בלאט 2 פון 5
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 8:37 pm
דורך [NAMELESS]
מיט׳ן רשות פון יידל, אפשר קען מען דאס יא מאכן די שמועס דא? אדער לכל הפחות עפענען די שמועס אין א פרישע אשכול?
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 8:59 pm
דורך יאיר
מען האט עס שוין עטליכע מאל דיסקוטירט אין קאווע שטיבל. זע
דא און
דא, וואו איך האב צווישן די בלעטער ציטירט דער באקאנטער
מורה נבוכים וואו עס שטייט קלאר ארויס אז כאטש קדמות העולם איז טאקע א סתירה מיט די תורה'דיגע ניסים, דאך איז עס נישט קיין סתירה מיט פרשת בראשית, און מהאי טעמא זאגט ער אז מ'מעג אננעמען פלאטו'ס שיטה אז עפעס א חומר האט אייביג עקזיסטירט, און דער באשעפער האט גענומען דעם חומר און באשאפן די וועלט. ממילא, די סייענטיפישע טעאריעס איבער גיל העולם און אבולוציה וואס איז זיכער נישט קיין סתירה מיט די ניסים, נאר מיט בראשית ברא, אויף דעם קען מען רואיג אננעמען דעם מורה נבוכים אז בראשית מוז נישט זיין כפשוטו, גענוי ווי די פסוקים וואס ווייזן אויף התגשמות ח"ו זענען נישט כפשוטו.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:03 pm
דורך [NAMELESS]
אדער ווי דעם רמב״ן איז אויך נישט שלעכט.
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:04 pm
דורך קאווע טרינקער
רמב"ם (ממי שאמרו) ורמב"ן נפגשו.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:41 pm
דורך יידל
ייש"כ געפילטע פארן אזוי שיין צולייגן סטאטיסטיקס נאך בעסער ווי איך וואלט ווען אין מיין ווילדסטען חלום געקענט מסביר זיין. איך וויל אבער נאכאמאל מדגיש זיין אז סטאטיסטיקס איז בלויז א קליינע חלק פון סייענס און די הארטע סייענסעס פארלאזן זיך כמעט נישט אויף סטאטיסטיקס (וועלכע איז נאר א פליגל פון מאטעמאטיקס) נאר אויף מאטעמאטיקס זעלבסט.
יאנקל האט געשריבן:אייזיק ניוטאנ'ס עפל-געשיכטע ווערט באטראכט ווי א
מיטאס, כאטש ער אליין און זיינע תלמידים האבן געשריבן דערוועגן.
איך מיין אז די מיטאס איז נ
אר די חלק אז דער עפל איז דירעקט געפאלן אויף זיין קאפ. די חלק אז ער האט אנגעהויבן באטראכטן די לבנה ווי אן עפל וועלכע פאלט צום ערד נאכן אבזערווירן אן עפל אראפפאלן פון בוים איז יא אמת (עכ"פ ער אליינס - און זיינע חבירים - שרייבט אזוי).
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:17 pm
דורך קאווע טרינקער
יידל, זיי מיר מסביר וואס מיינט "כדי צו פארמיידן פלאצעבא אפעקט".
ייש"כ
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:52 pm
דורך יידל
פלאצעבא אפעקט הייסט אין ענגליש
Placebo effect. אודה ולא אבוש, דעם איבערטייטש אויף אידיש האב איך גענומען פון
הציץ ונפגע, (וועלכע איז זעט אויס נפגע געווארן און איז פארשוואונדען געווארן ווי אין וואסער אריין) וועלכער האט מיר, אגב, אויך געגעבן דעם געדאנק צו שרייבן איבער'ן סייענטיפישן מעטאד זעענדיג אז עס פעלט פאר געוויסע די יסודות צו קענען פארשטיין פארוואס אנדערע געוויסע לאכן זיך אויס פון אלטערנאטיווע הייל מיטלען און ענדליכע שטותים.
