וועלכע מצות עסט איר, און פארוואס?
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
איך ווייס פון א סיגעטער תלמיד נאך אין די כ' יארן אז דער ברך משה האט געקענט עסן פאר פרישטיג אדער סאפער וואס אימער איז געלעגן פאר זיינע אויגן און שטוב אן קיין שום קווענקלניש כאילו לא הי, למשל א בעלל, צו פאפ קארן, איך טרייב נישט איבער, ער האט עס געגעסן מיט א אפעטיט פונקט ווי א דיכטעל מיט קארטאפעל און זיפ, די וואס האבן געקענט דער ברך משה פון די פריע יארן וועלן דאס מעיד זיין
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
גאלד האט געשריבן:איך ווייס פון א סיגעטער תלמיד נאך אין די כ' יארן אז דער ברך משה האט געקענט עסן פאר פרישטיג אדער סאפער וואס אימער איז געלעגן פאר זיינע אויגן און שטוב אן קיין שום קווענקלניש כאילו לא הי, למשל א בעלל, צו פאפ קארן, איך טרייב נישט איבער, ער האט עס געגעסן מיט א אפעטיט פונקט ווי א דיכטעל מיט קארטאפעל און זיפ, די וואס האבן געקענט דער ברך משה פון די פריע יארן וועלן דאס מעיד זיין
יא! יא! גאלד באטשי! איך קען אויך סיגוטע תלמידים פון די כ' יארן, וואו למשל: רבי יוסף מאיר מיער, רבי בנימין לאנדא, רבי אהרן וועלץ, ר' וואלף ווייס, ר' לייביש וויינפעלד, רבי יעקב אלי אונסדארפער, און נאך און נאך, און זיי זעענען אלע מעיד אז דער רבי דער ברך משה זי''ע האט זיך זייער געהיטן וואס ער האט גענימען און מויל,
די מיינסט מן הסתם די גדולי תלמידי סענדז סריט, וואו הר''ר ר' פייוול ווייס, הר''ר ר' ברוך מרדכי אקערמאן, הר''ר ר' שלמה יענקל געלבמאן, אד''ג, זיי זענען מעיד אויף וואס פאר א סארט עידותשאפט אויף משה עבד ה' אויפן היילגן ברך משה זי''ע
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
ווי די מאנטריאלע רב האט זייער גוט ארויסגעברענגט ביי די לויה אז די רבי בעל ברך משה האט קיינמאל נישט געגעסן קיין טונא, ווייל ער האט דאס נישט געזעהן אינדערהיים. ווער עס נאר "אביסל" געקענט אונזער הייליגע רבי בעל ברך משה, ווייסט אז ער האט מיט תאוות האכילה קיין שייכות קיינמאל נישט געהאט. עס האט געקענט זיין ביטער הייס אין שוהל ביי טישן וכדומה, און חוץ פון די טרינק נאכן פיש האט ער גארנישט געטרינקן. הלואי זאל איך זיין אויסגע'ארבעט אין אלעס אפילו העלפט ווי ער איז געווען אויסגע'ארבעט אין תאות האכילה.
אגב, אז מ'רעדט שוין יא פונעם רבי'ן בשעת'ן עסן. איך האב אמאל געהערט פונעם מסירת נפש איד הרב יצחק ברוך ברוין שליט"א בשם זיין זיידע וועלכע האט געלערנט ביים עצי חיים. אז איינמאל בשעת פרישטאג ביים עצי חיים אינדערהיים, און ווי געשריבן אין משה היה רועה פלעגט דער עצי חיים זיצן ביי פרישטאג מיט די קינדער אז זיי עסן אויף. און די רבי בעל ברך משה האט נישט עפעס ליב געהאט די עסן, האט ער זיך ארומגעשפילט מיט די עסן אבער נישט אריינגענומען אין מויל. די עצי חיים האט דאס באמערקט און ער האט אים געגעבן א פעטשל אויפן האנט, און די רבי האט געגעבן א שריי אוי!, האט דער עצי חיים געפרעגט פארוואס שרייט דיין מויל ווען איך האב געשלאגן דיין האנט? האט דער רבי ברוב חכמותו גע'ענטפערט: אז די מויל האט הכרת הטוב פאר די האנט, ווייל יעדעס מאהל וואס די מויל איז הינגעריג גיבט אים די האנט צו עסן... (ווער עס האט געקענט דעם רבי'ן ווייסט ווי שטארק ער האט געלעבט מיט די מידה פון הכרת הטוב און ווי אזוי עס האט אים ממש געפירט דאס לעבן, און די מעשה ווייזט א שטארקע ליכט אויף די מדות זיינע).
אגב, די מצה מיט פיטער האב איך שוין געהערט אמאל פון איינע פון די רבי'נס גרויסע תלמידים. די רבי פלעגט אראפברעכן די מצה און אויף די שטיקל ארויפגעשמירט אביסל פיטער און דאס געגעסן.
