בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:48 pm
דורך שמעקעדיג
איך מיין באקסקאווער האט א נקודה.
די ערשטע איז א עקלדיגע אשכול,
די צווייטע איז שיין איבער אירע מעשים טובים.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:54 pm
דורך ידען
אפשר עקעלדיג אבער פארט פון איר לעבן.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 2:32 pm
דורך בעריש
boxcover האט געשריבן:נאך וואס סאטמארער רבי האט פארלוירן זיין ערשטע ווייב הרבנית חוה (הורוביץ) ע"ה, האט ער מיט איר חתונה געהאט אין יאהר תרצ"ג, אין טשעבין. דער סאטמארער רבי איז געווען מער פון צוואנציג יאר עלטער פון איר. זיין טאכטער רויזא'לע (חיה רויזא, מזוו"ר) איז געווען נישט מער ווי צען יאר יונגער פון דער רביצין. זי האט נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק.


די טאכטער רביצין חי' רוזא איז געווען מיט א שפאר ביסל יארן עלטער ווי רביצין אלטא פיגא

לאזט זיך נישט גלייבען אז נארמאלע מענטשען זאלן גלייבען אזאנע הבלים אז נאך 30 יאר נישט האבן קיין קינדער איז זי ביי די 49 געווארן מעוברת און תיכף דערנאך געכאפט א קאפע און געשטארבן. און פאקט האט זי מיטאמאל געכאפט א שטיפ סך הכל האט מען פארהאקט די טיר אויף איר נישט צילאזענדיג אנוויטשען איר פאטער לכבוד'ן נייעם יאר.

אויב איז איינער יא געווען מעוברת איז דאס געווען רביצין אלטא פיגא וואס לויט שמועות איז זי געווען מעוברת בשנת תש"ח בברכתו של הרה"ק מסטראפקאב און דערנאך מפיל געווען ואכמ"ל

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 2:34 pm
דורך שרייבער
בעריש האט געשריבן:לאזט זיך נישט גלייבען אז נארמאלע מענטשען זאלן גלייבען אזאנע הבלים אז נאך 30 יאר נישט האבן קיין קינדער איז זי ביי די 49 געווארן מעוברת און תיכף דערנאך געכאפט א קאפע און געשטארבן. און פאקט האט זי מיטאמאל געכאפט א שטיפ סך הכל האט מען פארהאקט די טיר אויף איר נישט צילאזענדיג אנוויטשען איר פאטער לכבוד'ן נייעם יאר.


סענס ארויף סענס אראפ, פרעג אלע אידן פון יענע יארן

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 2:37 pm
דורך בעריש
איך האב געפרעגט גענוג, ס'איז שקר וכזב הבלים וואס קען אפילו נישט שטימען מיטן מציאות.
באט דו האלט זיך ווייטער מיט וואס מ'האט דיר געשטאפט אין דיינע אינגע יארן, פנים אל פנים וכדומה.

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 2:49 pm
דורך boxcover
בעריש האט געשריבן:ואכמ"ל

ווי יא?

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:34 pm
דורך berlbalaguleh
יאנקל האט געשריבן:דער וואודרידזשער רב, הגר״י לעבאוויטש, שרייבט אין דער הקדמה פון ״אבני אור״ איבער דעם ענין פון השתלשלות הראביסטעווע אין סאטמאר. ער שרייבט אז פאר׳ן סאטמאר רב איז קיינמאל נישט בייגעפאלן צו בויען אן אימפעריע פון מוסדות וועלכע וועלן זיך געפינען אונטער דער שירעם ארגאניזאציע סאטמאר. קומענדיג קיין אמעריקע האט ער געגרינדעט א קהילה ״קהל ייטב לב״, א חדר ״תורה ויראה״, א מיידל-שולע ״בית רחל״, וכו׳ - אלעס מיט אנדערע נעמען. דער נאמען ״סאטמאר״ איז בכלל נישט אפיציעל דערמאנט געווארן אין די ערשטע יארן.
אויף די באסעס פון ישיבה ״תורה ויראה״ פלעגט נישט שטיין קיין ווארט סאטמאר. היינט שטייט שוין יא, נאר איר וועט באמערקן אז עס שטייט נישט ״דסאטמאר״ מיט א דלת, נאר ״מסאטמאר״, ווייל דאס ווארט גייט נישט ארויף אויף דער ישיבה תורה ויראה, נאר אויף ״רבינו יואל מסאטמאר״.

