בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:45 pm
דורך משה געציל
משה געציל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויף איי וועלט טענה'ט א ווילדע איד אז יונה קאהן איז נישט קיין עכטע נאמען.

יונה כהן איז יא א עכטע נאמען אבער נאר א טייל פון זיין נאמען. איך קען יונה'ן אין איך מיין אז ער האלט עס אפיציעל נישט קיין סוד.

יעצט זעה איך טאקע אז ער שרייבט דאס אליינט'ס אין דיין אנגעגעבענע לינק.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:18 pm
דורך בן תמליון
עס איז דא דא אויך א ניק יונה כהן האט געשריבן יעצט אינעם טראגעדיע אשכול, איז עס דער זעלבער? א כבוד אז ער איז דא.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:25 pm
דורך יידל
יונה כהן איז אויך נישט מער ווי א פסודאנים.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:29 pm
דורך משה געציל
אבער איך מיין אז אנדערשט ווי געווענדליך באהאלט ער נישט זיין אינדענטעפיקאציע.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:34 pm
דורך יידל
דאס ווייס איך נישט...

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:36 pm
דורך משה געציל
די געדאנק פון פוסאנדים איז צו זיין באהאלטן, אדער בס"ה א פענע נאמען?

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:41 pm
דורך לעמאן דזשוס
משה געציל האט געשריבן:די געדאנק פון פוסאנדים איז צו זיין באהאלטן, אדער בס"ה א פענע נאמען?


איש כפי ערכו, ורצונו...

למשל הרב יונה כהן הי"ו באהאלט זיך כלל נישט אונטער זיין נאמען, פשוט ער האט זייער א לאנגע נאמען רופט ער זיך נאר מיט איינס, און ער איז א כהן! ער האט זיך בכלל נישט וואס צו שעמען מיט זיינע שיעורים און זיינע תגובות...

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:04 pm
דורך ראש המדברים
זיין נאמען איז יוסף יונה הכהן ראפפורט א שרייבער אין המודיע.

צוריק צום ענין איך הער אויס אלע אנליזין פון יצחק קלאר איך האב נאכנישט געטראפן אזא גוטער רעדנער דא ביים היימישער ציבור, נאר א שאד אז ער הייבט יעדע מאל אן זיין אנליז אז דאס איז איינס פון און ס'בלייבט ביי איינס פון ער ענדיגט נישט למשל די לעצטע אנליז פון סוריע די ערשטע איז מוראדיג אבער יעצט איז ער צוריק צום פליטישען פראנט דא

אזוי אויך וואלט געווען א פלאן צו פארקויפן די אנליזין אויף סי די צו קענען גרינגער הערן אין די קאר

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:23 pm
דורך חשבון
ווי אויף קול מבשר רעדט ער?

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:51 pm
דורך ראש המדברים
3-8

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:16 pm
דורך ברסלבער
ראש המדברים האט געשריבן:צוריק צום ענין איך הער אויס אלע אנליזין פון יצחק קלאר איך האב נאכנישט געטראפן אזא גוטער רעדנער דא ביים היימישער ציבור, נאר א שאד אז ער הייבט יעדע מאל אן זיין אנליז אז דאס איז איינס פון און ס'בלייבט ביי איינס פון ער ענדיגט נישט למשל די לעצטע אנליז פון סוריע די ערשטע איז מוראדיג אבער יעצט איז ער צוריק צום פליטישען פראנט דא

איך גלייב אז ער וועט נאך צוריק קומען צו סיריע, ער האט נאר געמוזט דעקן די ענינים העומדים על הפרק, וואס וועט שוין באלד נישט זיין אינטערעסאנט, משא"כ סיריע האט ער צייט שפעטער אויך.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:31 pm
דורך ברעט מענינג
1 איך האלט אז יצחק קלאר זאגט נאך פון צעטל, ער זאגט עס שיין געשניטען אן קיין טעות,
2 ווי אזוי קען ער זאגען אנפאנג דרשה אז דיע דרשה וועט נעמען א דריי פערטעל שעה, און אנדערע ווערטער אנפאנג דרשה ווייסט ער שוין פונקטליך ווי לאנג ער גייט רעדן?!

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:34 pm
דורך לעמאן דזשוס
ברעט מעננינג, ער זאגט לכאורה די צייט, נאך די גאנצע דרשה, אלזא ווייסט ער שוין.

ער זאגט אולי פון א צעטל אבער דאס צעטל שרייבט ער אליין פאר...

