Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 3:04 am
איך וויל דא זאגן א כלליות'דיגן סטעיטמענט: דער שטערן איז בראשית דרכו געווען זייער א נארמאלע צייטשריפט. זיי האבן געוואלט הייבן דעם לעוול פון נארמאלקייט און אינטעלידזשענס ביים היימישן עולם. (אויך מאכן געלט.) האבן זיי געברענגט פארשידענע ארטיקלען פון די ברייטע (גוי'אישע) וועלט וועלכע מאכן די יוגנט (און אויך די עלטערע) פארשטיין פארשידענע זאכן וויאזוי די וועלט פיהרט זיך. אז מ'זאל זיין א מעורב עם הבריות. און אויך אז ס'זאל ארויסקומען א קידוש השם.
זענען געקומען א פאר אידן. מערסטנס בעלי תשובה. וועלכע זענען געווען זייער "פרום". זיי האבן געוואלט העלפן דעם באשעפער פיהרן זיין וועלט. האבן זיי געזוכט פארשידענע קריטיק אויף די ארויסגעבער פון דער שטערן. זיי האבן אנגעהויבן צו מאכן א טומל. מ'איז גלייך אריבערגעגאנגען צו "הייליגקייט". ווייל קיין "ציונות" אדער אנדערע נישט אויסגעהאלטענע בילדער אדער ארטיקלען זענען דארט נישט געווען. נו, וואס טוט מען? די עצה איז פשוט. הייב אן צו שרייען אז אידישע קינדער טארן נישט קוקן אויף גוי'אישע בילדער (מענער). זיי האבן געשריגן אזוי הויעך און אנגעמאכט אזא טומל אז זיי האבן שיעור נישט ארויסגעלייגט דעם שטערן פון ביזנעס. זיי האבן גערופן צו באיקאטירן דעם שטערן און שפאקטיוו.
די בעלי בתים האבן געזעהן אז זיי האבן נישט קיין צוויי ברירות. האבן זיי אין פאניק שנעל גענימען און געמאכט א "וועד" פון "רבנים". און זיי האבן זיך אונטערגעווארפן אונטער זייערע קאפריזן. די ערשטע זאך איז זיי האבן "באדעקט" די גוי'אישע פנימ'ער. נארכדעים האבן זיי ארויסגעווארפן א סאך ווערטפולע ארטיקלען וואס זיי האבן געוואלט שרייבן. אויך. לשם קדושת העניין האבן זיי אריינגעווארפן בזיונות' דיגע ווערטער אויף גוי'אישע מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות צום ארטיקל. כדי אריין צו פרעגלען אין מח פון די קינדער אז דער גוי איז טמא און נבזה. א זאך וואס א יעדער נארמאלער דערוואקסענער איד פארשטייט אליין. ווייל מ'ליינט אן אינפארמאטייון ארטיקל איבער מענטשן מיינט נאכנישט אז דער איד וועט וועלן נאכמאכן דעם גוי און ליעב האבן זיין לעבנסשטייגער.