מיין שלום בית געשיכטע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ממי_שאמרו האט געשריבן:חזקיהו, איך גלייב שווער אז עס האט אמאל געהאלפן די מיטלן ווי אזוי דו רעדסט צו א ווייב. אבער ווער ווייסט?


איך טראכט אז נאר מיט גוטען איז נישט גוט, זי מיז וויסען אז איר מאן איז אויך א מענטש אין גייט זיך נישט לאזען טרעטען, זי מיז וויסען אז מעשים האבען קאנצעקווענצען אין אז איר גרויסע שטארקע טאטע גייט איר נישט קענען העלפען,

דאס וועט איר געבען די שאק צי זיך אויפוועקען פין די קינדערישע שלאף אין וויסען אז צים סוף וועט זי באצאלען א פרייז אין ס'לוינט זיך ענדרעש צי טרייען עס צי אויסארבעטען,

אין בכלל ווען א מאן רעדט שטארק איז עס א גוטע געפיהל פאר די ווייב, זי פילט אז זי האט א רוקענביין אין דאס איז די נאטורליכע ווילען פין א פרוי זיך צי אנלאנען אויף די מאן,

טאמער די מאן לאזט זיך אראפ פאר די פרוי, דאס אליינס איז א פראבלעם, מען טאר זיך נישט לאזען ביליג מאכען, מען דארף זיין שטארק אין פייפען אויף אלע עסקנים/רבנים/שווער/שוויגער, צים סוף וועט די ווייב איינזעהן אז ער איז די אדרעס, נישט איר טאטע,

איינער האט געשריבען פריער "זיך אראפלייגען אויף די ערד פאר די פרוי", איך האלט אז דאס איז א טעות, דאס האט המן געטוהן אזוי ווי עס שטייט והמן נפל על המטה אשר אסתר עליה..........
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

ווי האט יענער געזאגט, אז מען דארף המן'ן נעמט מען אים אראפ פון די תלי'..
חזקי', דו ביזט גערעכט אז דער מאן דארף זיין שטארק, און די פרוי האט עס ליב, אבער במה דברים אמורים פאר עס האלט שוין אזוי ווייט, אבער אין אזא מצב אויב ווילסטו טאקע אז דיין ווייב זאל דיר פאלגן און שליכטן די פראבלעמען צווישן זיך אן אריינמישן אנדערע, דעמאלט'ס פעלט יא אמאל אויס זיך אראפצולייגן, און פארשטייט זיך אז עס איז א ירידה לצורך עלי'.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ברסלבער האט געשריבן:ווי האט יענער געזאגט, אז מען דארף המן'ן נעמט מען אים אראפ פון די תלי'..


ס'נאך געווען פאר מען האטעם אויפגעהאנגען......
ברסלבער האט געשריבן:חזקי', דו ביזט גערעכט אז דער מאן דארף זיין שטארק, און די פרוי האט עס ליב, אבער במה דברים אמורים פאר עס האלט שוין אזוי ווייט, אבער אין אזא מצב אויב ווילסטו טאקע אז דיין ווייב זאל דיר פאלגן און שליכטן די פראבלעמען צווישן זיך אן אריינמישן אנדערע, דעמאלט'ס פעלט יא אמאל אויס זיך אראפצולייגן, און פארשטייט זיך אז עס איז א ירידה לצורך עלי'.


ס'קען זיין ס'קען העלפען, כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געטרייט...........,
אבער איר קלאר מאכען אז לויפען צי איר טאטע וועט איר נאר ערגער מאכען אין אז ער פלאנט זיך נישט צי לאזען נאר ס'גייט זיין א מלחמה וואס זי גייט פארלירען אלעס...... אפילו ער גייט אויך פארלירען...... אין זי וועט מיזען פארשטיין אז איר טאטע גייט איר נישט קענען העלפען.......,

יעצט טאמער א פרוי לויפט יעדע מאנטיג אין דאנערשטאג צי איר טאטע, מיין איך איז עס אדער ווייל זי איז נאך א קינד, א בעבי, אדער איז איר מאן א בעבי אין זי שפירט נישט אז זי קען זיך אנלאנען אויך אים,
אזוי צי אזוי, קען מען אלעמאל אויפוואקסען......
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

חזקיהו המלך האט געשריבן:יעצט טאמער א פרוי לויפט יעדע מאנטיג אין דאנערשטאג צי איר טאטע, מיין איך איז עס אדער ווייל זי איז נאך א קינד, א בעבי, אדער איז איר מאן א בעבי אין זי שפירט נישט אז זי קען זיך אנלאנען אויך אים,
אזוי צי אזוי, קען מען אלעמאל אויפוואקסען......

