בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:37 pm
דורך יאיר
בדחן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט אויף וואס מען טענה'ט זיך דא. איז דא איינער וואס לייקנט אז אין סאטמארע חדרים שרייט מען אויף די קינדער?


סאטמער {ווי אימער עס איז דא צוויי, וומסב"ג/קר"י/ב"פ} גיט זייער א גיטע ווארעמע איבערגעבענע חינוך,
אמת אז די סיבה איז צוליב קאמפאטישען, אבער די קאמפאטישען גייט שוין אן איבער 10 יאר און די קינדערליך פארדינענן דערפון,

פארוואס דרייסטו זיך ארויס פון ענטפערן דירעקט אויף מיין פראגע?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:39 pm
דורך בדחן
ברסלבער האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט זיכער ווי עס באלאנגט.
אבער דאס איז נישט שיין פון דיר, איך שרייב אפ א לאנגע תגובה, און דו געבסט עס אזא מאך אוועק מיט די האנט?
זאג כאטש וואס ס'באדערט דיר
שרייבסט אפ א לאנגע תגובה מיט טאלקיניג פוינטס וואס איז גוט אויסצוהערן אינמיטען האקן ניסלך אדער סיי ווען,

און די עכטע וועלט פון חינוך, דארפן קינדער פון מאל צו מאל כאפן פעטש { חוץ אויסנאם קינדער} די בעסטע מלמדים שלאגן פון צייט צו צייט, די בעסטע עלטערן שלאגן פון צייט צו צייט, עס איז א חלק פון חינוך.

ברסלבער האט געשריבן: בד"וו, וואס מיינט "דעמעגאגיש"?

איך ווייס נישט

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:40 pm
דורך בדחן
יאיר האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט אויף וואס מען טענה'ט זיך דא. איז דא איינער וואס לייקנט אז אין סאטמארע חדרים שרייט מען אויף די קינדער?
סאטמער {ווי אימער עס איז דא צוויי, וומסב"ג/קר"י/ב"פ} גיט זייער א גיטע ווארעמע איבערגעבענע חינוך,
אמת אז די סיבה איז צוליב קאמפאטישען, אבער די קאמפאטישען גייט שוין אן איבער 10 יאר און די קינדערליך פארדינענן דערפון,

פארוואס דרייסטו זיך ארויס פון ענטפערן דירעקט אויף מיין פראגע?


איך כאפ נישט וואס איך האב נישט געענפערט, אויב עפעס איז דיר נאך שווער פרעג איבער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:44 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס זאל דאס קינד דארפן כאפן א פאטש? נישט דא קיין שום היתר דערויף אין מענטשליכקייט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:46 pm
דורך ברסלבער
בדחן האט געשריבן:און די עכטע וועלט פון חינוך, דארפן קינדער פון מאל צו מאל כאפן פעטש { חוץ אויסנאם קינדער} די בעסטע מלמדים שלאגן פון צייט צו צייט, די בעסטע עלטערן שלאגן פון צייט צו צייט, עס איז א חלק פון חינוך.

איך האב גראדע גערעדט פון די עכטע וועלט פון חינוך, איך בין ב"ה א טאטע פון קינדערלעך, און יעדע ווארט וואס איך האב געשריבן איז בדוק ומנוסה.
און איך האב אויך געשריבן אז מען דארף כמעט קיינמאל נישט שלאגן, עס איז זיכער דא אויסנאם פעלער, אבער דער חינוך קען נישט זיין געבויעט אויף שלאגן, עס העלפט נישט אז די קינדער זאלן מער הארכן די עלטערן, נאר פארקערט.
די איינציגסטע זאך וואס מען דארף האבן איז א שטארקע שטארקייט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:48 pm
דורך בדחן
ממי_שאמרו האט געשריבן:פארוואס זאל דאס קינד דארפן כאפן א פאטש? נישט דא קיין שום היתר דערויף אין מענטשליכקייט.


100% גערעכט

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:54 pm
דורך בדחן
ברסלבער האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:און די עכטע וועלט פון חינוך, דארפן קינדער פון מאל צו מאל כאפן פעטש { חוץ אויסנאם קינדער} די בעסטע מלמדים שלאגן פון צייט צו צייט, די בעסטע עלטערן שלאגן פון צייט צו צייט, עס איז א חלק פון חינוך.

איך האב גראדע גערעדט פון די עכטע וועלט פון חינוך, איך בין ב"ה א טאטע פון קינדערלעך, און יעדע ווארט וואס איך האב געשריבן איז בדוק ומנוסה.
און איך האב אויך געשריבן אז מען דארף כמעט קיינמאל נישט שלאגן, עס איז זיכער דא אויסנאם פעלער, אבער דער חינוך קען נישט זיין געבויעט אויף שלאגן, עס העלפט נישט אז די קינדער זאלן מער הארכן די עלטערן, נאר פארקערט.
די איינציגסטע זאך וואס מען דארף האבן איז א שטארקע שטארקייט.


