בלאט 2 פון 4
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:13 pm
דורך שרגא
זר זהב האט געשריבן:איך האב געהערט אז ווייל דענעם זעהט אויס אפגעקראכן און ביליג, פאסט עס נישט פאר א בת ישראל
קודם כל זענען דא גענוג און נאך מינים פון דענים וואס זענען ווייט פון אפגעקראכן און ביליג, און אפילו שווארצע דענים.
ווידער זענען דא גענוג סחורה נישט פון דענים, וואס זענען יא אפגעקראכן און ביליג און קיינער האט קיין פראבלעם דערמיט. אויב עס וואלט געווען אן אור-אלטע סחורה, וואלט עס מסתמא נאך געווען די לכתחילה פאר די גאר פרומע, וועלכע וואלטן זיך "אויסגעצייכנט" מיט'ן גיין מיט די פשוט'סטע סארט קליידונג, כמנהגם הק' מקדמת דנא.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:17 pm
דורך זר זהב
שרגא, דו מישט אויס "פשוט" מיט "פראסט"
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:25 pm
דורך שרגא
זר, איך זאג אז אלעס איז רעלאטיוו, ממילא "פראסט" וואלט געווען "פשוט" אויב וואלט אזוי געווען אנגענומען.
ביישפיל: פלאסטישע גלעזער איז "פשוט" אדער "פראסט"? 30 יאר צוריק איז עס געווען די פשוט'סטע וואס שייך. בערך 10-15 יאר צוריק איז עס געווארן די קילסטע וואס שייך. די זעלבע איז מיט דינע הענטלעך און ברייטע הענטלעך, און דאבל ברידזש און סינגל ברידזש, און לאנגע סקוירטס ביז'ן פלאר און קורצע (ביי די ליטווישע קרייזן איז עס זייער "פשוט", אבער ביי אונז קוקט מען עס אן "פראסט", און לאנג צוריק בשנים קדמוניות איז עס זיכער געווען "פשוט", ווייל אלע זענען אזוי געגאנגען.), און אויך טיכלעך (וואס די קילע חסידישע לעידיס גייען היינט מיט די "פשוט'ע" כמעט-ירושלמי טיכלעך און באטראכטן זיך דערמיט אלס "פראסט" קעגן די טורבאנס...) עס איז אלעס רעלאטיוו. דענים וואלט קלאר פונקט אזוי געקענט זיין די אנגענומענע געווענליכע קאליר און סטייל ביי אונז, און איך מיין עס איז דיר שווער דאס צו הערן נאר ווייל דו טראכסט פון די אפגעריבענע סארט דענים וואס זענען טאקע מער מאדנע און פראסט, אבער זיי זענען ערשטע פיל שפעטער אריינגעקומען און איז נישט די געווענליכע.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:29 pm
דורך זר זהב
איך פארשטיי וואס דו זאגסט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:46 pm
דורך שמעקעדיג
גראדע האט מיר א געשעפטסמאן געזאגט אז היינט איז דא צובאקומען א סחורה וועלכע רופט זיך "כשר דענים". דאס איז א דענים וועלכע די קאליר בכלל נישט אפגעקראכן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:47 pm
דורך זר זהב
ס'אויך דא כשר'ע פיצא פאר פסח. דאס איז אלעס פון די ס"א, די פאלשע אידן בלע"ז.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:48 pm
דורך ברסלבער
שמעקעדיג האט געשריבן:"כשר דענים".
מיט א היימישע הכשר?
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:55 pm
דורך היימישער
איך האב אמאל געפרעגט א יוד א שטיקל עסקן, האט ער מיר געזאגט אז וואס עס איז די סטייל ביי די גויים (ווי למשל דענים) פאסט נישט פאר חסידי'שע יודן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:57 pm
דורך זר זהב
א עסקן? אזוי שטייט אין די ספרים
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:01 pm
דורך שמעקעדיג
"פאסט נישט", און "נישט צניעות", איז נישט גענוי די זעלבע.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:26 pm
דורך היימישער
ער האט טאקע נישט געזאגט אז עס איז נישט צניעות'דיג, נאר בלויז אז עס פאסט נישט
יא א עסקן מיט א קלארע שכל, נישט קיין פאשקוויל ווארפער
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:39 pm
דורך איינגעמיירעט
איך וועל דיר ענטפערען צוויי תירוצים
א׳) פרעג דיין ווייב פארוואס זי האט זיך פארשטעלט מיט דענים,(אדער פארוואס איהר מאן האט פארלאנגט זי זאל זיך פארשטעלן מיט דענים)און פארוואס זי האט פארשטעלט דיין טאכטער מיט דענים.