דאס איז זייער ריכטיג, א פרוי וואס האט א מאן מיט א שטארקע כאראקטער, וועט נישט לויפן אזוי שנעל צו איר טאטע.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חזקיה, דו פארשטייסט די חילוק פון יראה צו אהבה? אהבה קומט נישט די וועג.
דו לעבסט באמת מיט א טעות אז דער מאן איז דער מושל אינדערהיים און די ווייב איז מאקסימום א שפחה כנענית.
די שפראך איז גוט פאר א מלמד (אפשר) זיכער נישט פאר מאן-ווייב.
פארשטיי די ווייב אויך, שוין 20 יאר וואס איז זיך שואל עצה מיט איר טאטע אדער מאמע, פלוצלינג דארף זי אויפהערן דאס צו טוהן און אנפאנגען זיך שואל עצה זיין מיט א ווילד פרעמדע מאן וואס איז נארוואס ארויסגעקומען פון ישיבה און איז אין די זעלבע יארגאנג פון איר. אודאי דארף דער טאטע זיין קליג און איר זאגן; איך קען דיין מאן, איך טראסט זיין מיינונג, גיי פרעג אים וועסט זעהן אז ער וויל נאר דיין גוטס און ער פארשטייט אויך אן עסק.  
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ממי_שאמרו האט געשריבן:חזקיה, דו פארשטייסט די חילוק פון יראה צו אהבה? אהבה קומט נישט די וועג.

אביסעל יראה מיז זיין נאכדעם איז די אהבה שטארקער, מען רעדט נישט דא צי אביוזען א ווייב, מען רעדט צי זיך נישט לאזען אביוזען
ממי_שאמרו האט געשריבן:דו לעבסט באמת מיט א טעות אז דער מאן איז דער מושל אינדערהיים און די ווייב איז מאקסימום א שפחה כנענית.


כ'האלט באמת נישט אזוי, קענסט שרייבען אז די האסט באקומען אזא רושם פין מיינע ווערטער , למעשה איז עס מיילען ווייט פין די אמת,
א פרוי איז א פרוי , ח"ו נישט קיין שפחה כנענית, מען דארף איר מחשיב זיין ווי א מלכה אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט,
אין די ווארט איז נישט אז די מאן איז די מושל, די מאן האט זיך זיין פעלד אין די פרוי אירע, אין זיי מאכען דעסיזשען'ס ציזאמען,

פארשטייט זיך אז לויט די נאטור וואס דער באשעפער האט באשאפען, איז נארמאל אז די מאן זאל האבען אביסעל מער אוטאריטי, אזוי איז נארמאל אין א נארמאלע פרוי וויל עס אזוי,

דאס אז מען לאזט זיך נישט טרעטען פין א פרוי אזוי ווי א עבד כנעני מיינט נאך נישט אז די פרוי איז א שפחה כנענית, כ'ווייס נישט פארוואס די האסט באקומען אזא אימפרעשען פין דאס וואס איך האב געשריבען, אבער כ'האב גערעדט פין עפעס אנדרעש אינגאנצען,

ממי_שאמרו האט געשריבן:פארשטיי די ווייב אויך, שוין 20 יאר וואס איז זיך שואל עצה מיט איר טאטע אדער מאמע, פלוצלינג דארף זי אויפהערן דאס צו טוהן און אנפאנגען זיך שואל עצה זיין מיט א ווילד פרעמדע מאן

אנטשולדיגטס מיר, גיין אינטערען מאן'ס ריקען איז א עוולה, זי דארף עס אדורעך רעדען מיט עים אין עס פרובירען אויס ארבעטען חוץ אויב זי איז נישט אינטערעסירט צי בויען די מערידזש נאר וויל א גט, אבער דאן דארף זי וויסען אז ער איז אויך א מענטש אין ס'גייט קאסטען א פרייז, סימפעל אז דעט,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען זי רופט אן איר טאטע נאך די חתונה פרעגן א שאלה, גייט זי נישט אינטער איר מאנס ריקן אין איר מיינד, זי טוט וואס זי האט געטוהן פאר די לעצטע 20 יאר.

