בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:25 am
דורך [NAMELESS]
ווי דען לייגסטו די תפילין? אויף די פיס?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:29 am
דורך יאיר
ממי שאמרו, פרעג נישט אזויפיל קשיות. זיי מעיין אין רשב"ם אויף וקשרתם לאות על ידיך, פאר א נויט בליק אויך אריין אין אבן עזרא, וועסטו זען אז פשט מוז נישט אייביג זיין א גענויער ליטעראלער אפטייטש פונ'ם ווארט.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:14 pm
דורך היימישער ליטוואק
"טומאה" איז א לומדות נישט א מציאות.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:17 pm
דורך היימישער ליטוואק
עס איז באקאנט דעם טומל לגבי מעל (FLOUR) צו עס איז חמץ אדער נאר חשש חמץ. היות די דרך איז אז מען שווענקט דאס אפ מיט וואסער ביפאר מען מאלט עס.
אויב איז חמץ א מציאות, דאן איז אוממעגליך צו זאגן אז דער מעל וואס האלט זיך אזוי לאנג און ווערט נישט פארדארבן, איז נחמץ געווארן!
אויב איז דאס א דין (מעל+וואסער+שיהוי זמן=חמץ) דאן איז דאס יא חמץ.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:24 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
די טייטש פון חמץ איז חימוץ, זויער. ווי קען מען טראכטען אז דאס איז עפעס א נייע דין פין זויער? אוודאי איז דאס א מציאות. מיט גדרים וואס איז נקבע בכל מקום ובכל זמן, כדי שלא לתת הדברים לשיעורים.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:27 pm
דורך יידל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:יידל - 1. פליז דערמאן זיך, זייער אינטערסאנט פאר מיר. 2. זיי מציע אן אנדערע נאמען פאר די שיטה.
איך האב זיך נאר באצויגן צו בדחן אז עפעס פאסירט ביי 18 מינוט. חמץ איז חמץ אויב עס האט שוין מחמיץ געווען פריער און איז נישט חמץ אפילו אויב נאך 18 מינוט איז עס נאך נישט נחמץ געווארן. די שיעור פון 18 מינוט איז נאר ביי בצק שלא נראו בו סימיני חימוץ ושהה בלי עיסוק שיעור שיהלך בו אדם מיל. דאס וואס כ'האב דערמאנט אז דאס איז נאר א 'לומדיש'ע' גדר ווערט דערמאנט דוכט זיך אין מגן האלף סי' תנ"ט ס"ק ב (איך זאג דוכט זיך ווייל כ'האב עס נישט נאכגעקוקט אויפן מינוט און איך שרייב דעם מראי מקום מתוך ספר ליקוט).
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 5:39 pm
דורך boxcover
ממי_שאמרו האט געשריבן:ווי דען לייגסטו די תפילין? אויף די פיס?
ארעם