בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 6:34 pm
דורך לעמיל
מיט די קאליר דא קען מען נישט איבער ליינען וואס מ'שרייבט

ברעקינג

נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 7:56 pm
דורך לעמיל
משמח אלוקים ואנשים חבר השטיבל הרב מנשה לוסטיג וועט מהנה זיין די עולם בי די טיש פון כ״ק אדמו״ר שליט״א מדינוב! קומט אריבער עס לוינט זיך א טריף פון איבראל, וווארט אייך צו באגרוסען לעמיל מיט מנשה!

נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 9:18 pm
דורך קאווע טרינקער
נישט קיין שושן פורים טיש. שוין לאנג נאך צאת הכוכבים.
אפשר א שיתתר-טיש (שיטיש)

נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 10:14 pm
דורך דולה ומשקה
עס איז געוועהן צו באמערקן, אז מענטשען אדער חסידים בפרט, ווייסען נאך נישט אדער זענען פשוט צומישט ווי אזוי מ'דארף זיך אנטוהם אין שושן פורים.
א טייל טראגען דעם גאנצען שבת'דיגע לבוש דהיינו שטריימעל ווייסע זאקען רעזשוואלקע אין ווייסע שאל
אל טייל טראגען דעם שטריימעל טיש בעקיטשע געהעריגע ווינטער מאנטעל מיט שווארצע שאל
אנדערע גייען אינגאנצען וואכענדיק
א מיעוט גייען אין בית מדרש (שחרית) מיט א טיש בעקעטשע אבער שפעטער אין טאג טויש מען זיך.

דאס טוישען קען זיין ווייל אין ירושלים איז שוין נישט שושן פורים.
די וואס גייען נאר מיט שטריימל אין אין טיש בעקעטשע אבער נוצען דעם ימי החול ווינטער מאנטעל (לאפוקי דער רעזשוואלקע), דאס איז צוליב דעם אור המקיף וואס איז נישט שייך פורים נאר בליל שב"ק (ויו"ט). אין דער תירוץ צוליב וואס ס'שטייט "ותלבש אסתר מלכות" אז עס איז יא דא דעם אור המקיף אבער דאס איז ווייטער נישט בשושן פורים (אולי נאר ביי די ערי המוקפות חומה מימות יהושע בן נון).

נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2013 10:16 pm
דורך [NAMELESS]
די זעלבע סיבה פארוואס מ׳גייט מיט א רעשוואלקע אויפן טלית שבת אינדערפרי אין א אידישע שטאט לדוגמת קרית יואל, טאש, ארץ ישראל

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:03 am
דורך זר זהב
איך האב אזוי הנאה גייעננדיג יעצט אין גראסערי צו זעהן אינגעלייט מיט שטריימל אא"וו, פארוואס פארקערצערן דעם יו"ט ווען מ'קען נאך גיין דערמיט? די אלע וואס טוישן זענען דעפרעסטע מענטשן וואס דארפן אן אונטערזיכונג

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:40 am
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:איך האב אזוי הנאה גייעננדיג יעצט אין גראסערי צו זעהן אינגעלייט מיט שטריימל אא"וו, פארוואס פארקערצערן דעם יו"ט ווען מ'קען נאך גיין דערמיט? די אלע וואס טוישן זענען דעפרעסטע מענטשן וואס דארפן אן אונטערזיכונג

פארוואס גייט מען נישט קיין שטריימעל שיט-סר ושיבסר?

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:04 am
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:נישט קיין שושן פורים טיש. שוין לאנג נאך צאת הכוכבים.
אפשר א שיתתר-טיש (שיטיש)

זיי וואשען זיך שושן פורים באטאג און צוען אריין די שמחה באנאכט

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:57 am
דורך שרייבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך האב אזוי הנאה גייעננדיג יעצט אין גראסערי צו זעהן אינגעלייט מיט שטריימל אא"וו, פארוואס פארקערצערן דעם יו"ט ווען מ'קען נאך גיין דערמיט? די אלע וואס טוישן זענען דעפרעסטע מענטשן וואס דארפן אן אונטערזיכונג

פארוואס גייט מען נישט קיין שטריימעל שיט-סר ושיבסר?

געב עס א פאר יאר

איך האב פונקט נעכטן אינזין געהאט, אין שער יששכר טייטשט ער אז אתר האט געבעטן תנתן גם מחר ליהודים כדת היום, אז שושן פורים האט די זעלבע סגולות כדת היום ווי פורים

נו ווארט נאר ווארט, נאך אביסל וועט זיך אנהייבן מנינים תהלים שושן פורים אויך, פאר די וואס האבן נישט קיין צייט פורים

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:07 am
דורך ברסלבער
כ'האב מיר געוואונדערט פארוואס אלע מיינע ביינער טוען מיר נאך וויי, קען זיין אז עס האט אויך צו טוהן מיט שיתסר ושיבסר.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:13 am
דורך לעמיל
ברסלבער האט געשריבן:כ'האב מיר געוואונדערט פארוואס אלע מיינע ביינער טוען מיר נאך וויי, קען זיין אז עס האט אויך צו טוהן מיט שיתסר ושיבסר.

