בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 2:11 pm
דורך זר זהב
אה, מ'לערנט זיך אלס אויס נייע זאכן... אשפג מיינט איך שריי פון געוויין.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 2:24 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 2:33 pm
דורך בן תמליון
ממי הרב הרב אלמוג שלמה אכלופי יצ"ו דאס ביזטו אליין. איך האב אויסגעשאסן עטליכע מאל אינמיטן ליינען ביזט א גאון.

אגב דער בילד קומט גארנישט צו לאכן דער איז א בחור א עילו מיטן נאמען לאסקאווסקי זוהן פונעם רב אין אטוואצק. די נאציס האבן איהם געהאנגען מיט זיין טאטן און 10 אנדערע אידן טייל פון זיי אן פיאות.. עס איז דא בילדער ווי זיי הענגען נעבעך.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 2:40 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:01 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:06 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:www.temani.net/http/mnagim/halacot/svohot/5.htm


ייש"כ קאווע, און יעצט בן תמליון, אמת'דיג? איך א תימנ'ער???????

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:19 pm
דורך בן תמליון
דער גאנצער מאמר קוקט מיר אויס ווי א שטיק ליצנות. אפשר בין איך שוין נישט מבחין צווישן ליצנות און די ריעל טינג וויי וויי.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:07 pm
דורך גנדי
ממי_שאמרו האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:ביטש


?????????????????????


אנשולדיג געוואלט שרייבן ביטע

פאראכטאן.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:55 pm
דורך משכיל
רבותי איך זעה דער עולם האט געמיסט דעם פוינט

איך רעד פון די גאר לאנגע פיאות, נוסח ירושלים וואס האט די אלע אויסגערעכענטע חסרונות

די אלע מעלות פון גיין פיאות איז דא אויך אויב מען גייט בנוסח באיאן, באבוב, סאטמאר דאס איז שיין, אבער פיאות וואס קומען אן אזוי ווי די תפילין של יד כנגד הלב איז ווילד און אוער'דאן

אויב א ביסעל איז גוט מיינט נישט אז אסאך איז נאך בעסער !י

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:17 pm
דורך ראש המדברים
גיין פיאות איז דאך מן התורה, עפ"י הקבלה טאר די פיאות נישט אראפ גיין ווייל א מענטש האט 5 פיאות די לאנגע וואס איז שיין צוזאם גענומען, פון די אויער ביז'ן בארד, און די בארד רופט די תורה אויך פיאות, און עפ"י קבלה טארן די פיאות נישט ווער אויסגעמישט.
רוב דורות זענען בדרך לא דרך געגאנגען צוטיילט דורך קרייזלען די פיאות, ווען ס'איז געווארן גזירות האבן אידן אנגעהויבן צו לייגן אויפן אויער, קניפלעך, אונטערן קאפעל (כמנהג גער, וואס אגב אין גער ביים רבי'ן איז מען יא געגאנגען אראפ דאס איז די סיבה פארוואס אין ירושלים גייען זיי מיט די פיאות אראפ)
די סיבה פון די פיאות איז ווי די תימנער אידן רופן עס סימנים דאס איז דער שטערקסטער סימן פון א איד, ח"ו א איד וויל גיין זינדיגן קען ער אלעס אראפ נעמען און צוריק לייגן חוץ די פיאות, (נישט פארגעסן אז ביז עטליכע 100 יאר זענען אלע גוים געגאנגען מיט בערד).

ווען ס'איז געווארן די גזירות אויף אידן האבן זיך אנגעהויבן די נייע סארט פיאות, אבער נאר אין די צאנזער גזע איז געווען א קפידה פון אראפ נעמען די פיאות נאך די לענג פון די בארד און צאנזער רב פלעגט עס רופן שווענץ.
דא אין אמעריקא די בראשית יארן האבן מענטשען מורא געהאט צו גיין מיט לאנגע פיאות במשך הימים האט זיך עס מער פאשפרייט אבער נישט צו לאנג און סאטמאר רב פלעגט הייסן זיך שערען נאך די לענג פון די בארד.
נאר ליידער איז שוין פיאות בימינו נישט קיין סימנים מוזן אידן גיין מיט לענגערע פיאות אויף סימנים

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:20 pm
דורך חשבון
זייער שיין ראש המדברים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:12 am
דורך מאטי
ראש המדבר דער בעל שם טוב איז געגאנגען לאנגע פיאות?
אגב דיין לעצטע שורה געפעלט מיר נישט ואת״ל דו האסט א פוינט בערי וועבער וחביריו יוכיח

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:37 am
דורך משה געציל
ווען איך האב אמאל געפרעגט א דיין איבער א אתרוג, וואס הלכהדי'ג איז עס געווען כשר לכל הדיעות, צו עס איז א הדר. האט ער מיר גענטפערט אז שיינקייט איז ביי יעדע מענטש אנדערשט, ביי איינעם איז א אתרוג מיט א גארטעל שיין ביים צווייטן נישט, ממילא איז דאס א זאך וואס איך דארף אליינטס באשליסן.
לפי"ז איז דער זה קלי ואנוהו יעדער לויט זיין געשמאק. אז דו גלייכסט לאנגע, לאז אים וואקסן ביז די ערד. אז די גלייכסט געקניפטע, קניפ אים צוזאם ווי א סטילוואל.