באדעקן גויאישע פנימ'ער

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך וויל דא זאגן א כלליות'דיגן סטעיטמענט: דער שטערן איז בראשית דרכו געווען זייער א נארמאלע צייטשריפט. זיי האבן געוואלט הייבן דעם לעוול פון נארמאלקייט און אינטעלידזשענס ביים היימישן עולם. (אויך מאכן געלט.) האבן זיי געברענגט פארשידענע ארטיקלען פון די ברייטע (גוי'אישע) וועלט וועלכע מאכן די יוגנט (און אויך די עלטערע) פארשטיין פארשידענע זאכן וויאזוי די וועלט פיהרט זיך. אז מ'זאל זיין א מעורב עם הבריות. און אויך אז ס'זאל ארויסקומען א קידוש השם.

זענען געקומען א פאר אידן. מערסטנס בעלי תשובה. וועלכע זענען געווען זייער "פרום". זיי האבן געוואלט העלפן דעם באשעפער פיהרן זיין וועלט. האבן זיי געזוכט פארשידענע קריטיק אויף די ארויסגעבער פון דער שטערן. זיי האבן אנגעהויבן צו מאכן א טומל. מ'איז גלייך אריבערגעגאנגען צו "הייליגקייט". ווייל קיין "ציונות" אדער אנדערע נישט אויסגעהאלטענע בילדער אדער ארטיקלען זענען דארט נישט געווען. נו, וואס טוט מען? די עצה איז פשוט. הייב אן צו שרייען אז אידישע קינדער טארן נישט קוקן אויף גוי'אישע בילדער (מענער). זיי האבן געשריגן אזוי הויעך און אנגעמאכט אזא טומל אז זיי האבן שיעור נישט ארויסגעלייגט דעם שטערן פון ביזנעס. זיי האבן גערופן צו באיקאטירן דעם שטערן און שפאקטיוו.

די בעלי בתים האבן געזעהן אז זיי האבן נישט קיין צוויי ברירות. האבן זיי אין פאניק שנעל גענימען און געמאכט א "וועד" פון "רבנים". און זיי האבן זיך אונטערגעווארפן אונטער זייערע קאפריזן. די ערשטע זאך איז זיי האבן "באדעקט" די גוי'אישע פנימ'ער. נארכדעים האבן זיי ארויסגעווארפן א סאך ווערטפולע ארטיקלען וואס זיי האבן געוואלט שרייבן. אויך. לשם קדושת העניין האבן זיי אריינגעווארפן בזיונות' דיגע ווערטער אויף גוי'אישע מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות צום ארטיקל. כדי אריין צו פרעגלען אין מח פון די קינדער אז דער גוי איז טמא און נבזה. א זאך וואס א יעדער נארמאלער דערוואקסענער איד פארשטייט אליין. ווייל מ'ליינט אן אינפארמאטייון ארטיקל איבער מענטשן מיינט נאכנישט אז דער איד וועט וועלן נאכמאכן דעם גוי און ליעב האבן זיין לעבנסשטייגער.
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך צוויי »

דיין כללית'דיגע סטעיטמענט איז אפשר חלק אמת און רוב נישט.
די ארויסגעבער פון די שטערן האבן אויך געוואלט הערן וואס דו וועד הרבנים זאגט און זיך צושטעלן צו זיי, נאר ווען ס'איז נישט געווען קיין רבנים איז בטעות אריינגעפאלן זאכן וואס קען געשעהן, אזוי אויך האט זיך געטוישט לטובה איבער מבזה זיין די לעבנסשטייגער פונעם גוי, יא, ס'איז א וויכטיגע זאך, און ביי אידישע אויסגאבעס דארף עס ווערן דערמאנט צווישן די שורות, און די ארויסגעבער זענען געווען אקעי דערמיט (די געוועזענע ארויסגעבער זיכער, די היינטיגע קען איך נישט), נאר אסאך רבנים זענען געבליבן דערקעגן אפי' נאך די שינוים לטובה.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך סקעפטיקער »

צוויי האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 3:36 pm דיין כללית'דיגע סטעיטמענט איז אפשר חלק אמת און רוב נישט.
די ארויסגעבער פון די שטערן האבן אויך געוואלט הערן וואס דו וועד הרבנים זאגט און זיך צושטעלן צו זיי, נאר ווען ס'איז נישט געווען קיין רבנים איז בטעות אריינגעפאלן זאכן וואס קען געשעהן, אזוי אויך האט זיך געטוישט לטובה איבער מבזה זיין די לעבנסשטייגער פונעם גוי, יא, ס'איז א וויכטיגע זאך, און ביי אידישע אויסגאבעס דארף עס ווערן דערמאנט צווישן די שורות, און די ארויסגעבער זענען געווען אקעי דערמיט (די געוועזענע ארויסגעבער זיכער, די היינטיגע קען איך נישט), נאר אסאך רבנים זענען געבליבן דערקעגן אפי' נאך די שינוים לטובה.
האב נאר נישט קיין טענות נאכדעם אויפן ניו יארק טיימס פארן מבזה זיין די לעבנסשטייגער פון א איד, עס איז א וויכטיגע זאך לדעתם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער

שליחה דורך berlbalaguleh »

צוויי האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 3:36 pm דיין כללית'דיגע סטעיטמענט איז אפשר חלק אמת און רוב נישט.
די ארויסגעבער פון די שטערן האבן אויך געוואלט הערן וואס דו וועד הרבנים זאגט און זיך צושטעלן צו זיי, נאר ווען ס'איז נישט געווען קיין רבנים איז בטעות אריינגעפאלן זאכן וואס קען געשעהן, אזוי אויך האט זיך געטוישט לטובה איבער מבזה זיין די לעבנסשטייגער פונעם גוי, יא, ס'איז א וויכטיגע זאך, און ביי אידישע אויסגאבעס דארף עס ווערן דערמאנט צווישן די שורות, און די ארויסגעבער זענען געווען אקעי דערמיט (די געוועזענע ארויסגעבער זיכער, די היינטיגע קען איך נישט), נאר אסאך רבנים זענען געבליבן דערקעגן אפי' נאך די שינוים לטובה.
דו זאגסט דאך אליין אז א סאך רבנים זענען געבליבן אקעגן דעם שטערן און שפאקטיוו אפילו נאכדעים וואס זיי האבן געמאכט די אלע שינויים "לטובה". (וועמענ'ס טובה?). האלאו. א נייעס צייטשריפט איז נישט קיין מוסר ספר. ס'איז דא א צייט און פלאטץ ווען מ'קען עס ליינען.
פארשפארט