איך גלייך זייער זיין וועג פון רעדן, דהיינו זיין שטארקע טאון, זיין זיכערקייט, און בעיקר זיין אינטעליגענציע, און אזוי אויך וויזוי ער דרוקט זיך אויס ביים דערמאנען גויישע נעמען אדער צייטונגען, זייער פראפעסיאנאל.

אבער, די תוכן איז זייער זייער בייסיג רעכט, און עקסטרעים קאנסערוואטיוו וואס מאכט מיך איבלען!

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:36 pm
דורך ברעט מענינג
ווי אזוי שטעלסטו דיך פאר ווי אזוי קוקט אויס יצחק קלאר?

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:10 pm
דורך חשבון
יישר כח ראש המדברים

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:45 pm
דורך מיין מיינונג
זיין פענע נאמען אין בארא פארקער לוח הציבור, און א שטיק צייט אויך אין "א בליק" בילדער אויסגאבע, איז יודל מענדלזאהן, אויב דאס העלפט אייך ארויס דא.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:47 pm
דורך קאווע טרינקער
און אין קאווע שטיבל?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:52 am
דורך לעמיל
מיין מיינונג האט געשריבן:זיין פענע נאמען אין בארא פארקער לוח הציבור, און א שטיק צייט אויך אין "א בליק" בילדער אויסגאבע, איז יודל מענדלזאהן, אויב דאס העלפט אייך ארויס דא.

איז עס די זעלבע יודל מענדלזאהן פון אייוועלט? דרך אגב געהערט נעכטען אז עס איז דא א פרישע אנאליז פון אים אויף קול מבשר, ווייסט איינער אויף וועלכע נושא?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:58 am
דורך smart
לעמאן דזשוס האט געשריבן:ברעט מעננינג, ער זאגט לכאורה די צייט, נאך די גאנצע דרשה, אלזא ווייסט ער שוין.

ער זאגט אולי פון א צעטל אבער דאס צעטל שרייבט ער אליין פאר...

איך גלייך זייער זיין וועג פון רעדן, דהיינו זיין שטארקע טאון, זיין זיכערקייט, און בעיקר זיין אינטעליגענציע, און אזוי אויך וויזוי ער דרוקט זיך אויס ביים דערמאנען גויישע נעמען אדער צייטונגען, זייער פראפעסיאנאל.

אבער, די תוכן איז זייער זייער בייסיג רעכט, און עקסטרעים קאנסערוואטיוו וואס מאכט מיך איבלען!


דער יצחק איז נישט אוועקצומאכען, ער איז מוראדיג כוט איך וואלט געזאגט ער איז נאך די בעסטע דארט מער פון הערשל פורים, געשטעעטנער, ראלניצקי, וכו' ווי ער לייגט אראפ אזאך קלאר מסודר צו די זאך אזש ווי מקען אים נישט אפפרעגן...

אין דעעס וואס די זאגט צו רעכטס? דאס איז נישט קיין קשיא קודם אין א אידישע בליק איז די רעכטע גערעכט די לינקע זענען סתם היפעקריטס סאיז נישט סתם מעמרלט נאך די רעכטע דאס איז די ריכטיגע בליק.. אונז אידישע קינדער זעען אלעס רעכט.. סאיז נישט קיין רעכטע בליק דאס איז די ריכטיגע אין רעכטיגע בליק!

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:09 am
דורך ברסלבער
smart האט געשריבן:אין דעעס וואס די זאגט צו רעכטס? דאס איז נישט קיין קשיא קודם אין א אידישע בליק איז די רעכטע גערעכט די לינקע זענען סתם היפעקריטס סאיז נישט סתם מעמרלט נאך די רעכטע דאס איז די ריכטיגע בליק.. אונז אידישע קינדער זעען אלעס רעכט.. סאיז נישט קיין רעכטע בליק דאס איז די ריכטיגע אין רעכטיגע בליק!

איך זעה אז יצחק קלאר האט יא געמאכט א גוטע דזשאב, אז דו האלטס שוין אויך אז די רעכטע זענען מער אמת...

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:10 am
דורך [NAMELESS]
שמעון איז זייער גיט אין שרייבען אבער נישט אזוי גיט אין רעדן. קלאר מיין איך איז פונקט פארקערט

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 4:24 pm
דורך הירשל ציג
פארוואס האבען די חברה מורא צו זאגען די אמת'ע נעמען? זיי רעדן דען לה"ר צו וואס?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 4:25 pm
דורך קאווע טרינקער
הירשל ציג האט געשריבן:פארוואס האבען די חברה מורא צו זאגען די אמת'ע נעמען? זיי רעדן דען לה"ר צו וואס?

אדרבה, זאג דו, פארוואס זעה איך נישט אין דפי-זהב "הירשל ציג"?...