ווען איר מאן טוט אן עולה אין איר אויגן, רופט זי נישט אן איר טאטע צו זיין א מוסר קעצל (זי וויל נישט ווערן ווען משיח קומט א קעצעלע...), זי איז נאר געווארן דערשראקן און זי וויל הערן פון אים אז עס איז אקעי. ווען עס איז 1-2 יאר די חתונה די זעלבע געשיכטע אגאנצן צייט איז איין זאך, אבער תיכף נאך די חתונה? עס איז זייער נערמאל, אז נישט איז א סימן אז זי איז צוקריגט מיט זיי.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

כעוורע אפשר לאזט מען אלע 'קשיות אויף די מעשה' אויף נאכדעם וואס ר' נהג ענדינט זיין שפאנענדע געשיכטע?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך הרב_שלום »

עס איז זייער וויכטיג אויסצוהערן שלום בית שיעורים דאס קאסט פעניס מקען עס אפילו דאונלאודען בחנם אויף kolhaloshon.com
די שעורים איז א יסוד פארן לעבן פון א מענטש עס טוט צוריק האלטן אסאך צער און עגמת נפש אויף די עלטערע יארן
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

ממי_שאמרו האט געשריבן:ווען זי רופט אן איר טאטע נאך די חתונה פרעגן א שאלה, גייט זי נישט אינטער איר מאנס ריקן אין איר מיינד, זי טוט וואס זי האט געטוהן פאר די לעצטע 20 יאר.

ווען איר מאן טוט אן עולה אין איר אויגן, רופט זי נישט אן איר טאטע צו זיין א מוסר קעצל (זי וויל נישט ווערן ווען משיח קומט א קעצעלע...), זי איז נאר געווארן דערשראקן און זי וויל הערן פון אים אז עס איז אקעי. ווען עס איז 1-2 יאר די חתונה די זעלבע געשיכטע אגאנצן צייט איז איין זאך, אבער תיכף נאך די חתונה? עס איז זייער נערמאל, אז נישט איז א סימן אז זי איז צוקריגט מיט זיי.


דבורה פעלדמאן גיבט זיך גערעכט פאר דערציילען אינטימישע ענינים פון איהר מאן, מיטן אויסרייד, אז ער אויך איז געגאנגען אונטער איהר רוקן, מיט רעדן נאך זייער חתונה צו זיינע עלטערען...
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

באס דרייווער, מיין אויגן איז מיר גלאנציג פון טרערן. ב''ה מרעדט פון די פעסט.
דו שרייבסט דיין ווייב איז געוואר געווארן עפעס. א נארישקייט. וואס מיינט א נארישקייט? כפארשטיי דו ווילסט נישט פארציילן אבער דאס איז דיין זייט פון די מעשה. אפשר ביי יענעם איז דאס גארנישט קיין נארישקייט.

די מעשה מאכט נישט קיין סענס. פארוואס האסט נישט אריינגעמישט עפעס א נארמאלער רב? האסט מורא געהאט אז עני רב גייט זיין קעגן דיר?
פארוואס זאל דיין ווייב און שווער וועלן א גט, פאר זיי איז דאס פונקט אזא שווער פעקל. דיין שווער איז אן עקסטרעם פרומער אדער שוטה?
כהאב מורא זיי זענען געוואויר געווארן אז דו ביסט א באס דרייווער.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

די לייק איז פאר די לעצטע שורה

לול
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

די לייק איז פאר די מיטלסטע שירה. עה פאר דיין מי ימצא, פאר די סיין וואס זי האט נעכטען געמאכט.
מדארף ווייזן פאר באסדרייווערס ווייב די סיין זאל זי כאטש זען וואס סהייסט א ווייב. איך האב עס געוויזן פאר מיין ווייב זאג זי מיר אז איך סטאפ שרייבן אויף קאוע שטיבל מאכט זי מיר אויך א סיין. שכוח וואס זאל איך טון מיט די סיין אז איך סטאפ שרייבן דא.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

האהא!!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נולד, דו מעגסט נישט שרייבן אין די 9 טעג, מיינע וואנצן טוהן וויי פון לאכן.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

איך אויך האט געשריבן:כעוורע אפשר לאזט מען אלע 'קשיות אויף די מעשה' אויף נאכדעם וואס ר' נהג ענדינט זיין שפאנענדע געשיכטע?

אויך נישט פארגעסען אידען אז ער לעבט יעצט מיט זיין ווייב צוזאמען, איז געטס נישט קיין עצות פון זיך גט'ן..
בדרך אגב באס דרייווער שלום עליכם איהר האט געטוהן א גוטע שריט מיט'ן זיך אויסגעבען דא, ס'וואשט אויס אלעס (תרתי משמע)
איך שפיר מיך אינמיטן א סיפור מתח..
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

ברסלבער האט געשריבן:ווי האט יענער געזאגט, אז מען דארף המן'ן נעמט מען אים אראפ פון די תלי'..
חזקי', דו ביזט גערעכט אז דער מאן דארף זיין שטארק, און די פרוי האט עס ליב, אבער במה דברים אמורים פאר עס האלט שוין אזוי ווייט, אבער אין אזא מצב אויב ווילסטו טאקע אז דיין ווייב זאל דיר פאלגן און שליכטן די פראבלעמען צווישן זיך אן אריינמישן אנדערע, דעמאלט'ס פעלט יא אמאל אויס זיך אראפצולייגן, און פארשטייט זיך אז עס איז א ירידה לצורך עלי'.