וואס איז דאס פלאצעבא אפעקט? פלאצעבא הייסט עפעס וואס מאכט א מענטש טראכטן אז ער באקומט הילף אויף א געוויסע פראבלעם (פיזיש אדער גייסטיש) און נאר דאס טראכטן אליינס העלפט אים ארויסצוקריכן פונעם פראבלעם. ביי גייסטישע פראבלעמען ארבעט דאס זייער פשוט. ווען א מענטש איז דיפרעסט און מ'רעדט איין פאר זיין מוח אז עס טאר מער נישט זיין דיפרעסט וויבאלד עס באקומט 'מעדעצין' וואס ערלויבט דאס נישט, וועט זיין מוח אויפהערן פראדוצירן די כעמיקאלן וועלכע מאכן אים דיפרעסט. (א גוטער דוגמא פארן באנוץ מיט פלאצעבא אפעקט איז די מעשה פון יענער רבי וועלכע האט געגעבן א ליידיגע קמעיא פאר א פרוי וועלכע איז משוגע געווארן און האט איר געזאגט אז אויב ווען זי וועט עפנען די קמעי' וועט עס זיין אויסגעמעקט, דאן זאל זי וויסן אז זי איז אויסגעהיילט. וכך הוה...) ביי פיזישע פראבלעמען איז די פלאצעבא אפעקט אביסל מער קאמפליצירט, אבער עס איז גאנץ קלאר דאקומענטירט געווארן און סייענטיפקלי אויפגעוויזן געווארן אז עס עקזעסטירט און אז עס קען העלפן. ועיין באשכול המצוין לעיל וואו כעלעם'ר מגיד (אויך א טייערער איד איבער וועמען די אראלים האבן מנצח געווען אונז מצוקים און ער האט אפגעטראגן פון שטיבל און איז נישט צום געפונען)
האט א שלל לינקס וואו דאס ענין ווער אביסל אויסגעשמועסט. אי"ה כשירחיב (אויב איך און קאווע שטיבל וועלן נאך ביידע לעבן דעמאלטס) וועל איך אויך שרייבן אויף פלאצעבא באריכות ווי עס ברויך צו זיין.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:14 pm
דורך משה געציל
דארפסט נישט זיכן א דוגמא פון פארצייטישע קמיעות. די רבי' גלויבערס בזמנינו גייען לכאורה אויך אריין אין די כלל.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:33 pm
דורך ממרום שלח אש
די פלאסיבא אפעקט איז אמאל באטראכט געווארן ווי א איינרעדעניש, ווייל קאמען סענס פארשטייט עס נישט, אבער עס איז געווארן אויפגעוויזן מיט די יארן, און היינט וועט אין יעדע ערענסטע סטאדי זיין א קאנטראל גרופע וואס וועט באקומען א פלאסיבא, סקען מיינען א צוקער פיל אדער אפילו א ענליכע באהאנדלונג, נאר אן די סובסטאנץ.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:07 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
ממרום שלח אש האט געשריבן:די פלאסיבא אפעקט איז אמאל באטראכט געווארן ווי א איינרעדעניש, ווייל קאמען סענס פארשטייט עס נישט, אבער עס איז געווארן אויפגעוויזן מיט די יארן, און היינט וועט אין יעדע ערענסטע סטאדי זיין א קאנטראל גרופע וואס וועט באקומען א פלאסיבא, סקען מיינען א צוקער פיל אדער אפילו א ענליכע באהאנדלונג, נאר אן די סובסטאנץ.
כלומר, אז דאס וואס מען מאכט א קאנטראל גרופע מיט פלאסיבא איז א קלארע ראי' אז די פלאסיבא / איינרעדעניש, האט א כוח.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:16 pm
דורך יידל
אן אינטערעסאנטע ארטיקל טענה'ט אז "די סייענטיפיק מעטאד" עקזעסטירט נישט - אבער סייענס ארבעט נאך אלס.
http://bigthink.com/in-their-own-words/ ... fic-method
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 3:11 pm
דורך [NAMELESS]
איך וועק אויף דעם אשכול לרגל דאס אויפוועקונג פונעם וועקער, כ'האב הערות, בל"נ שפעטער.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 3:29 pm
דורך berlbalaguleh
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:ממרום שלח אש האט געשריבן:די פלאסיבא אפעקט איז אמאל באטראכט געווארן ווי א איינרעדעניש, ווייל קאמען סענס פארשטייט עס נישט, אבער עס איז געווארן אויפגעוויזן מיט די יארן, און היינט וועט אין יעדע ערענסטע סטאדי זיין א קאנטראל גרופע וואס וועט באקומען א פלאסיבא, סקען מיינען א צוקער פיל אדער אפילו א ענליכע באהאנדלונג, נאר אן די סובסטאנץ.
כלומר, אז דאס וואס מען מאכט א קאנטראל גרופע מיט פלאסיבא איז א קלארע ראי' אז די פלאסיבא / איינרעדעניש, האט א כוח.