שקויעך ר' יאנקל פאר די אינפארמציא. כ'האב טאקע מדייק געוועין אז אויף די באסעס פון ביידע מוסדות (אהרונים/זאלונים) שטייט מ'סאטמאר, נישט ד'סאטמאר. כ'האף אז דו ביסט גערעכט, אז ס'איז געווען בכוונה תחילה, נישט קיין צופאל אדער שיגרא דלישנא.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:35 pm
דורך קאווע טרינקער
די פארווערטס באשרייבט איר און צוזאמענהאנג מיט די הכתרה פאר דריי פרויען אלץ מנהיגים, דורך ישיבת מהר"ת.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:50 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:די פארווערטס באשרייבט איר און צוזאמענהאנג מיט די הכתרה פאר דריי פרויען אלץ מנהיגים, דורך ישיבת מהר"ת.

בדרך כלל זענען די רעפארטאזש'ן פונ'ם פארווערטס איבער דעם חסידיש'ן רעליגיעזן עולם נישט פארלעסליך. אדער האט עס נישט קיין הענט און פיס, אדער איז עס בייעסס'ד. ניין. כ'האב נישט געליינט דעם ספעציפישן רעפארט.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:59 pm
דורך קאווע טרינקער
ליין יא.
וואס איז נישט אמת?

דעם צווייטן יוני האָט די „ישיבֿת-מהר״ת‟, אַ מאָדערן-אָרטאָדאָקסישע ישיבֿה פֿאַר פֿרויען, אַרויסגעלאָזט דרײַ גראַדואַנטקעס, וועלכע וועלן פֿאַקטיש אויספֿירן די פֿונקציעס פֿון רבנים: צו פּסקענען הלכה, פֿירן גמרא־שיעורים אין אַ שיל און אָנפֿירן מיט אַ קהילה.
די דירעקטאָרין פֿון „ישיבֿת-מהר״ת‟, רבה שׂרה הורוויץ, איז די איינציקע פֿרוי, וועלכע האָט באַקומען אַ חידושדיק רבנישן פֿרויען-טיטל — „רבה‟ — פֿון הרבֿ אַבֿי ווײַס, דער גרינדער פֿון דער „אָפֿענער אָרטאָדאָקסיע‟ — אַ באַוועגונג אין אָרטאָדאָקסישער ייִדישקייט, וואָס שטעלט אַן אַקצענט אויף דער בייגעוודיקער און אָפֿענער נאַטור פֿון ייִדישקייט, אָבער גייט נישט אַזוי ווײַט, ווי די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג.

מיט אַבֿי ווײַסעס ישיבֿה „חובֿבֿי-תּורה‟ זענען פֿאַרבינדן אַזעלכע אינטערעסאַנטע פּערזענלעכקייטן, ווי הרבֿ מאַרק (מלך) שאַפּיראָ און הרבֿ דניאל שפּערבער. שאַפּיראָ איז באַקאַנט ווי אַ פֿאָרשער פֿון פֿאַרשיידענע דעות אין דער געשיכטע פֿונעם טראַדיציאָנעלן תּורה-געדאַנק, וואָס פֿאַר אַ הײַנטיקן פֿרומען ייִד קאָן עס אויסזען ווי אומגעוויינטלעכע, עקסטרעמע און אַפֿילו אַפּיקורסישע. למשל, אין איינעם פֿון זײַנע אַרטיקלען האָט ער מיט אַ ריי רבנישע קוואַלן אָנגעוויזן, אַז געוויסע דעות אין דער הלכה פֿאַרווערן נישט אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק צו פֿירן אַ זיווג-לעבן אָן אַ חופּה-וקידושין. שפּערבער איז אַ גרויסער מומחה אין ווייניק-באַקאַנטע ייִדישע מנהגים.

אַ דאַנק אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, האָבן די אָרגאַניזאַציעס, פֿאַרבונדן מיט דער „אָפֿענער אָרטאָדאָקסיע‟, באַקומען אין מער הויפּטשטראָמיקע פֿרומע קרײַזן אַ רעפּוטאַציע פֿון „ווילדע‟ מענטשן. זיי פֿאָלגן נישט דעם פּסק פֿונעם „אַמעריקאַנער רבנישן ראַט‟ („אַר-סי-איי‟) אָדער אַנדערע גרויסע אָרטאָדאָקסישע אָרגאַניזאַציעס, פֿירן זיך כּסדר אויף אויף אַן אייגענעם שטייגער; זיי גייט נישט אָן, אַז אַנדערע פֿרומע ייִדן אָנערקענען נישט זייער קליינע באַוועגונג.