און אנדערע ווערטער מיינסטע צו זאגען אז איה"נ דיין לאנגע תגובה איז געבויעט - מיט עטליכע שארפע משלים - אז מען טאר נישט שלאגען, אבער וויבאלד דו האסט איינמאל אריינגעווארפן אינדערמיט די ווארט כמעט קענסטע עס שוין יעצט זאגען אז מען דארף פארשטיין פון דיין תגובה אז מען מעג יא שלאגען..?!

דיין תגובה איז געזאגט אבער גארנישט געזאגט, קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז חינוך איז געבויעט אויף שלאגען אזאש אז דו זאלסט דארפן קימען און עס אפווענדען,

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:56 pm
דורך [NAMELESS]
בדחן, איבעריגע תגובה. איך בין ״אייביג״ 100 פראצענט גערעכט. פרעג נאר מיין ווייב וועט זי דיר שוין זאגן...

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:58 pm
דורך ברסלבער
בדחן, דו זאגסט גוט, אבער לאמיר הערן עפעס סברות/פראקטיק וואס דו ווייסט פארקערט פון וואס איך האב געשריבן.
דו האסט דאך נישט ליב ווען מען רעדט סתם אין די וועלט אריין.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:06 am
דורך בדחן
ממי_שאמרו האט געשריבן:בדחן, איבעריגע תגובה. איך בין ״אייביג״ 100 פראצענט גערעכט. פרעג נאר מיין ווייב וועט זי דיר שוין זאגן...


קען טאקע זיין, אבער אויף די מינוט געדענק איך נישט דיין מהלך המחשבה לאמיר דיר שטעלן פאר א שנעלע טעסט מיט זעקס שאלות כדי איך זאל דיר קענענן אינדעפעצירען און וויסען בערך מיט וועם איך רעד.


1} ר"ח היילפערן איז זיכער: 1}אומשולדיג 2}שולדיג 3}איך ווייס נישט
2}ר"נ ווב"מ איז זיכער: 1}אומשולדיג 2}שולדיג 3}איך ווייס נישט
3}אלע מוסודות זענען: 1}גוט 2}קראפעטירט 3} איך ווייס נישט
4}אלע רבנים זענענן: 1} גוט 2}.... 3} איך ווייס נישט 4} יש ויש
5}מען מען אויך ליעב האבן א חסידישער אינגערמאן: 1} יא 2} ניין 3} יש ויש
6}מעג מען דן זן לכף זכות א צווייטען איד {אינעסט אנטיל פראווען גילטי}: 1} יא 2} ניין 3}....?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:07 am
דורך יאיר
בדחן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט אויף וואס מען טענה'ט זיך דא. איז דא איינער וואס לייקנט אז אין סאטמארע חדרים שרייט מען אויף די קינדער?
סאטמער {ווי אימער עס איז דא צוויי, וומסב"ג/קר"י/ב"פ} גיט זייער א גיטע ווארעמע איבערגעבענע חינוך,
אמת אז די סיבה איז צוליב קאמפאטישען, אבער די קאמפאטישען גייט שוין אן איבער 10 יאר און די קינדערליך פארדינענן דערפון,

פארוואס דרייסטו זיך ארויס פון ענטפערן דירעקט אויף מיין פראגע?


איך כאפ נישט וואס איך האב נישט געענפערט, אויב עפעס איז דיר נאך שווער פרעג איבער.

איך כאפ נישט פארוואס דו כאפסט נישט אדער ווילסט נישט כאפן, וועל איך פרובירן נאך איינמאל מיין מזל. מיין שאלה איז אויב דו לייקנסט דאס וואס דער שכן טענה'ט אז מען שרייט גאנץ אפט אויף די קינדער אין דעם סאטמארן חדר. ביטע ענטפער יא אדער ניין, און דערנאך קענסטו מסביר זיין פארוואס דו ביסט יא אדער נישט גערעכט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:09 am
דורך בדחן
אה... איי עים סארי, איך וואין נישט און מאנסי איך ווייס נישט צו מען שרייט דארט מער ווי ערגעץ אנדערש,

אבער דו האס קודם געשריבען "סאטמערע חדרים" דאס מיינט איבעראל נישט נאר מאנסי דערויף האב איך געענפערט מיין כללות'דיגע תגובה,
אבער אויב איז דיין שאלה - ווי די פרעגסט יעצט - נאר לגבי מאנסי דעמלאטס ווייס איך טאקע נישט וואס צו ענטפערן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:14 am
דורך יאיר
דעמאלט וואס פארפירסטו אז די אלע וואס גלייבן דעם שכן זענען צרי עין און פארביטערטע מענטשן אויב דו ווייסט אפילו נישט צו ער איז גערעכט אדער נישט?
און ביי די וועי, ווי אזוי איז טאקע אין די אנדערע סאטמארע חדרים, מען שרייט טאקע נישט אויף די קינדער?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:16 am
דורך [NAMELESS]
בדחן-
1- 3
2 -3
3 -3
4 - 4
5 -3

בדרך אגב, נישט שייך צו זאגן ״אלע״ רבנים, ״אלע״ מוסדות, אזוי ווי מ׳קען נישט זאגן אלע אידן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:18 am
דורך בדחן
יאיר האט געשריבן:דעמאלט וואס פארפירסטו אז דער שכן איז אן אנטיסעמיט און א ליגנער אויב דו ווייסט אפילו נישט צו ער איז גערעכט אדער נישט?