יא. אבער די היילונג עפעקט קומט נישט מכח די כעמיקאלן פון די מעדיצין, וועלכע קומט אויסהיילן אט די באשטימטע קראנקהייט. ווען א נייע מעדיצין ווערט אויספרובירט, קומט די קאנטראל גרופע און ווייזט אויף וואספארא הויכע פראצענט ווערט אויסגעהיילט דורך די פלאסיבא, און נישט דורך די מעדיצין...! אויב די פראצענט איז גענוג הויך, דאמאלס ווענדט עס אפ די ראיה אז די כעמיקאלן אין די מעדיצין האבן געווירקט...וקל להבין...!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:52 pm
דורך [NAMELESS]
יידל האט געשריבן:ווען מ'שטודירט און מ'פארשט וויסנשאפט, דארף מען נוצן דידאקטיוו ריזענינג, אמת'ע הנחות וועלכע פירן צו א מוכרח'דיגע מסקנא, און נישט "אינדאקטיוו ריזענינג". דידאקטיוו ריזענינג מיינט א לאגישער חשבון אין וועלכער די מסקנא איז מוכרח. א ביישפיל איז די פאלגענדע חשבון.
1. א מענטש לעבט נישט אויף אייביג.
2. דזשארדזש וואשינגטאן איז א מענטש.
מסקנא: דזשארדזש וואשינגטאן לעבט נישט אויף אייביג.
דאס הייסט אז נאכדעם וואס מען האט אראפגעלייגט א הנחה אז א מענטש לעבט נישט אויף אייביג, און נאך אן הנחה אז דזשארדזש וואשינגטאן איז אין די קאטעגאריע פון מענטשן, איז מוכרח אז דזשארדזש וואשינגטאן לעבט נישט אויף אייביג. אינדאקטיוו ריזענינג, לעומת זה, איז א מסקנא וועלכע איז מסתבר אבער נישט מוכרח. לדוגמא:
1. א יעדע לעבעדיגע זאך וואס מיר ווייסן נאר דערפון דארף צוקומען צו וואסער עס זאל קענען לעבן.
מסקנא: א יעדע לעבעדיגע זאך דארף צוקומען צו וואסער עס זאל קענען לעבן.
עס איז טאקע שטארק מסתבר, אבער מוכרח איז עס נישט. עס קען דאך זיין עס זאל עקזעסטירן א לעבעדיגע זאך וואס דארף נישט צוקומען צו וואסער, און מיר זאלן נישט וויסן דערפון. און דערפאר קענען מיר נישט אראפלייגן א הנחה אז יעדע לעבעדיגע זאך דארף וואסער צום לעבן. מיר קענען סך הכל זאגן אז אלע לעבנס-פארמען וואס מיר ווייסן דארפן וואסער אויף צום לעבן.
.
די מיינונג פון די סייענטיסן אויף גיל העולם זענען דאך יא געבויעט אויף אינדאקטיוו ריזענינג? [tag]לעיקוואד[/tag] האט דאס מצדיק געווען
דא מיט די טענה אז מיר נוצן אלע אינדאקטיוו ריזענינג אין לעבן. דער פראבלעם מיט איז נאר אז די טענה זעלבסט איז אינדאקטיוו...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:50 pm
דורך [NAMELESS]
ממי_שאמרו האט געשריבן:האסט גוט פארענטפערט אן אנדערע קשיא וואס איך האב געהאט. תרם אקרא.
וואס איך האב געמיינט ארויסצוברענגען איז פשוט. די סיבה פארוואס מ'מאכט אוועק די סייענטיסטן, איז נישט צוליב דעם וואס מ'גלייבט זיי נישט. נאר צוליב געוויסע שטודיעס ווען דו ליינסט עס טראכסטו: דער מענטש האט היינט געהאט וואדקע אין זיי סיריעל אנטשטאט מילעך. די עולם וויל פארשטיין פארוואס אדער ווי אזוי, מער פון ווי אזוי דו האסט עס אויס פראבירט.
קוקסט למשל אריין אין אריסטו, להבדיל רמב"ם, און אנדערע פון יענע דורות, זיי זענען דיר מער מסביר די לאגיק פון זייער שטודיע מער פון די פאקטן.
יעצט פארשטייסטו?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 5:29 pm
דורך ונבנתה העיר
און דער פאקט איז אויך נישט אמת...
די זריחה ושקיעה איז פון די ערד'ס ראטאציע אויף איר אייגענע אקסיס.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 7:14 pm
דורך הקטן
און לויט איינשטיין דרייט זיך די זון ארים די וועלט פינקט וואו די וועלט דרייט זיך ארים די זון
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 8:43 pm
דורך שמערל
ווי אויך פארט די וועלט ארום דיין קאר
Sent from my SM-G935T using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יוני 13, 2017 7:13 pm
דורך שבת אחים
זעהט זיך אויס מ׳האט געדארפט זיין אלבערט איינשטיין צו מאכן טאועל-פאפיר...