מיט עטלעכע חדשים צוריק איז הרבֿ שמעון ליווסאָן פֿון „חובֿבֿי־תּורה‟, געוואָרן דער הויפּט-רבֿ פֿון פֿינלאַנד. די חרדישע וועבזײַט „מצבֿ‟ האָט געוואָרנט די לייענער, אַז די „אָפֿענע אָרטאָדאָקסן‟ זענען „עקסטרעמע‟ און „סכּנותדיקע ליבעראַלן‟, וועלכע האַלטן, צווישן אַנדערע זאַכן, אַז מע זאָל מקבל זײַן די האָמאָסעקסואַלן מער פֿרײַנדלעך אין דער פֿרומער וועלט.

די אונטערשטע שורה אין אַ סך נעגאַטיווע פֿרומע אָפּרופֿן וועגן די „אָפֿן-אָרטאָדאָקסישע‟ פֿרויען-מנהיגים איז לאַוו-דווקא זייער עצם-אויפֿפֿירונג. „ס׳טײַטש, ווי קאָנען זיי טאָן וואָס מע וויל אומאָפּהענגיק, נישט פֿרעגנדיק קודם אַ שאלה בײַ אונדזערע גדולים?‟, טענהן אַ צאָל קאָמענטאַטאָרן אויף דער פּאָפּולערער פֿרומער וועבזײַט „נײַעס פֿון ישיבֿה-וועלט‟. „וואַרפֿט זיי אַרויס!‟, „האַלט זיי אונטער אַ שטרענגן קאָנטראָל!‟, שרײַען די אַנדערע.

מע קאָן פֿאַרגלײַכן דעם הײַנטיקן סקאַנדאַל אַרום די ליבעראַל-געשטימטע פֿרויען-מנהיגים מיט דער מעשׂה מיט דער רביצין רות בלוי, וועלכע האָט אָנגעפֿירט במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט מיט אַן אייגענעם צווײַג פֿון נטורי-קרתּא. די ירושלימער רבנים פֿון „עדה חרדית‟ האָבן זי דערנידעריקט נישט צוליב איר אויפֿפֿירונג, ווײַל זי איז געווען עקסטרעם פֿרום, און נישט צוליב אירע פּאָליטישע געדאַנקען, מיט וועלכע אַ סך אירע קריטיקער זענען געווען מסכּים, נאָר דווקא פֿאַר איר בראַווער אומאָפּהענגיקייט.

לוסעט מאַדלען פֿעריי, אַ נישט-ייִדיש מיידל, געבוירן אינעם יאָר 1920 אין אַ קאַטוילישער משפּחה אין דער פֿראַנצויזישער פּאָרט-שטאָט קאַלע, איז געווען אַ געבילדעטע פֿרוי, וועלכע האָט שטודירט געשיכטע אינעם סאָרבאָנער אוניווערסיטעט. בעת דער צווייטער וועלט-מלמחה האָט זי באַשלאָסן צו קעמפֿן קעגן די נאַציס און געוואָרן אַ פּאַרטיזאַנקע.

אינעם יאָר 1949 האָט פֿעריי באַזוכט ישׂראל, געוואָרן אַ פֿאַרברענטע ציוניסטקע, באַשלאָסן זיך מגייר צו זײַן און אויסגעקליבן דעם נאָמען רות בן-דוד. נאָך אַ צאָל שטורמישע פּאַסירונגען, אַרײַנגערעכנט דאָס אַפּזיצן אַ פּאָר חדשים אין תּפֿיסה פֿאַר חובֿות, איז זי אָנגעקומען איין ישׂראל, ווערנדיק אַלץ פֿרומער און אַלץ מער אַנטוישט מיט ציוניזם.

אינעם יאָר 1960 איז אין ירושלים געשען אַ קאָנטראָווערסאַלע מעשׂה. די טאַטע-מאַמע פֿונעם ייִנגל מיטן נאָמען יאָסעלע שומאַכער האָבן אָפּגעגעבן זייער זון צו זײַנע פֿרומע זיידע-באָבע. שפּעטער האָט דער טאַטע פֿונעם קינד באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן צוריק קיין רוסלאַנד. דער זיידע פֿונעם קינד האָט נישט געוואָלט אָפּגעבן זײַן אייניקל צוריק דעם טאַטן און באַשלאָסן אים אויסצובאַהאַלטן אין דער פֿרומער חסידישער קהילה. רות בן-דוד האָט אויסבאַהאַלטן דאָס ייִנגל במשך פֿון צוויי יאָר און זיך געגעבן אַן עצה, ווי אַזוי אַרויסצושמוגלען יאָסעלע שומאַכער קיין אַמעריקע, נישט געקוקט אויף די שטענדיקע אַקטיווע זוכענישן פֿון די ישׂראלדיקע זיכערהייט-דינסטן.