קענסט קוואטען מיין תגובה ווי איך האב עס געשריבען?

יאיר האט געשריבן:און ביי די וועי, ווי אזוי איז טאקע אין די אנדערע סאטמארע חדרים, מען שרייט טאקע נישט אויף די קינדער?


דאס איז געווען דיין ארגינעלע שאלה דא, און איך האב דיר שוין געענפערט דערויף.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:20 am
דורך יאיר
סארי, כ'האב זיך טועה געוען מיט א צווייטן וואס האט געשריבן אז דער גוי זאגט עס פשוט ווייל ער ווערט נערוועז פון זיי, (אין אנדערע ווערטער ער איז א זיכערער ליגנער, און מסתמא אויך אן אנטיסעמיט, אויב ער טראכט אויס אזא ליגן). איך האב עס שוין פארראכטן. ביטע ענטפער מיין יעצטיגע שאלה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:21 am
דורך [NAMELESS]
בדחן, איך בין זייער אנגעצויגן, געפעסט די טעסט אדער נישט?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:22 am
דורך יאיר
דו האסט מיר געענטפערט אז זיי גיבן א ווארעמע חינוך, אבער נישט צו זיי שרייען אדער נישט. איך וויל דא לאדענען אלע וואס האבן געלערנט אין סיי וועלכע סאטמארע חדר צו לאזן הערן אויב מען שרייט אויף די קינדער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:24 am
דורך בדחן
ממי_שאמרו האט געשריבן:בדחן-
1- 3 2 -3 -3 4 - 4 5 -3


ייש"כ, אזא איד ווי די מיט אזא שכל הישר איז טאקע אייביג גערעכט, ווייל זיכער האסטע א אשת חיל מיט אזא קלארע מחשבה ווי דו וואס איז אויך אייביג גערעכט..., :) :) :)

ממי_שאמרו האט געשריבן:בדרך אגב, נישט שייך צו זאגן ״אלע״ רבנים, ״אלע״ מוסדות, אזוי ווי מ׳קען נישט זאגן אלע אידן.


אמת. אבער לגבי אונזער נקודה קען מען עס יא זאגען... והבן

___

מען האקט....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:25 am
דורך [NAMELESS]
יאיר איך קען נישט געדענקן, ווייל איך בין געווען טויב רוב צייט פון טאג פון די געזינטע פאטש אין פנים באשמורת הבוקר פונעם מלמד שהיה ישראל שרויים בצער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:27 am
דורך יאיר
ממי_שאמרו האט געשריבן:יאיר איך קען נישט געדענקן, ווייל איך בין געווען טויב רוב צייט פון טאג פון די געזינטע פאטש אין פנים באשמורת הבוקר פונעם מלמד שהיה ישראל שרויים בצער.

ווען עס וואלט מיר נישט געקומען צום וויינען וואלט איך געלאכט. עס איז מיר א חידוש עצום דאס וואס איך הער יעצט פון ר' בדחן אז אין די סאטמארע חדרים שרייט מען נישט, און איך וואלט געוואלט הערן ווער נאך עס האלט אזוי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:29 am
דורך בדחן
יאיר האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דעמאלט וואס פארפירסטו אז דער שכן איז אן אנטיסעמיט און א ליגנער אויב דו ווייסט אפילו נישט צו ער איז גערעכט אדער נישט?
קענסט קוואטען מיין תגובה ווי איך האב עס געשריבען?

סארי, כ'האב זיך טועה געוען מיט א צווייטן וואס האט געשריבן אז דער גוי זאגט עס פשוט ווייל ער ווערט נערוועז פון זיי, (אין אנדערע ווערטער ער איז א זיכערער ליגנער, און מסתמא אויך אן אנטיסעמיט,)..


איך האב הנאה פון אזא מהלך...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:37 am
דורך יאיר
ר' בדחן ביטע ענטפער אויף מיינע שאלות אנשטאט זיך שטעלן אויף פרטים.
יאיר האט געשריבן:דעמאלט וואס פארפירסטו אז די אלע וואס גלייבן דעם שכן זענען צרי עין און פארביטערטע מענטשן אויב דו ווייסט אפילו נישט צו ער איז גערעכט אדער נישט?
און ביי די וועי, ווי אזוי איז טאקע אין די אנדערע סאטמארע חדרים, מען שרייט טאקע נישט אויף די קינדער?
יאיר האט געשריבן:דו האסט מיר געענטפערט אז זיי גיבן א ווארעמע חינוך, אבער נישט צו זיי שרייען אדער נישט.