I'm surprised this eshkol wasn't opened until now ? Its 1 of the most helpful subjects for a yungerman in trouble "DAHGE BELEV ISH VC"L" !
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

באס דרייווער, בואכם לשלום, מיר ענטפאנגען דיר מיט פרייד, באהבה ואחוה ושלום ורעות.

גענוי ווי די אנדערע דא, בין איך זייער איבערגענומען פון דיין מעשה, די גאנצע השתלשלות הדברים וואס דו שרייבסט דא אראפ מרגשי לבבך.
און איך טוה ענקוראזשן צו שרייבן ווייטער, ווי פריער דערמאנט, דאגה בלב איש ישיחנה, דו רעדסט זיך אויס, מען קען פרובירן העלפן, און מיר קענען זיך לערנען ווי אזוי צו האנדלען און וואס נישט צו טון, (מ'זאל נישט וויסן דערפון), ווי ברסלבר האט שוין געמאכט א סך הכל אויבן.

און רבותי, ס'איז וויכטיג צו וויסן אז א חכם לאחר המעשה איז נישט קיין מעשה חכמה, נאר פאר זיך (כידוע, איזהו חכם הרואה את הנולד, את הנולד כבר), נישט פאר יענעם. צו זאגן פאר יענעם "וואלסט געדארפט טון דאס און דאס" איז נישט גערעכט; א מענטש אין א פארנעפלטן מצב ווען ער איז פארלוירן ווייסט נישט וואס צו טון, די קאפ איז נישט קלאר אויפן פלאץ, און מען טוט יעדע זאך וואס מען מיינט - אדער מ'האפט - אז פון דארט וועט די ישועה קומען, מען כאפט זיך אן אויף יעדן שטרוי. הערשט שפעטער ווען דער מצב קלארט זיך אויס, זעהט מען וואס מען וואלט יא געדארפט אדער נישט געדארפט טון.

אלזא, לאמיר אויסהערן די מעשה ביזן סוף! מר. באס דרייווער, הייב אן דרייוון און פארן ווייטער, מיר ווארטן מיט שפאנונג!
וירח ה' את ריח הניחוח
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

דער מעשה איז דאך שוידערליך.

ווי מען האט שוין ארויסגעברענגט, איז גאר וויכטיג צו וויסען דער "קלייניקייט" וואס מען רעדט דא.

איך געדענק א אינגערמאן וואס מען האט אפג'שחט'ן ווייל ער פלעגט ליינען קרי"ש שעל המטה מיט די רעקל אפען.

נעבעך עס איז ליידער דא צודרייטע מענטשען אויף די וועלט.

און וואס קען מען שוין עקספעקטען פין א טאכטער פין א שווער וואס פירט זיך אויף ווי א פיפיק.

ברסלבער
איך קען נישט זאגען ווי נישט גערעכט די ביסט מיט דער עצה פין זיך לייגען אויף די פלאר און בעטען רחמים.

א מענטש איז א מענטש, ווען איינער טוט זיך סאבמיסען צו זיין ווייב, ווערט ער א שטיק אשפה, און זי טוט מיט אים וואס זי וויל.




וואס איז פשט אז באסדרייווער איז געוועהן דער וואס האט געהאט אימת מוות פארען גט, בעת וואס זי איז געוועהן קאמפארטאבעל מיט א גט?

פשט איז אז די גאנצע מעשה איז געוועהן א שטיקעל שפיל אים צו מאכען אונטערטעניג. נעבעך. עפעס האט ער געמוזט דארט טוהן אז זיין שווער זאל אים פיינט האבען.

אבער איין זאך ווייס איך, מיין שווער וואלט אזוי געכאפט פאר די העזה פין טוהן עפעס ווי דאס, אז קיין נחת וואלט ער שוין נישט געזעהן כל ימי חייו.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איחוד פעלד האט געשריבן:מיין שווער וואלט אזוי געכאפט פאר די העזה פין טוהן עפעס ווי דאס, אז קיין נחת וואלט ער שוין נישט געזעהן כל ימי חייו.