איסר הראל, דער דירעקטאָר פֿון „מוסד‟, האָט אויסגעפֿונען, אַז די פֿראַנצויזישע גיורת האָט געהאַט אַ שײַכות צו דער פֿאַרשווינדונג פֿון יאָסעלע שומאַכער. נישט געקוקט אויף די דערנידערונגען אין תּפֿיסה, האָט זי זיך אָפּגעזאָגט צו קאָאָפּערירן; שפּעטער אָבער, האָט דער „שין-בית‟ אויסגעצויגן פֿון איר די אינפֿאָרמאַציע דורך אַ קונץ, און געבראַכט דאָס קינד פֿון אַמעריקע צוריק קיין ישׂראל.

דער מחבר פֿון די שורות איז גוט באַקאַנט מיט דער משפּחה, בײַ וועלכער יאָסעלע האָט געלעבט אין וויליאַמסבורג, ברוקלין. לויט זייערע דערציילונגען, איז ער געווען צופֿרידן אין ניו-יאָרק; זיי דערמאָנען זיך, אַז רות איז געווען אַ סימפּאַטישע, קלוגע, אָרנטלעכע און גאָר אַ בראַווע פֿרוי. הײַנט איז שווער צו באַשטימען, ווער איז געווען גערעכט אין דער דאָזיקער קאָנטראָווערסאַלער מעשׂה; דער פּלאַן פֿון יאָסעלעס טאַטן אַוועקצופֿאָרן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד מיטן יונגן זון איז געווען זיכער אַ סכּנותדיקער. אינעם יאָר 2007, האָט יוסף שומאַכער, הײַנט שוין אַ 59־יאָריקער מאַן, באַזוכט מיט פֿאַרגעניגן די ניו-יאָרקער סאַטמאַרער קהילה, וווּ ער האָט אַמאָל געלעבט. אַזוי צי אַזוי, ווײַזט די דאָזיקע מעשׂה, וואָס פֿאַר אַ קעמפֿערישע אומאָפּהענגיקע נאַטור רות בן-דוד האָט געהאַט.

אינעם יאָר 1963 איז ניפֿטר געוואָרן די ערשטע פֿרוי פֿון הרבֿ עמרם בלוי, דער גרינדער פֿון נטורי-קרתּא; האָט ער באַשלאָסן חתונה צו האָבן מיט רות בן-דוד. די פֿרומע קהילה אין ירושלים איז געוואָרן ממש אויסער זיך: אוי-אוי-אוי, אַ חשובֿער רבֿ מיט אַ גוטן ייִחוס טאָר דאָך נישט נעמען פֿאַר אַ ווײַב אַ „שמוציקע, חוצפּהדיקע‟ גיורת, אַ געוועזענע קאַבאַרע-טענצערין! דער בית-דין פֿון דער „עדה-חרדית‟ האָט זיי אָפֿיציעל פֿאַרווערט חתונה צו האָבן. דער רבֿ האָט נישט געפֿאָלגט און דאָס פּאָרפֿאָלק איז פֿאַקטיש אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן פֿון ירושלים קיין בני-ברק.

נאָך עמרם בלויס טויט, אינעם יאָר 1974, האָט די רביצין אָנגעהויבן אַן אייגענעם צווײַג פֿון נטורי-קרתּא. עמרם בלויס קינדער פֿון דער ערשטער פֿרוי האָבן זיך צו איר באַצויגן בפֿירוש פֿײַנטלעך; אַ סך ירושלימער חרדים האָבן נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן די „פֿרעמדע‟ שטיף-מוטער. דאָס האָט אָבער נישט געשטערט רות בלויס טעטיקייט; צווישן אַנדערע זאַכן, האָט זי זיך באַפֿרײַנדעט מיטן אַיאַטאָלאַ כאָמייני, וועלכער האָט דעמאָלט געוווינט אין פֿראַנקרײַך, כּדי צו מאַכן זיכער, אַז די איראַנישע רעוואָלוציאָנערן וועלן האָבן דרך-ארץ פֿאַר ייִדן און ייִדישער רעליגיע. אין דער זעלבער צײַט, האָט זי געשטיצט די לינקע וועלטלעכע ספֿרדישע „שוואַרצע פּאַנטערן‟ אין ישׂראל.

