בלאט 2 פון 6
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:39 pm
דורך הערשל
די צייטונג פון אלבערט האט יא געלייגט צוויי בלעטער וועגן די מערכה.
שטעלט אייך פאר אז דער שטערן זאל באשרייבן די צייטונג.
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:17 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:נו, זיי אזוי גוט און זיי אונז מזכה מיט א סקען פון בלאט (ס׳באלאנג לכאורה אין דעם שטערן מערכה אשכול).
אבי גערעדט האט געשריבן:http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=6&t=53&start=300 דא פאר די ארטיקל
מיינסט לכאורה
דא
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:32 pm
דורך משה געציל
עמ"כ דבר יום ביומו.
פריי זיך נישט אזוי מיט יענעמס דורעכפעלער, זיי נישט דער מפיץ פון אלע פאשקעווילען וואס א צווייטער וויל נישט דרוקען, לדעתי ביזטו נאך דער עראגסטע חורבן, האסט אוועק גענומען דאס מינעמאלע כבוד הביהמ"ד, וואו מען שטייט און גייט זעט מען דיר מאכען א חאזעריי, צו איז דאס אויף די האקס אין מקוה, צו אין די טישא האלטערס פונעם ביה"כ (וואס עס איז סתם אזוי לענגער געווארען די ליניעס דארט א יעדען טאג זייט דו ביזט ארויס געקומען)... צו צוקנייטשטערהייט אין א גענוצטען פאם קאפ אין ביהמ"ד... ועוד ועוד...
אויב אמאל האט מען געוואוסט אז א בחור ווען ער ווארט צופרי אויפען באס אין ישיבה קוקט אריין אין א חסידיש ספר, איז היינטיגע צייטען דער בחור פארנומען זיך פארשאפען אלע טעגליכע פלייערס וואס קומען ארויס א דאנק דיר.
דו קענסט זיין זיכער אז דו אנאנעמיס גרופע גערופען "המעוררים", האבען שוין גרייט א מערכה אויף דיר איינמאל זיי זענען פארטיג מיטען שטערן.
און צום לעצט לאמיך קלאר מאכען אז איך האב גארנישט קעגען דיר, נאר אזוי וואו איך האב אנגעפאנגען זיי נישט דער פאליס מאן פון אנדערע! מום שבך אל תאמר לחברך!
פארשטאנען???... איך מיין איך האב עס גענוג קלאר ארויס געברענגט...
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:56 pm
דורך הערשל
נישט אמת. די מעוררים מיטן דבר יום ביומו איז איינס.
מיינסט זיי גייען זיך אליינס פארמאכן?!
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:57 pm
דורך קרעקער
א עוללה פין אלבערט פרידמאן פארען אריינלייגען דע מחאה
זיי מיינען דאך עם אויכ פארוואס איז ער אזא נאר???????
רופטס אריין אין זייטס מוחה וכן אני נוהג
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:58 pm
דורך יידל
קרעקער האט געשריבן:א עוללה פין אלבערט פרידמאן פארען אריינלייגען דע מחאה
זיי מיינען דאך עם אויכ פארוואס איז ער אזא נאר???????
רופטס אריין אין זייטס מוחה וכן אני נוהג
ער טוט עס ווייל ער וויל מ'זאל אים פארקויפן ביי די "כשר ליי מאטיריאל עקספאו".
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 2:18 pm
דורך גדעון
נאר איין קשיא, וואס טוט זיך מיט די טויזענטער אידן וואס שטיצן די מערכה? זיי ווילן א ריינע שטאט, זיי זענען עפעס רוזשינקעס? פארוואס האלט עטס אז יעדער מיז זיך צישטעלן צו ענקערע קאפריזן אזש א צייטונג וואס לייגט אריין א מודעה איבער א אסיפת חינוך טוט א חוצפה,
עטס ווילטס איש הישר בעיניו, מיר ווילן קאנטראל אויף אונזערע גראסעריס. עטס ווילטס פריקת עול הרבנים, מיר ווילן ועשית ככל אשר. מיר ווילן הארכען צו די מחנכים פון אונזערע קינדער און טוען זיך אפהאלטן פון זאכן וואס זיי פארשטייען איז שעדליך,
ענקער כח איז דער אינטערנעט ווי אנאנימע פארשוינען קענען זיצן פיר און צוואנציג שעה א טאג און באשמיצן וועם ס'שמעקט זיי, און לעצטענס אויך טעראר. די כח פון די רבנים זענען די טויזענטער וויליאמסבורגע אידן וואס שטייען אינטער זיי, זיי האבן נישט קיין מח שווענקער אויפן וועב, נישט קיין טוויטער אקאונטס, א בלויזע אלט-מאדישע צעטל אינטערגעשריבן פון די חשובע רבנים האט אויפמערקזאם געמאכט דעם עולם און געמאכט די פורקי עול שפרינגען,
איך הער האלבע טענות אהער אהין-פיין, אבער דאס אז דער צייטונג זאל נישט מעגן אריין לייגן א מודעה פון א אסיפה (וואס ניטאמאהל ווערט דערמאנט דער שטערן אויף די פלייערס) א אסיפה וואס א גרויסע ציבור קוקט ארויס דערויף - דאס איז חוצפה!
