בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:23 am
דורך ציבעלע-קיגל
קאווע טרינקער האט געשריבן:ציבעלע, דו ביסט דער נעכטיגער אריינרופער אויף הדברות ראדיא?
קיין ספק אז די מעשה איז נישט אמת.
דאס אז מוסדות לייגן א דגוש אויף דעם איז נאר צו געפעלן פאר די פרומע.

גראדע, איך גיי מיט 6'ער, כידוע.

מצד שני, יש דברים בגו, אויב עלטערן לייגן א דגוש אויף 4 חלקים דוקא, איז דאס א סימן אויף עפעס.
יעצט דיע "עפעס" איז ביי מאנכע א – און נישט קיין +.


וואס איז הדברות ראדיא?

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:00 am
דורך קאווע טרינקער

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:22 pm
דורך קאווע טרינקער
בד"וו, ס'פלעגט זיין א קאפפעל וואס איז יוצא ידי שניהם, ארבע שהן שש. ס'נאך דא בנמצא?
בקרב עמך גייט מען ארבע למטה ושש למעלה, און ווען מ'טוט מה שלבו חפץ איז ונהפוך הוא, ה' מיינוס א', איז 4, די ו' אינמיטן איז 6, צו מרמז זיין אויף ביידע.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:31 pm
דורך אביגדור
מסקנא דמילתא?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 2:27 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:ציבעלע, דו ביסט דער נעכטיגער אריינרופער אויף הדברות ראדיא?
קיין ספק אז די מעשה איז נישט אמת.
דאס אז מוסדות לייגן א דגוש אויף דעם איז נאר צו געפעלן פאר די פרומע.

גראדע, איך גיי מיט 6'ער, כידוע.

מצד שני, יש דברים בגו, אויב עלטערן לייגן א דגוש אויף 4 חלקים דוקא, איז דאס א סימן אויף עפעס.
יעצט דיע "עפעס" איז ביי מאנכע א – און נישט קיין +.


וואס איז הדברות ראדיא?



דאס איז אן אנדערע ...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 4:14 pm
דורך שושן פורים
ברעט מענינג האט געשריבן:די האסט נאכאמאל געברענגט דעם 4ער קאפעל?!
יעצט וועל איך דיר שוין נישט אהיים שיקן! יעצט גיי אריין אין קלאס און שרייב אויף א צעטעל 500 מאל איך פלוני בן פלוני גייט קיינמאל און מיין לעבן גיין נאכאמאל מיט אזא קאפל!
די אינגעל ברענגט עס צורוק, די מנהל קוקט עס אן, און זאגט די האסט געשריבען
איך גיי
איך גיי
איך גיי
איך גיי
איך גיי?
כדי עס זאל דיר זיין גרינגער צו שרייבען! הא?!
יעצט גיי נאכאמאל אריין און קלאס און שרייב 1000 מאל איך גיי נישט אנטוהן נאכאמאל אזא קאפל קיינמאל און מיין לעבן!

און נישט נאר דאס , האסט נאך געמאכט איין לאנגע ליין פאר אלע ענדע נונ'ס , הא

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 10:11 am
דורך ציבעלע-קיגל
נאך א זייער נארמלע ישיבה... דאס מאהל פון מאנסי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 2:07 am
דורך יואב
[tag]קאווע טרינקער[/tag], כ'פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט. קודם כל קומסטו מיר פאר ווי די חברה פון שטעטלעך ס'זאגן "אז ס'געפעלט דיר נישט, קענסטו מופן". יעדער בר דעת פארשטייט דאס איז נישט קיין לעגעטימער פארווארף. ס'גייט זיך נישט אזוי, ס'שיקט זיך נישט אזוי אין אנדערע מוסדות. צווייטנס, מ'רעדט נישט דא פון אן עכט-פריוואטען מוסדות, וואס דאן לאמיר שוין זאגן קען דיין טענה זיין מער דערהערבאר. מ'רעדט דא פון גרויסע פארצווייגטע מוסדות ווי די טאטע מאמע זיידע באבע זענען אויפגעצויגן געווארן, און די באן פארט ווייטער. א טאטע מעג האבן א רעכט צו פראטעסטירן אויף איינצעלהייטן ער שפירט ס'איז נישט אין פלאץ, אנדעם וואס דער ענטפער זאל זיין "גיי דיר פון דא".

א דורכברוך פאר מדקדקים בהלכה! אכשר דרא!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 1:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בילד