Four Everyday Items Einstein Helped CreateIn addition to his work on relativity, the physicist laid the scientific foundations for paper towels, lasers, and more common products
http://news.nationalgeographic.com/2017 ... s-science/
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:57 pm
דורך מי אני
אין די נושא פון סורוועיס אד״ג [וואו מ׳שאצט א סעמפל פון א גאנצע פאפולעישאן צו ווייזן אויף די פאפולעישאן] איז דא אפאר וועגן ווי אזוי זיי טוהן וועלן א סעמפל [סעמפלינג].
די ערשטע (און פשוט׳סטע) איז פשוט׳ע רענדאם סעמפלינג. דאס הייסט אז איך וועל א סעמפל פונ׳ם פאפולעישאן רענדאם אן קיין שום חשבונות. (אין אלגעמיין ווערן די געוועלטע נישט איבערגעוועלט.)
דערנאך איז דא א סיסטעמאטישע רענדאם סעמפלינג. למשל, אז איך וועל די ערשטע רענדאם און דערנאך פרעג איך יעדע צענטע מענטש וואס קומט אריין וכו׳. די צוויי וועגן זענען אבער נישט קיין פארזיכערונג אז מ׳וועט האבן אן ערכ׳דיגע/פראפארציאנאלע רעפרעזענטאציע פון יעדע גרופע אין די אלגעמיינע פאפולאציע (בפרט טאמער האט מען נישט קיין עקסעס צו א פולע סעמפלינג פרעים; וואו די סעמפל וואס מ׳קען נעמען שטימט מיט די פאפולאציע לפי ערך).
זיך אן עצה צו געבן דערויף קען מען טוהן א סטראטיפייד סעמפלינג. דהיינו, איך צוטייל די פאפולאציע אין גרופעס [סטראטא] און פון יעדע גרופע נעם איך מענטשן עט רענדאם [לפי ערך]. מען דארף זיכער מאכן אז די גרופעס זענען אפגעזונדערט; יעדע מענטש באלאנגט נאר אין איין גרופע. (אדער, אין געוויסע פעלער, צוטיילט מען זיי אין גרופעס און איך וועל גאנצע גרופעס; קלאסטער סעמפלינג).
(ס׳דא נאך מעטאדן וכו׳, און אין יעדע איינס פון די דערמאנטע זענען דא ״סעיפים און סעיפים קטנים״. איך האב נאר געוואלט דאס אביסל אנרירן ווייל מען האט דאס עטוואס דערמאנט אינ׳ם אשכול.)
***
ס׳איז אויך אינטרעסאנט אנצומערקן אז מ׳גיבט אפטמאל א סורוועי אז מ׳זאל דאס ענטפערן אויף א לייקערט סקעיל. דהיינו, אז מ׳זאל ענטפערן די שאלה מיט א נומער פון, למשל, איינס ביז פינף. דאס העלפט אז מ׳קען דאס דערנאך נומעריש [קוואנטיטעטיוו] אנאליזירן (ווי איידער נאר קוואליטעטיוו).
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:06 pm
דורך הדסים
ש'כח מי אני פארן ארויפברענגען אלטע גוטע סחורה, וועל איך שוין אויך מגיב זיין אויף א נקודה.
יידל האט געשריבן:דאס ברענגט אונז צו נאך א פראבלעם וואס איז א שמועס פאר זיך, אז וויבאלד סייענס איז אזוי פארגעשריטן איז כמעט אוממעגליך פאר א נישט-סייענטיסט צו פארשטיין די עומק הדברים פון נייע שטודיעס און דיסקאוועריס. (נעם א דוגמא די היגס באסאן. וויפיל מענטשן קענסטו וואס פארשטייען עס גענוג גוט דאס צו קענען מסביר זיין פאר אנדערע?) דאס ברענגט צו אז ווען א נישט-סייענטיסט הערט א טעאריע, ציעט ער מיט די אקסלן. אבער פאר א סייענטיסט וועלכע האט אלע הנחות קדומות און קען זיך אויס אינעם נושא לאורכה ולרחבה וועט דאס זיין גאר פארשטענדליך און אפילו לאגיש.
לדעתי איז די פשוט'ע הסבר אויף א קאמפליצירטע ענין, אויך א וויכטיגע געפינס.