נישט געקוקט אויף דער שאַרפֿער קעגנערשאַפֿט פֿון אַ סך חרדים, האָט רות בלוי געשאַפֿן אַרום זיך אַ קרײַז אייגענע אָנהענגער. זי איז ניפֿטר געוואָרן אין 2000; נישט איינמאָל האָב איך שוין געהערט פֿון גאַנץ יונגע 20־יאָריקע ירושלימער חסידים, אַז איר אויטאָביאָגראַפֿיע איז איינער פֿון זייערע באַליבסטע ספֿרים. זיי שאַצן הויך דעם קאָליריקן און דרייסטן כאַראַקטער פֿון דער דאָזיקער פֿרוי.

אין דער חסידישער געשיכטע זענען אַזעלכע אַקטיווע פֿרויען נישט קיין נאָווענע. צום מערסטן ווייסט מען די מעשׂה מיט חנה-רחל ווערבערמאַכער, באַקאַנט ווי די לודמירער מויד, וועלכע האָט געפֿירט איר אייגענעם חסידישן הויף אַרום אַן אייגענער שיל. אירע קענגער האָבן זי פֿאַרטריבן קיין ארץ-ישׂראל, וווּ זי האָט ווײַטער געפֿירט איר רביסטווע, צוציִענדיק צו זיך ייִדן און אַפֿילו אַראַבער, וועלכע פֿלעגט בײַ איר בעטן אַ ברכה.

אַ זײַטיקער מענטש וואָלט, מסתּמא, געמיינט, אַז די פֿראַזע „רביצינס חסידים‟ מוז באַצייכענען עפּעס אַ פֿעמיניסטישע גרופּע צי אַ צווײַג פֿון דער דערמאָנטער „אָפֿענער אָרטאָדאָקסיע‟. פּונקט פֿאַרקערט: אַזוי רופֿט מען נאָך אַלץ אָן די „בני-יואל‟ — אַן אומאָפּהענגיקע אָפּאָזיציע-גרופּע בײַ די סאַטמאַרער חסידים, באַקאַנט מיט אירע גאָר פֿרומע פּאָזיציעס. נאָכן טויט פֿונעם סאַטמאַרער רבין, יואל טייטלבוים, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן אינעם יאָר 1979, האָבן זיי אויסגעקליבן זײַן אַלמנה, רביצין אַלטע-פֿייגע, פֿאַר זייער אומפֿאָרמעלע מנהיגטע. זי איז געשטאָרבן אין 2001; איר קבֿר און הויז בלײַבן צענטערס פֿונעם חסידישן פּילגרימאַזש. אין פֿאַרגלײַך מיט רות בלוי, איז זי תּמיד געווען אַ רויִקע, באַשיידענע, פֿרום-דערצויגענע חסידישע צדיקת — און פֿאָרט געהאַט אַן אוניקאַלן כאַריזמאַטישן כּוח.

די שטיצער פֿון פֿרויען-אַקטיוויזם אין דער פֿרומען וועלט דערמאָנען אָפֿט דעם תּנ״כישן בײַשפּיל פֿון דבֿורה-הנבֿיאה. ווי ס׳איז באַקאַנט, איז זי איז געווען אַ שופֿטת, די גײַסטיקע פֿירערין פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און אַרויסגעוויזן אַ קעמפֿערישן אומאָפּהענגיקן כאַראַקטער. די דערמאָנטע היפּוכדיקע בײַשפּילן ווײַזן אָן, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער פֿרומער וועלט זענען די פּאַטריאַרכאַלע טענדענצן פֿאַרשפּרייט נישט אַזוי ברייט, ווי מע וואָלט געקאָנט זיך משער זײַן. אַדרבה, דווקא די „ווילדסטע‟, סאַמע ראַדיקאַלע גרופּעס, וועלכע רעכענען זיך נישט מיטן הויפּטשטראָם און טוען וואָס זיי ווילן, קלײַבן צומאָל אויס, ווי זייערע מנהיגים, דווקא אַזעלכע פֿרויען, וועלכע טראָגן אין זיך די זעלבע מאָס פֿון „ווילדער‟ אומאָפּהענגיקייט.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/170 ... z2WsXmGBxE

א יישר כח צו קאווע טרינקער

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 3:18 pm
דורך berlbalaguleh
יישר כוח פאר צו ברענגען דעם הערליכן, באלערנדן און אינטרעסאנטן ארטיקל.
:like :like :like