מענין לענין נעכטען שיקט מיך איינער א טעקסט: איינער זאגט מיך אז ער האט נישט געוויסט אז ער האט אזויפיל ביינער יעצט פילט ער אלע

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:20 am
דורך דולה ומשקה
שרייבער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך האב אזוי הנאה גייעננדיג יעצט אין גראסערי צו זעהן אינגעלייט מיט שטריימל אא"וו, פארוואס פארקערצערן דעם יו"ט ווען מ'קען נאך גיין דערמיט? די אלע וואס טוישן זענען דעפרעסטע מענטשן וואס דארפן אן אונטערזיכונג

פארוואס גייט מען נישט קיין שטריימעל שיט-סר ושיבסר?

געב עס א פאר יאר

איך האב פונקט נעכטן אינזין געהאט, אין שער יששכר טייטשט ער אז אתר האט געבעטן תנתן גם מחר ליהודים כדת היום, אז שושן פורים האט די זעלבע סגולות כדת היום ווי פורים

נו ווארט נאר ווארט, נאך אביסל וועט זיך אנהייבן מנינים תהלים שושן פורים אויך, פאר די וואס האבן נישט קיין צייט פורים


מ'האט געקענט זעהן נעכטן 'שושן פורים' קינדער פארשטעלט, זענען משלים זיי משלוח מנות.
נאך עטליכע יאר, בייקומען מיר צוויי טעג פורים, איינס פאר מקרא מגילה משתה ושמחה, דער צווייטע טאג פאר הוספה און השלמה פאר משלוח מנות און מתנות לאביונים.
אין ארץ ישראל טוט מען טאקע אזוי, אלע ירושלימ'ער זענען דער ערשטע טאג אין בני ברק אין דער צווייטע טאג אין ירושלים, אין די תושבי בני ברק טוהן פארקערט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:42 pm
דורך מאטי
קאווע טרינקער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך האב אזוי הנאה גייעננדיג יעצט אין גראסערי צו זעהן אינגעלייט מיט שטריימל אא"וו, פארוואס פארקערצערן דעם יו"ט ווען מ'קען נאך גיין דערמיט? די אלע וואס טוישן זענען דעפרעסטע מענטשן וואס דארפן אן אונטערזיכונג

פארוואס גייט מען נישט קיין שטריימעל שיט-סר ושיבסר?

פאר דער זעלבער טעם וואס מען שחט נישט בזנבו מנוצט נישט קיין פלפלין פאר א אתרוג און מ׳מל׳ט נישט דעם אוזן ודו״ק

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:43 pm
דורך לעמיל
moti107 האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך האב אזוי הנאה גייעננדיג יעצט אין גראסערי צו זעהן אינגעלייט מיט שטריימל אא"וו, פארוואס פארקערצערן דעם יו"ט ווען מ'קען נאך גיין דערמיט? די אלע וואס טוישן זענען דעפרעסטע מענטשן וואס דארפן אן אונטערזיכונג

פארוואס גייט מען נישט קיין שטריימעל שיט-סר ושיבסר?

פאר דער זעלבער טעם וואס מען שחט נישט בזנבו מנוצט נישט קיין פלפלין פאר א אתרוג און מ׳מל׳ט נישט דעם אוזן ודו״ק

אשפג :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:45 pm
דורך קאווע טרינקער
אבער תחנון זאגט מען נישט ווייל ס'איז א הו"א פון די גמרא.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:59 pm
דורך מאטי
קאווע טרינקער האט געשריבן:אבער תחנון זאגט מען נישט ווייל ס'איז א הו"א פון די גמרא.

תחנון האט א מיגו פון אנדערע סיבות וואס מנוצט אגאנץ יאר עניוועיס

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 1:27 pm
דורך זר זהב
נו, היינט 2 פארטאגס איז דאך געווען שיתסר

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:41 am
דורך דעתי הענייה
צאנזער רב,איז טאקע יא געגאנגען דעם שטריימל און געפירט טיש שיתסר ושיבסר.
און אין באבוב איז נאך ביז היינט דא א טיש, מיט די פורים רב, וכו'.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:44 am
דורך קאווע טרינקער
דעתי הענייה האט געשריבן:צאנזער רב,איז טאקע יא געגאנגען דעם שטריימל און געפירט טיש שיתסר ושיבסר.
און אין באבוב איז נאך ביז היינט דא א טיש, מיט די פורים רב, וכו'.

צאנזער רב האט דאך געפירט טיש יעדען טאג?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:47 am
דורך דעתי הענייה
נישט ממש, מען האט געלאזט מיט עסן און זיין צימער ווער עס האט געוואלט, א טיש איז געווען. א מושג פאר זיך, אין טיש שטוב, דברי תורה, ועוד.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:49 am
דורך קאווע טרינקער
דעתי הענייה האט געשריבן:נישט ממש, מען האט געלאזט מיט עסן און זיין צימער ווער עס האט געוואלט, א טיש איז געווען. א מושג פאר זיך, אין טיש שטוב, דברי תורה, ועוד.

טיש שטוב = דיינינג רום בלע"ז ?
בין איך דאך הולך בדרכי צאנז!

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:56 am
דורך דעתי הענייה
עפעס אזוי עס איז נאך געשטאנען ביז די מלחמה, און עס האט באלאנגט צו די קינדער פון רביצין נחמה'לע צאנזער רב'ס טאכטער.

אין ספר „צאנז" איז עס פונקטליך אראפגעמאלן.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 12:26 pm
דורך לעמיל
ארויף געברעינגט לכבוד שושן פורים