דהיינו, געווענליך ווען א סייענטיסט איז מחדש א טעאריע, איז ער עס נאר מסביר מיט מאטעמאטיק אדער עבסטרעקט. און יעדער וואס וויל עס פארשטיין, דארף עס לערנען בעיון. אבער מיט די יארן, ווערט דעוועלאופט אן אינטואיטיוו וועג עס צו פארשטיין. און דאס העלפט ארויס די שפעטערע דורות עס צו פארשטיין גרינג, און בויען די קומענדיגע שטאפל אויף דעם.
געוואוסע יוטובער'ס זענען עקספערטן אין דעם, פארשטייט זיך ס'אויך דא וואס ווייסן נישט וואס זיי רעדן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:56 am
דורך מי אני
עס איז אויך מן הראוי לציין, אז, ווי
זיי ברענגען ארויס, זענען דא 6 עטיטוּדס און הנחות וואס ״סייענס״ נעמט אָן מעיקרא:
1).
דיטערמעניזם - וואו יעדעס זאך, אָן אויסנאם, ארבעט און געשעהט עפ״י געזעצליכע פועל ונפעל
2).
עמפּיריסיזם - דאס איז דאס אָבּיעקטיווע סיסטעמאטישע מעזשורן און מעסטן זאכן בחוש, ובלא ״קאַמאַן סענס״.
3).
עקספּערימענטעישאן - דאס איז דאס קאנטראלירטע וועג פון טעסטן, וואו מ׳מאניפּיולירט א חילוק צווישן צוויי קאנדישאנס וואו נאר איין וועריעבּל איז די חילוק צווישן זיי צוויי, אזוי אז א חילוק וואס קומט ארויס אין די
דיפּענדענט וועריעבּל, די נפעל ותוצאה וואס מ׳שטודירט, איז בהכרח תלוי אין דעם
אינדיפּענדענט וועריעבּל, די פועל וועריעבּל וואס מ׳מאניפּיולירט און איז די איינציגסטע חילוק צווישן די צוויי קאנדישאנס.
4).
רעפּליקעישאן - אז ווער אימער ס׳גייט נאר נאכטוהן דעם זעלבן עקספּערימענט טעסט, גייט באקומען די גענויע זעלבע רעלייעבּל רעזולטאלטן.
5).
פּאַרסימאָני - הפשוט פשוט קודם. אז מ׳האט א ברירה צווישן צוויי הסברים אויף א פענאמענאן, וועהלט מען צום ערשט דאס וואס איז מער פשוט און ווייניגער קאמפּליצירט (סיידן אז מ׳האט נישט קיין ברירה עפ״י די דאטא וכו׳).
6).
פילאזאפישע ספק - דאס איז קיינמאל נישט זיין
ענדגילטיג זיכער אז ״דאס״ איז טאקע די גאנצע אמת, פאקט, און הסבר פון די זאך. מ׳דארף כסדר זיין סקעפּטיש, און גיין און פארשן ווייטער און ווייטער.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 8:19 am
דורך מי אני
דאס איז וואס א חשוב׳ער מיטגליד האט מיר געשיקט פּריוואט:
IMG_5737.jpeg
דאס איז ווייל דער צווייטער, ביי זיין רעפּליקעישאן, האט דאך צוגעלייגט א קאַנפאַוּנדינג וועריעבּל פון לערנען זרע שמשון. הגם מ׳קען זאגן אז טאמער האט דער ערשטער געהאט א קאנטראלירטער עקספּערימענט, און די עקספּערימענטעל קאנדישאן האט נאר געטוישט דעם אינדעפּענדענט וועריעבּל פון ר׳ מתיא בן חרש, דאן איז דאך דאס אויפגעוואוזן (עסיוּמינג עס איז דא די נויטיגע
סטעטיסטיקעל סיגניפיקענס). און די עפעקט וואס דער צווייטער האט געזעהן ביים דיפּענדענט וועריעבּל פונעם ישועה, איז פשוט מכח ר׳ מתיא בן חרש, און זרע שמשון בלייבט נישט אויפגעוואוזן. אחוץ טאמער גייט מען זאגן אז די דיפּענדענט וועריעבּלס פון ״ישועה״ לחוד, און ״ישועה בשידוך״ לחוד, וואס פאר ״ישועה
בשידוך״ דארף מען א פּעקעדזש פון די אינדעפּענדענט וועריעבּלס פון ר׳ מתיא בן חרש צוזאמען מיט׳ן לימוד זרע שמשון.
הכלל, מ׳זאל לערנען דעם ספר זרע שמשון ווייל ס׳איז א גוט ספר; און נישט זיך פארלאזן אויף סגולות וכו׳. דאס דערמאנט אביסל פון
@הוגה׳ס
אשכול, והגם דא איז דאס נישט איבער דעם אז אנדערע מאכן געלט.