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:29 pm
דורך קינות גירושין
בסאטמאר ידוע שהברך משה ז"ל שאל פעם את דודו הדברי יואל זצ"ל אחר שעברו כמה שנים עם הרבנית אלטא פיגא (בזוו"ש) ולא היה להם בנים, למה אינו עושה כמו שעשה אביו הקדושת יו"ט, ושאלה הזו כשהגיע לאזני הרבנית היתה אחת מיסודות המחלוקת ביניהם.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:13 pm
דורך שעפטל
דאס גייט אביסעלע ווייטער (כפי ששמעתי)
ס'איז אמאל געווען אן אסיפת הרבנים און איינע פון די זאכן מ'האט דארט גערעדט איז געווען אז בשעת מלחמה האבן די נאצי'ס ימ"ש געטוהן געוויסע פעילות און טייל נשים האבן קיין קינדער נישט געקענט האבן, און די רבנים האבן אויסגעשמיסט די חלק הן אז מ'דארף זעהן אז כלל ישראל זאל צוריק גרויס ווערן, און הן די חלק אז נעבעך אידן האבן פארלוירן א שטוב מיט קינדער ביים קריג און האבן נישט קיין נחמה ווילאנג זיי האבן נישט קיין פרישע.
איינע פון די רבנים האבן ארויפגעברענגט אז מ'דארף זעהן אז מ'זאל אפגט'ן די פרוי וואס קען נישט האבן קיין קינדער.
האט זיך דער סאטמאר רב הברך משה זצ"ל אנגערופן "ס'דארף זיין א רב א ערשטער" א חלק רבנים האבן פארשטאנען אז ער האט געמיינט דעם פעטער ז"ל און ס'איז צוריקגעקומען צו די מומע ע"ה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 4:48 pm
דורך אויס מענטש
שעפטל א מקור צו די מעשה ?
עס מאכט באמת נישט קיין סענס, אז דער ברך משה זאל זיך אנרופן אזא האקעלע נושא ביי אן אסיפת הרבנים, און נעמען זיין פעטערס לעבן און מאכן דערפון א דיון אויפן טיש, אפי' נניח ער האט אזוי געהאלטן וואלט ער טאקע מחמת כבוד הרבנית געדארפט רעדן דערפון מיט מער סענסעטיווקייט,
נאכאמאל די מעשה איז א חידוש בעולם המעשיות, און זעהט באמת אויס רחוק מן האמת, ביטע פעסטשטעלן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:22 am
דורך בעריש
שעפטל האט געשריבן:דאס גייט אביסעלע ווייטער (כפי ששמעתי)
ס'איז אמאל געווען אן אסיפת הרבנים און איינע פון די זאכן מ'האט דארט גערעדט איז געווען אז בשעת מלחמה האבן די נאצי'ס ימ"ש געטוהן געוויסע פעילות און טייל נשים האבן קיין קינדער נישט געקענט האבן, און די רבנים האבן אויסגעשמיסט די חלק הן אז מ'דארף זעהן אז כלל ישראל זאל צוריק גרויס ווערן, און הן די חלק אז נעבעך אידן האבן פארלוירן א שטוב מיט קינדער ביים קריג און האבן נישט קיין נחמה ווילאנג זיי האבן נישט קיין פרישע.
איינע פון די רבנים האבן ארויפגעברענגט אז מ'דארף זעהן אז מ'זאל אפגט'ן די פרוי וואס קען נישט האבן קיין קינדער.
האט זיך דער סאטמאר רב הברך משה זצ"ל אנגערופן "ס'דארף זיין א רב א ערשטער" א חלק רבנים האבן פארשטאנען אז ער האט געמיינט דעם פעטער ז"ל און ס'איז צוריקגעקומען צו די מומע ע"ה

לא היה ולא נברא
דער סיפור גייט ווי קינות גירושין האט אראפגעברענגט, דאס איז געווען נאך וואס רויזעלע איז אוועק.
אבער צי גלייבן דעם סיפור ברויך מען האבן נאמנות און די השמצה אפאראט מבית היוצר של משמשי הרבנית ז"ל, פונעם ברך משה זעלבסט האט דאס קיינער נישט געהערט.