און די מחאה פאון קאללס - דאס איז טעראר!
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 2:35 pm
דורך הערשל
האסט א נקודה גדעון.
ער האט טאקע נישט געברויכט וויסן אז די אסיפה איז קעגן דעם שטערן.
אפשר איז די אסיפה אויך קעגן די בליץ?
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 3:40 pm
דורך זר זהב
וואסערע מחאה איגעווען אינעם צייטונג ??? קעגן וועם ??
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 7:36 pm
דורך ידען
ר׳ אבא חייא טויבער גייט אויך רעדן,
כאמער געווינדערט ווין כאב אים נישט געזען אינעם דבר יום פאשקעוויל.
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 7:45 pm
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:ידען האט געשריבן:ר׳ אבא חייא טויבער גייט אויך רעדן,
דאס איז גוטע נייעס, ווייל הרב טויבער איז באקאנט מיט זיין מערכה קעגן די היימישע שמוציגע צייטונגען.
מעלה אדער חסרון?
גייט ער האקן קעגן ״אלע״ צייטונגען?
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 8:18 pm
דורך קרעמער1
זאל איינער וואס איז דארט אנוועזנד ביטע שרייבן דא א ליסטע פון לייען-מאטריאל וואס זיי פארקויפן דארט
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:13 pm
דורך קאווע טרינקער
געפרעגט איינעם צו ער גייט צום אסיפת חינוך, זאגט ער מיר ניין, ס'איז חנוך לנערים בעלמא
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:15 pm
דורך הערשל
קיינער פון דא גייט נישט אהין?
גדעון?
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:16 pm
דורך הערשל
ר׳ אבא חייא האט געענדיגט רעדן.
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:26 pm
דורך הערשל
איך בין נישט דארט, איך באקום אפדעיטס.
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:45 pm
דורך הערשל
ר׳ יצחק כץ רעדט יעצט.
ווער איז ער?
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:51 pm
דורך ריק סאנטורעם
ביי די עקספאו קען מען זיך סובסקרייבען צו די פאלגענדע אויסגאבעס
מעלות
אוצרות
דער אוצר
דאס אידישע ליכט
עונג שבת
ר' אביגדור מיללער אויף די סדרה
און נאך פילע אידישע ביכלעך
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:58 pm
דורך שמואל הלוי
צו דער בליץ נישט?
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:00 pm
דורך זר זהב
ריק סאנטורעם האט געשריבן:ביי די עקספאו קען מען זיך סובסקרייבען צו די פאלגענדע אויסגאבעס
מעלות
אוצרות
דער אוצר
דאס אידישע ליכט
עונג שבת
ר' אביגדור מיללער אויף די סדרה
און נאך פילע אידישע ביכלעך
קודם שלום עליכם ריק, נייס טו סי יו נאכ'ן אזוי מיאוס פארלירן. --- קען מען דארט סובסקרייבען פאר אביליגירע פרייז ווי געווענליך ?
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:07 pm
דורך ידען
גדעון
דו ביסט פון די רעדנער דארט?
וואס ביסטע אזוי שטילל ?
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:21 pm
דורך קרעמער1
א גרויסער עולם האט זיך פארזאמלט
Re: אסיפת הסברה "חנוך לנער"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:22 pm
דורך שמואל הלוי
קרעמער1 האט געשריבן:א גרויסער עולם האט זיך פארזאמלט
קוקט אויס ווי א חומת אש די גאנצע זאל (בילד איז אראנדזש פייערדיג), די שכינה רוהט דארט.