דער וואס לאזט אים איבער, דהיינו ער פארט שנעל אוועק און לאזט איבער א "שטויב וואלקען" הינטער זיך
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 5:30 pm
דורך פרישער
ווער, לעקיש בער
ווער איז דאס הרב לעקיש בער
וואס איז דער מקור אז אלע מאל איז ווער לעקיש בער
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 5:49 pm
דורך גאלד
he's such a MASMID he's banging peaces
he gave him in grandmothers grandmother
you empty string!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:09 pm
דורך מנשה לוסטיג
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס מיינט דאס וואס מ'זאגט ווען איינער הוסט.
קוצי קוצי
גראדע מיין איך אז די ווארט 'קוץ קוץ' ביים הוסטן, איז נישט נאר א יידישע אויסדרוק, כ'מיין ס'האט א מקור פון ספאניש אויך. [ווער עס קען עס מברר זיין]
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 6:12 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס מיינט: די קליינע 'טראדשאק'
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 11:03 pm
דורך מנשה לוסטיג
אפגעטון אויף 'טערקיש'..
וואס איז פשט אויף דעם אויסדרוק?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 10:19 am
דורך פרישער
עס גייט מיך אן אין דו לינקע פאה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 8:34 pm
דורך שמעקעדיג
א תירוץ פארן באבענ'ס קאץ?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 10:06 pm
דורך יואליש
מנשה לוסטיג האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס מיינט דאס וואס מ'זאגט ווען איינער הוסט.
קוצי קוצי
גראדע מיין איך אז די ווארט 'קוץ קוץ' ביים הוסטן, איז נישט נאר א יידישע אויסדרוק, כ'מיין ס'האט א מקור פון ספאניש אויך. [ווער עס קען עס מברר זיין]
Probably an onomatopoeic expression.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 9:58 pm
דורך [NAMELESS]
ס'דא א ביכל הייסט זי "
אידישע ווערטלעך פארטיישט" פון שמואל כאניס (א בארא פארק'ער שרייבער 'פון יענע יארן', אויך דער מחבר פון א העכסט הומאריסטישע בוך "
צו שמייכלן און צו לאכן", ער פלעגט מיט יארן צוריק האבן א וועכענטליכע קאלום אין 'דער איד' "ליינט עס וועט אייך פאראינטרעסירען" אונטערן פענע-נאמען ש. דעווידסאן) ווי דער מחבר פארגייט זיך מיט א מוסטערהאפטיגע סדר אדורך די מקורות און נוסחאות פון פאפולערע יידישע שלאג-ווערטער המורגל בפי ההמון. רובא דרובא שאלות און ספיקות וואס ווערט דא אויסגעלופטערט האט ער דארט א שמועס דערוועגן, כאטשיג ס'אויך דא אויף וואס מחולק צו זיין איז ער עפי"ר מיישב דבר דבור על אפניו. ס'ווערד פאר א יידיש ליעבהאבער זיך'ס איינצוהאנדלען.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:48 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'שמועס מיט מיין קרוב, און זיין קינד זיצט דערנעבן, ער הערט ווי איך זאג, אז כ'האב באקומען א בריוו 'אייער' נעכטן. און דאס קינד שיסט אויס אין געלעכטער. וואס מיינט 'אייער' נעכטן..
איך האב געכאפט אז היינט ניצט מען עס מער נישט..
און וואס מיינט עס טאקע 'אייער' נעכטן.. פון ווי קומט די ווארט?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:57 pm
דורך [NAMELESS]
ס'שטאמט פון 'איידער-נעכטן'
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 7:42 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס מיינט 'דו פוילע שטריק' ?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 7:53 pm
דורך גנדי
וואס מיינט: ״דרייט נישט דעם שמיטשיק״
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 7:13 pm
דורך [NAMELESS]
פרישער האט געשריבן:עס גייט מיך אן אין דו לינקע פאה
איר ריכטיגע אויסלייג איז '
דער לינקער פיאטע', פיאטע (פון רוסישען пят) אין ענגליש איז heel, sole, toe, foot.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 1:23 pm
דורך שמעקעדיג
און וואס מיינט דאס? עס גייט מיר אן אין דער לינקער זויל?
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 3:08 pm
דורך הוגה
"seeing is believing" איז לכאורה א טעות. די אידיאם דארף צו מיינען "כ'וועל גלייבן ווען איך וועל זעהן". אבער seeing is knowing מען דארף שוין נישט גלייבן ווען מען זעהט עפעס, מען ווייסט שוין.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 4:31 pm
דורך געפילטע פיש
קען מען דען עפעס וויסן? סך הכול ווען דו זעסט עפעס, וואס געשעט איז אז דיינע photon receptors אינעם אויג כאפן אויף די פליעדיגע phtons, טייטשן עס איבער אויף עלעקטראנישע סיגנאלן וואס ווערן געשיקט דורך neural pathways אינעם אפטישן נערוו צום מוח. און דו גלייבסט אז וואס דו "זעסט" שפילט אפ וואס ס'געשעט אין מציאות.