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 3:40 pm
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט
מארגען איז איר יארצייט

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 5:00 am
דורך berlbalaguleh
העלא האט געשריבן:זי איז געווען מעוברת ביי די 49, עיו"כ תשי"ד האט זריל גליק איר אראפ געשטיפט בשליחות אלטא פייגא, כדי זי זאל נישט קענען אריינגיין צום טאטן ערב יוה"ק, י"ד חשון איז זי ליידער אוועק,


עס איז לאנגע היסטאריע וואסערע רשעות אלטא פייגא און אירע מענטשן האבן געטוהן פאר רויזא'לע און פארן הייליגן ברך משה,

רויזעלע ע"ה ווייס איך נישט. אבער דער ברך משה האט כסדר צוגערעדט דעם רבי'ן אז ער זאל זיך גט'ן פון איהר.
פארשטייציך אז דאס בארעכטיגט נישט קיין שום פון די פעולות (אראפווארפן וכדומה.). אבער ס'איז נישט געוועין אזא פשוט'ע זאך. ס'האט ערגעץ געהאט אן אנהויב און אן עק,.

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 5:17 am
דורך berlbalaguleh
יאנקל האט געשריבן:דער וואודרידזשער רב, הגר״י לעבאוויטש, שרייבט אין דער הקדמה פון ״אבני אור״ איבער דעם ענין פון השתלשלות הראביסטעווע אין סאטמאר. ער שרייבט אז פאר׳ן סאטמאר רב איז קיינמאל נישט בייגעפאלן צו בויען אן אימפעריע פון מוסדות וועלכע וועלן זיך געפינען אונטער דער שירעם ארגאניזאציע סאטמאר. קומענדיג קיין אמעריקע האט ער געגרינדעט א קהילה ״קהל ייטב לב״, א חדר ״תורה ויראה״, א מיידל-שולע ״בית רחל״, וכו׳ - אלעס מיט אנדערע נעמען. דער נאמען ״סאטמאר״ איז בכלל נישט אפיציעל דערמאנט געווארן אין די ערשטע יארן.
אויף די באסעס פון ישיבה ״תורה ויראה״ פלעגט נישט שטיין קיין ווארט סאטמאר. היינט שטייט שוין יא, נאר איר וועט באמערקן אז עס שטייט נישט ״דסאטמאר״ מיט א דלת, נאר ״מסאטמאר״, ווייל דאס ווארט גייט נישט ארויף אויף דער ישיבה תורה ויראה, נאר אויף ״רבינו יואל מסאטמאר״.

וואס דער וואודרידזשער רב שליט"א זאגט איז נישט אלעס תורת לאקשן.
ווען דער סאטמאר'ער רבי זצ"ל איז געקומען אויף אמעריקע האט ער געטוען למעשה. און איינס פון די ערשטע זאכן האט ער זיך געזארגט מייסד צו זיין א תלמוד תורה אז אידישע קינדער זאלן האבן וואו צו לערנען. ס'איז אנגעקומען מיט מסירת נפש ממש. כידוע ליודעים. די אימפעריע איז זיך נאר צווואקסן ווייל ער האט געהאט אויסערגעוויינליכע סייעתא דשמיא און געהאנדלט אמת'דיג מיט אלע מענטשן מיט וועים ער איז געקומען אין בארירונג. וואס ער איז שוין דאמאלס געוועין אין די שפעיטע מיטלע יארן. און ער וואלט געקענט זיך אוועקזעצן אין א בית המדרש מיט א מנין מצומצם און לערנען אומגעשטערט..
דער טעם פארוואס ס'איז אויף די באסעס פון סאטמאר ביז לעצטנס (ספעציעל אין די אנהויב יארן.) נישט געוועין אויפגעשריבן דער נאמען "סאטמאר". נאר ס'איז געשטאנען אויף ענגליש "יונייטעד טעלמיודיקל עקעדעמי". מ'וואלט געקענט מיינען אז ס'איז עפעס א קאלידזש אדער אוניוערסיטי וואו מ'שטודירט "תלמוד". נאר דאס איז א המצאה און א חכמה פון ר' ליפא פרידמאן ע"ה. ווייל ער האט געוויסט אז צוליעב די קנאות און שיטה פון הרה"ק מ'סאטמאר וועלן א סאך אמעריקאנער נישט געיבן געלט פאר "סאטמאר". האט ער עס א ביסל פארדעקט...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 5:50 am
דורך berlbalaguleh
אויס מענטש האט געשריבן:שעפטל א מקור צו די מעשה ?
עס מאכט באמת נישט קיין סענס, אז דער ברך משה זאל זיך אנרופן אזא האקעלע נושא ביי אן אסיפת הרבנים, און נעמען זיין פעטערס לעבן און מאכן דערפון א דיון אויפן טיש, אפי' נניח ער האט אזוי געהאלטן וואלט ער טאקע מחמת כבוד הרבנית געדארפט רעדן דערפון מיט מער סענסעטיווקייט,
נאכאמאל די מעשה איז א חידוש בעולם המעשיות, און זעהט באמת אויס רחוק מן האמת, ביטע פעסטשטעלן