ב׳)זאלסט אביסעל מעיין זיין וואס די מבינים פון פעישין און די אויפקומער פון דענים זענען מסביר און דעם ענין פון דענים ומשם תדרשנו
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:44 pm
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:איך האב געהערט אז ווייל דענעם זעהט אויס אפגעקראכן און ביליג, פאסט עס נישט פאר א בת ישראל
נאר אפגאלן די קאפ פאסט?
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:16 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:איך האב געהערט אז ווייל דענעם זעהט אויס אפגעקראכן און ביליג, פאסט עס נישט פאר א בת ישראל
גיי זאג עס פאר די פרומע מיט די אפגעקראכענע היטן, און די פרומע פרויען וואס נוצן א מאפ פאר א שייטל.
היימישער האט געשריבן:איך האב אמאל געפרעגט א יוד א שטיקל עסקן, האט ער מיר געזאגט אז וואס עס איז די סטייל ביי די גויים (ווי למשל דענים) פאסט נישט פאר חסידי'שע יודן.
וואס איז מיט שיך? אויך א סטייל ביי די גוים, און בכלל גייען מיט הויזן איז א גוישע סטייל.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:19 pm
דורך זר זהב
שיך און הויזן איז א מאסט, וואס מאכסטעך נאריש?.....
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:39 pm
דורך געפילטע פיש
ס'עפעס? מ'קען גיין אזוי ווי אונזערע זיידעס מיטן נאכט העמד און סנדל המסומר. און חוץ פון דעם, וואס גייט אריין אין גוישע סטייל און וואס נישט? פארוואס זענען אונזערע העמדער נישט גוישע סטייל? און וואס איז מיט די האנדא אדעסי? וואס א חילוק אויב א גוי אין פאריז מאכט די סטייל אדער א דיזיינער אין יאפאן? האסט געזען די גוישע פאקעט בוקס וואס די פרויען נוצן לעצטענס? מיט די אלע גוישע נעמען ווי דזשוסי און פראדא, שומו שמים! ואין פוצה פה ומנפח?
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:44 pm
דורך ברסלבער
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:47 pm
דורך זר זהב
אונזערע העמדער זענען יוניק, ווייסע, געקנעפלט רעכט'ס אויף לינקס. מ'האט עס אפגעשייט פונעם גוי.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:55 pm
דורך געפילטע פיש
טענה'סט זיך אויף א פרט, זאג מיר א נ"מ ציווישן א דענים שעסל און גוטשי זון-גלעזער.
און גראדע זענען די רעכטס אויף לינקס העמדער לא תלבש, פרויען גייען מיט רעכטס אויף לינקס, און יא, צומאל זענען זיי ווייס אויך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:00 pm
דורך זר זהב
סוי איך גיב אויף. מוז מען אלעמאל זיין אזוי קלוג? מ'מעג אמאל פארשטיין אויך...
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:15 pm
דורך NAVY SEAL
היימישער האט געשריבן:איך האב אמאל געפרעגט א יוד א שטיקל עסקן, האט ער מיר געזאגט אז וואס עס איז די סטייל ביי די גויים (ווי למשל דענים) פאסט נישט פאר חסידי'שע יודן.
איך האב שוין געזעהן שיקסעס מיט צעפ,אפשר פאסט נישט פאר די חסידישע מיידלעך צו גיין מיט צעפ?
רוב מיידלעך גייען טאקע נישט מיט קיין צעפ, קען זיין מהאי טעמא....
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:28 pm
דורך דולה ומשקה
למעשה רוב פרויען האבען דוקא יא ליב דענים, נאר צוליב דעם סיסטעם טאר'ן זיי דאס נישט אנטוהן, אבער אי אפשר בלא כלום, טוהן זיי דאס אן פאר די יונגערע קינדער, ביז צו פיר פינעף קען מען זעהן בא'חן'טע קינדער, פון חסידישע היימען, וואס דער מאמע טוט זיין אן דענים הויזען.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:44 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:טענה'סט זיך אויף א פרט, זאג מיר א נ"מ ציווישן א דענים שעסל און גוטשי זון-גלעזער.
און גראדע זענען די רעכטס אויף לינקס העמדער לא תלבש, פרויען גייען מיט רעכטס אויף לינקס, און יא, צומאל זענען זיי ווייס אויך.
איז דאך די מעלה פון דעם אז אויב דאס העמד איז אין די לאנדרי קען דער מאן אויסבארגן זיין ווייב'ס בלאוז, בשעת הדחק.