אגב, אז מ'רעדט שוין יא פונעם רבי'ן בשעת'ן עסן. איך האב אמאל געהערט פונעם מסירת נפש איד הרב יצחק ברוך ברוין שליט"א בשם זיין זיידע וועלכע האט געלערנט ביים עצי חיים. אז איינמאל בשעת פרישטאג ביים עצי חיים אינדערהיים, און ווי געשריבן אין משה היה רועה פלעגט דער עצי חיים זיצן ביי פרישטאג מיט די קינדער אז זיי עסן אויף. און די רבי בעל ברך משה האט נישט עפעס ליב געהאט די עסן, האט ער זיך ארומגעשפילט מיט די עסן אבער נישט אריינגענומען אין מויל. די עצי חיים האט דאס באמערקט און ער האט אים געגעבן א פעטשל אויפן האנט, און די רבי האט געגעבן א שריי אוי!, האט דער עצי חיים געפרעגט פארוואס שרייט דיין מויל ווען איך האב געשלאגן דיין האנט? האט דער רבי ברוב חכמותו גע'ענטפערט: אז די מויל האט הכרת הטוב פאר די האנט, ווייל יעדעס מאהל וואס די מויל איז הינגעריג גיבט אים די האנט צו עסן... (ווער עס האט געקענט דעם רבי'ן ווייסט ווי שטארק ער האט געלעבט מיט די מידה פון הכרת הטוב און ווי אזוי עס האט אים ממש געפירט דאס לעבן, און די מעשה ווייזט א שטארקע ליכט אויף די מדות זיינע).
אגב, די מצה מיט פיטער האב איך שוין געהערט אמאל פון איינע פון די רבי'נס גרויסע תלמידים. די רבי פלעגט אראפברעכן די מצה און אויף די שטיקל ארויפגעשמירט אביסל פיטער און דאס געגעסן.
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
כאניש געמיינט לגנאי אדרבא לשבח אז דער מענטש האט נישט זיך לגמרי נישט צוטאן געמאכט וואס מ'האט איהם סערווירט, אוואדי האט ער זיכער געמאכט אז די כשרות זאל זיין לויט זיינע סטאנדארדס, אבער איינמאל ער איז געווען צופרידן מיט די כשרות האט ער געקענט עסן א הארט שטיקל קעיק פאר סאפער, אן טראכטן צוויי מינוט, ס'איז איהם געווען פונקט אזוי גוט ווי פלייש מיט יאך,
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- למדן
- היימישער באניצער
- הודעות: 507
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 128 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין מיט זר זהב, איך נעם די בית-רחל בראדוועי מצה צוליב דעם טעם, כאטש עס איז צו דיק, כ'ווייס נישט פארוואס זיי קענען נישט מאכן דינער וויל אלע אנדערע,
מיינע קינדער זעהען נישט וואס איך שפיר דערין, ממילא זיי נוצן טאקע אנדערע, ווי צב"ש פאפא, קערעסטיר, א.א.וו.
ווי ווייניגער וואסער מ' לייגט אריין אין די מצה אלס דינער קען מען עס אויסוועלגערן אין אסאך בעקעריס לייגט מען דירעקט ווייניגער וואסער אז מ' זאל עס קענען בעסער אויסוועלגערן, אין סאטמאר לייגט מער דירעקט מער וואסער און בנוסף וואס מ' דרייט (אפיציעל) נישט איבער די מצה וואס מאכט נאר שווערער עס בעסער אויס צו וועלגערן
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
עס איז פול מיט וואסער.
איך וועל אייך פארציילן א מעשה שהיה, איך האב אמאל ערגעץ אנגעטראפן הרב שטערן מגדולי מכשירי הOU, בתוך הדברים פרעג איך עם פארוואס גיבט די OU א הכשר אויף וואסער? מילה די עדה החרדית גיבט א הכשר אויף אקאנמיקה און וואשינג פאודער אבער ווי קומט אזאנס צו די OU , זאגט ער מיר וואסער קען זיין מילכיג און אונזער הכשר איז אנצודייטן אז עס איז פרווה! פארשטייט זיך איך האב געעפענט א פאר ברייטע אויגן, פרעגט ער מיר האסט אמאל געקויפט א באטל וואסער אין א גאז סטאנציע עס איז נאך טייערער ווי די גאז אליינס! האט ער מיר מסביר געווען אז ווען מען מאכט פוטער און קעז בלייבט איבער אסאך וואסער און וויבאלד געבאטעלטע וואסער איז אזוי טייער לוינט זיך פאר די קאמפאני עס צו רייניגן און פארקויפן אלס וואסער ממילא קען זיין עס זאל זיין מילכיג.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
איך אויך האט געשריבן:עס איז פול מיט וואסער.
איך וועל אייך פארציילן א מעשה שהיה, איך האב אמאל ערגעץ אנגעטראפן הרב שטערן מגדולי מכשירי הOU, בתוך הדברים פרעג איך עם פארוואס גיבט די OU א הכשר אויף וואסער? מילה די עדה החרדית גיבט א הכשר אויף אקאנמיקה און וואשינג פאודער אבער ווי קומט אזאנס צו די OU , זאגט ער מיר וואסער קען זיין מילכיג און אונזער הכשר איז אנצודייטן אז עס איז פרווה! פארשטייט זיך איך האב געעפענט א פאר ברייטע אויגן, פרעגט ער מיר האסט אמאל געקויפט א באטל וואסער אין א גאז סטאנציע עס איז נאך טייערער ווי די גאז אליינס! האט ער מיר מסביר געווען אז ווען מען מאכט פוטער און קעז בלייבט איבער אסאך וואסער און וויבאלד געבאטעלטע וואסער איז אזוי טייער לוינט זיך פאר די קאמפאני עס צו רייניגן און פארקויפן אלס וואסער ממילא קען זיין עס זאל זיין מילכיג.
עס הערט זיך אביסל מוגזם'דיג. כנלע"ד.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"