אבער דאס איז ידוע אז דער בירך משה נאך אלס סיגעטער רב פלעיגט קומען צו זיין פעטער דער סאטמאר'ער רבי און איהם צו רעדן אז ער זאל זיך גט'ן פון די רעבעצין. דא ס איז איינס פון די טעמים פאר איר שטארקע התנגדות צו איהם. און מפי השמועה האט זי אייביג געזאגט תירוצים אז ער שלאפט. כדי ער זאל זיך נישט קענען טרעפן...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 5:58 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:דער וואודרידזשער רב, הגר״י לעבאוויטש, שרייבט אין דער הקדמה פון ״אבני אור״ איבער דעם ענין פון השתלשלות הראביסטעווע אין סאטמאר. ער שרייבט אז פאר׳ן סאטמאר רב איז קיינמאל נישט בייגעפאלן צו בויען אן אימפעריע פון מוסדות וועלכע וועלן זיך געפינען אונטער דער שירעם ארגאניזאציע סאטמאר. קומענדיג קיין אמעריקע האט ער געגרינדעט א קהילה ״קהל ייטב לב״, א חדר ״תורה ויראה״, א מיידל-שולע ״בית רחל״, וכו׳ - אלעס מיט אנדערע נעמען. דער נאמען ״סאטמאר״ איז בכלל נישט אפיציעל דערמאנט געווארן אין די ערשטע יארן.
אויף די באסעס פון ישיבה ״תורה ויראה״ פלעגט נישט שטיין קיין ווארט סאטמאר. היינט שטייט שוין יא, נאר איר וועט באמערקן אז עס שטייט נישט ״דסאטמאר״ מיט א דלת, נאר ״מסאטמאר״, ווייל דאס ווארט גייט נישט ארויף אויף דער ישיבה תורה ויראה, נאר אויף ״רבינו יואל מסאטמאר״.

וואס דער וואודרידזשער רב שליט"א זאגט איז נישט אלעס תורת לאקשן.
ווען דער סאטמאר'ער רבי זצ"ל איז געקומען אויף אמעריקע האט ער געטוען למעשה. און איינס פון די ערשטע זאכן האט ער זיך געזארגט מייסד צו זיין א תלמוד תורה אז אידישע קינדער זאלן האבן וואו צו לערנען. ס'איז אנגעקומען מיט מסירת נפש ממש. כידוע ליודעים. די אימפעריע איז זיך נאר צווואקסן ווייל ער האט געהאט אויסערגעוויינליכע סייעתא דשמיא און געהאנדלט אמת'דיג מיט אלע מענטשן מיט וועים ער איז געקומען אין בארירונג. וואס ער איז שוין דאמאלס געוועין אין די שפעיטע מיטלע יארן. און ער וואלט געקענט זיך אוועקזעצן אין א בית המדרש מיט א מנין מצומצם און לערנען אומגעשטערט..
דער טעם פארוואס ס'איז אויף די באסעס פון סאטמאר ביז לעצטנס (ספעציעל אין די אנהויב יארן.) נישט געוועין אויפגעשריבן דער נאמען "סאטמאר". נאר ס'איז געשטאנען אויף ענגליש "יונייטעד טעלמיודיקל עקעדעמי". מ'וואלט געקענט מיינען אז ס'איז עפעס א קאלידזש אדער אוניוערסיטי וואו מ'שטודירט "תלמוד". נאר דאס איז א המצאה און א חכמה פון ר' ליפא פרידמאן ע"ה. ווייל ער האט געוויסט אז צוליעב די קנאות און שיטה פון הרה"ק מ'סאטמאר וועלן א סאך אמעריקאנער נישט געיבן געלט פאר "סאטמאר". האט ער עס א ביסל פארדעקט...!

אין אז מרעדט שוין פון וואדרידזשער רב, סאיז נישט קיין סוד אז ער איז מער וי אביסל צודרייט אין א גרויסער בעל דמיון.
או כדאמרי אינשי אז גאונות מיט שגעונות זענען אייניג.
אבער דערקענט זיך בגלוי אז ער פאדרייט פאקטען ביודעין לשם פאדרייען צוליב זיין אנגעגעסענקייט אויף די גאנצע וועלט.

Re: הרבנית אלטא פייגא ט"ב

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2019 12:51 pm
דורך יהודי פשוט
היינט די יארצייט!
ת.נ.צ.ב.ה.