בלאט 2 פון 7
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:50 pm
דורך שמעקעדיג
[center]ווי אזוי האט מען דאס געקענט פארפאסן?[/center]
[center]קאווע שטיבל ווינטשט א הערצליכן מזל טוב פאר ידידינו היקר המתוק מדבש
מוה"ר געפילטע פיש שליט"א
לרגל הגיעו ל"אלפיים לייקס" בלי עין הרע!!
ויה"ר שקרן הלייקים שלך יתרבו ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר וירוו ממך חבריך רוב נחת דקדושה וירבו לייקיותיך כרימון ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר![/center]
[center]געפילטע, דו ביסט אונז מחיה יעדן טאג פון יאר מיט דיינע געשמאקע תגובות, אפילו אן כריין איז דיין פיש מתוק לחיך! מיט דיין סארקאזם, הומאר, און ברייטע ידיעות בתורה ומילי דעלמא איז א נחת דיר צו האבן דא אנבאורד!![/center]
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:58 pm
דורך לעמיל
מזל טוב געפילטע
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:00 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב געפילטע, שירבו ויפרו כגעפילטע דגים
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:04 pm
דורך לעמיל
דא זעה איך אז יידל און יאנקל האבן שוין ביידע אויך איבער 2,000 לייקס, זעהט אויס אז אונזער עולם נארט זיך נישט, מ'געבט פארוועם עס קומט זיך, און ענק פארדינען עס מיט רעכט!
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:05 pm
דורך שמעקעדיג
מען האט זיי שוין אויבן געגעבן אנערקענונג דערפאר:
viewtopic.php?p=95532#p95532
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:10 pm
דורך געפילטע פיש
מ'פינקלט זיך די אויגן, ציפט זיך די לעפצן, זענען מיר אויף? איז דאס וואר? אדער חלום'ן מיר א בייזן חלום.
א גרויסן יישר כח מיינע פריינד, און אי"ה ביי אייך אויף שמחות (שמעקעדיג קען איך שוין נישט וואונטשן אלפיים לייקס, ער איז דאך אונזער עלעקטירטע פרעזידענט הלייקים, אי"ה ביי דיר ביי אכט טויזענט בקרוב), אבער גלייבט מיר איך האב גארנישט געהאט מיט דעם, קיין איין לייק האב איך מיר נישט געגעבן, אויב ווילט איר איינעם דאנקען קענט איר דאנקען די וואס האבן מיר געלייקט.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:13 pm
דורך ברסלבער
מזל טוב געפילטע! איך האב זייער הנאה פון דיינע תגובות, סיי פון די תוכן און סיי פון די וועג געשריבן, כה לחי!
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:14 pm
דורך לעמיל
פאר די רעקארד
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:27 pm
דורך משה געציל
מזל טוב געפילטע!
א כבוד און פראכט פאר'ן שטיבל צו האבן געפילטע דא!
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 7:52 pm
דורך ידען
ברסלבער האט געשריבן:מזל טוב געפילטע! איך האב זייער הנאה פון דיינע תגובות, סיי פון די תוכן און סיי פון די וועג געשריבן, כה לחי!
און סיי פון זיין הארץ וואס העלפט ווען ער קען.
משה געציל האט געשריבן:מזל טוב געפילטע!
א כבוד און פראכט פאר'ן שטיבל צו האבן געפילטע דא!
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 5:52 pm
דורך שמעקעדיג
[center]מזל טוב זר זהב!
דיינע זיסע תגובות - די מערסטע אין צאל - איז מחיה נפשות (צימעס עקסקלאדעט), און דו פארדינסט ערליך דיינע צוויי טויזענט לייקס!
יעצט לאמיר זעהן א בילד פון דיינע זיסע קינדערלעך ווי זיי וואונטשען מזל טוב...![/center]
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 5:54 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:00 pm
דורך עסן עסט'זיך
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:00 pm
דורך לעמיל
מזל טוב זר ביי 3000 בקרוב

האלט אן די גיטע ארבעט
we love you

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:14 pm
דורך זר זהב
אלץ א סאטמאר'ער וואס מ'האט געלערענט נישט צו נעמען די גאולה פאר די צייט, פארשטיי איך נישט לשמחה מה זו עושה? א שטייטער סוירטש האט מיר געוויזן אז איך האב נאך צו גיין 2 לייקס ביז 2000.
ציוניסטן אגודיסטן, המה כרעו ונפלו
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:20 pm
דורך לעמיל
זר פאר דיך
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:21 pm
דורך טעפל
מזל טוב געפילטע מזל טוב זר זהב הני צנתרא דדהבא ביידע זענען ווערט קעש!!!
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
א געוויסער ניק רוקט זיך אן צו א געוויסע מספר לייקס. יהללוך זר ולא פיך.
די אייער ליגן ביי די לינקע זייט, קיינער זאל נישט ווארפן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:07 pm
דורך שמעקעדיג
נאך נישט אזוי זיכער. ס'קען זיין אז פון 1999 ביז 2000 וועט נעמען אפאר זומער חדשים און אינצווישן וועט מען ווישן שווייס.
ונזכה ונחיה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:11 pm
דורך אביגדור
עשיתי כדת.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:18 pm
דורך געפילטע פיש
וואוה! מזל טוב קופער! אזא שמחה, זאל דער אייבישטער העלפן, זאלסט שעפן נחת פון דיינע לייקס, און זיי פון זייערע קינדער און קינד'ס קינדער, עמו"ש.
קוקטס נאר קוקטס, דער זר זהב רוקט אריין לייקס מיט אן אימפעט, פאר גאנצע צוויי וואכן צוריק האט ער באקומען זיין צוויי טויזענסטער לייק, און יעצט האלט ער שוין קרוב צו 2300! חזק ואמץ!
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:25 pm
דורך שמעקעדיג
האסט מיר אויסגעכאפט! כ'האב געוואלט לייקן דעם 2000'טן לייק, און געשריבן דעם תגובה הנ"ל נאר כדי לערבב את השטן עס זאל נישט שאטן קיין עין הרע ח"ו.
אבער עכשיו שזכינו, והשתא דאתית להכי, מזל טוב קופערניקוס אהובי וידידי, וידיד כל נפש השטיבל, דער מחותן הלייקס, אונזער ליבלינג, וואס האט דעם כח פון משמח זיין אידן בכל עת ועונה פון יעדן מצב!
דו דעזערווסט א עקסטערע מזל טוב, דו - און טאקע נאר דו - האסט באקומען אזויפיל לייקס אויף א איינצעלנע תגובה... מיר טוען זיך פאסמאקעווען מיט יעדע תגובה דיינע!
ה' יאריך ימיך ושנותיך, למען ייטב לנו ולבנינו עד עולם (כ'סאונד סעלפיש?) מיר זאלן האבן די זכי' דיר צו לייקן אונטער פרייליכע אומשטענדן מעתה ועד עולם!
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:31 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:דו דעזערווסט א עקסטערע מזל טוב, דו - און טאקע נאר דו - האסט באקומען אזויפיל לייקס אויף א איינצעלנע תגובה דיינע...
און דער בחור האלט נאך פאר 900 תגיוועס! ער איז א מועט המחזיק את המרובה.