בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:56 pm
דורך מזכה
די פאר תגובות זענען ארויסגעפירט געווארן אין מיסט קאסטן אויף די בקשה פון די שרייבער'ס.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:11 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
שלום עליכם מזכה כ'נאך קיינמאל נישט געזעהן דיין נאמען.
זעהט אויס באריסטא האט אויפגענומען א ספציעלע גבאי פארן שמייכל אפטיילונג. יהי בואך לשלום.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:22 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
איך האב ליב בדחנ'ס טשייניק געהאקעריי.
ער שרייבט זייער קורץ, זייער שארף, און זייער נישט צו דער זאך.
איך וויל אויך אזוי שרייבען. עס מעג דאך זיין איין פלאץ אין די וועלט ווי I should speak my mind אהן דארפען זיין politically correct.
אזוי ווי אונזער טייערער שטעכעדיגער בדחן דא, וועל איך אנהייבען טיילען מוציא'ס פארען עולם, מימינום ומשמאלם, פאר געזונטע און פאר חולים. איך קען גראמען אויך.
בדחן we're on. וויסען זאלסטע אבער אז דו וועסט נישט זיין קיין מיוחס.
נאך א זאך. איך ציה צוריק פון אלעם וואס איך שרייב דא. אבער איך וויל עס דאך טוהן.
וואס זאגסטו צו אזא געפירקעלעריי?
די איינציגסטע זאך וואס איך ציטער איז אז יאיר מיט זיין גרויס חכמה וועט געוואויר ווערען מיין תכונות הנפש לויט מיינע לייקס.
אההה איך גיי שוין אויפזיכען יאיר'ס פאוסט אין האבען אביסל fun. לאמיך שפילען אביסל שאך.
ווער פון די עולם דא וועט נישט ליב האבען, ווייל זיי וועלען שפירען threatened אז מען פרעגט זיי גוט אפ, וועל איך זיי נישט קריטיקירען. איך וועל זיי לאזען לעבען און זייערע אומוויסענדהייט.
אוי, איך וויל דאס נישט שיקען, איך ציטער. אבער אבער לב יודע מרת נפשו. איך בין נישט זיכער ווי די פסוק קומט אריין דא, אבער ס'סאונד גוט.
דריי אפשענס. איך choose ווייט לינקס.
מען קען עניוועי נישט זאגען וואס מען טראכט באמת. ?so whats really the point. איך choose ווייט רעכטס ונזכה ונחיה ונראה.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:25 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
אופס, איך האב גע choosed ווייט לינקס,
let it be,.
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 7:39 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך גיי מיר נישט קריגן און ארומרייסן, אבער פטור בלא מחאה וכו.
איך האב אפגעשריבן א מעכטיגן ארטיקל 'דע את עצמך' קען דיינע קארטן', כאב עס געשיקט צו פלאוויוס ער זאל עס אביסל מגיה און משפר זיין, און גארנישט ער שטעלט עס ארויף כאילו ס'וואלט געווען זיין טלית. ווי געזאגט איך גיי מיר נישט צו טון מאכן און סוף הכבודי לבא גוט שבת
Re: בדחן'ס מחאה אשכול
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 7:47 pm
דורך נופת צופים
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך גיי מיר נישט קריגן און ארומרייסן, אבער פטור בלא מחאה וכו.
איך האב אפגעשריבן א מעכטיגן ארטיקל 'דע את עצמך' קען דיינע קארטן', כאב עס געשיקט צו פלאוויוס ער זאל עס אביסל מגיה און משפר זיין, און גארנישט ער שטעלט עס ארויף כאילו ס'וואלט געווען זיין טלית. ווי געזאגט איך גיי מיר נישט צו טון מאכן און סוף הכבודי לבא גוט שבת
דו ליגנער. איך האב דיר עס נאר געשיקט צו ליינען און דו האסט עס געשיקט צו פלאוויוס. גוט שבת.