איך מיין אז ער האט סייווי נישט געזען.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

איחוד פעלד האט געשריבן:
איך געדענק א אינגערמאן וואס מען האט אפג'שחט'ן ווייל ער פלעגט ליינען קרי"ש שעל המטה מיט די רעקל אפען.


וואס ?? מיינסט עס ערענסט ?,


איחוד פעלד האט געשריבן:
אבער איין זאך ווייס איך, מיין שווער וואלט אזוי געכאפט פאר די העזה פין טוהן עפעס ווי דאס, אז קיין נחת וואלט ער שוין נישט געזעהן כל ימי חייו.


כ'ווייס נישט צי מען דאראף גיין אזוי ווייט, מען דארף עים איינמאל לערנען א לעסאן ווער ער איז אין די דרייווער'ס סיט, מען טאר אים נישט לאזען שפירען בעל הבית אין דיין שטוב, נאכדעם קען מען שוין זיין גוט מיטעם, ס'נישט גוט צי בלייבען ציקריגט מיט א שווער,

די פראבלעם איז אז נארמאל א בחור'ל האט חתונה איז ער א קינד אין דער שווער געט אים זיין טאכטער אין ער שפירט זיך ווי משה גרויס ער האט א איידעם,

אין טאמער ער פארשטייט נישט אז איינמאל מען זאגט הרי את איז זיין טאכטער ארויס פין זיין רשות אין אריין אין איר מאן'ס רשות, אין ער מיינט אז זיין שטוב איז פשוט גרעסער געווארען אין יעצט האט ער מער צי קעיר נעמען אין בעלבאטעווען, דאן דארף מען אים איינמאל אויסלערנען אז הגם לכבוש את המלכה עמי בבית ?, אין נארמאל לערנען זיי זיך זייער שנעל אויס אז מיט דעם איידעם דארף מען אכטונג געבען ווייל ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע, דעטס איט, אמאל דארף מען געבען אביסעל מער ווי איין לעסאן,

נאכדעם קען מען שוין זיין גוט מיט זיי, אין ס'בעסער צי זיין גוט, ווייל צים סוף איז ער די זיידע פין דיינע קינדער, אין מחלוקת איז נישט א גוטע זאך, ודי למשכיל, ודו"ק
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויף דיין איצטיגע תגובה פארדינסטו א לייק חזקיהו. פיין אויסגערועט און יעצט רעדסטו אסאך מער דברים של טעם.
שטעלן די ״שווער״ אויפן פלאץ אבער שפעטער זיין גוט מיט אים, דאס הייסט גערעדט צום דבר און געשמאק!!
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך זעה אז דער עולם איז ברוגז אויף די נקודה וואס כ’האב געשריבן וועגן זיך אראפלייגן פאר די ווייב, וועל איך עס מער מסביר זיין.
דאס איז יעדער גערעכט אז מען טאר נישט זיין קיין שמאטע אינדערהיים, א מאן מעג און דארף האבן זיינע פרינציפן אפילו ווען עס שמעקט נישט פאר די ווייב, און די ווייב האט עס ליב, אזוי ווי איך האב שוין געשריבן באריכות אין מאחורי.
אבער ווען עס קומט צו א מצב ווען עס הייבט זיך אן ערנסטן פראבלעם, ווי למשל דא ביי די מעשה פונעם באס דרייווער, דעמאלט’ס איז א יוצא מן הכלל, און דעמאלט’ס דארף מען זיך יא אראפ לייגן פאר איר, לגבי די נקודות וואס באדערט איר יעצט אויף די מינוט, ווי דער פסוק זאגט חבי כמעט רגע עד יעבור זעם, יעצט בין איך מוותר אויף וואס דו זאגסט, און איך וועל מיר צושטעלן צו פארעכטן וואס דו האלט’ס אז מען דארף פארעכטן, און פארשטייט זיך אז נאכדעם וואס די זעם איז פאריבער גייט אלעס צוריק לקדמותו
===
חזקי’, דו זאגסט גוט לגבי לערנען דעם שווער א לעסאן, אבער עס איז דא א בחינה פון אל תרצה את חברך בשעת כעסו, די לעסאן דארף מען אים לערנען אין די פרידנ’ס צייטן, אז ער זאל זיך נישט אריינשטעקן די נאז ווי מען דארף נישט, אבער ווען עס האלט שוין אינמיטן קריג איז שוין אביסל שווער דאס אויסצולערנען.
און די זעלבע איז ביי די ווייב, דער מאן דארף ווייזן שטארקייט אין די פרידנס צייטן, אבער ווען די מצב איז שוין שלעכט, דארף מען שוין אביסל אנדערש האנדלן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פארשפארט