בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:24 pm
דורך קאווע טרינקער
יא, איר זענט גוט מכוון, ר' פרעה. (בד"וו, שלום עליכם. איר זענט טאקע נאר 3 טפחים הויעך?)
אין ספר הנחמדים מזהב, האט ער א לאנגע אריכות און איז מסביר באופן נפלא וואס ליגט אינטער דעם ירושלים של זהב.

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:26 pm
דורך יאיר
אגב, אזא סארט תכשיט ווערט אויך דערמאנט אין די משנה אין שבת צו א פרוי מעג ארויסגיין מיט אן עיר של זהב.

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 10:02 pm
דורך בדחן
נוי יארק האט געשריבן:אויב איינער באקומט א תוואה נאכן הערן אזא שרעקליכע מעשה, דארף אן ערענסטע דאקטער, איך האב עס ארויפגעלייגט בערך א שעה נאך די ביטערע מעשה, און איך גלייב אז עס האט פאר קיינעם נישט געגליסט אין יענע מינוטען צו באטראכטען די שיינקייט פון א פרוי וואס ראנגעלט זיך צווישען לעבן און .....,
עס איז מעגליך אז איך בין נישט גערעכט, אבער דאס איז מיין מיינונג.


מיין שאלה איז בעיקר די טריקענע הלכה,

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 10:03 pm
דורך קאווע טרינקער
נישטא קיין טריקענע הלכה.
הכל לפי המקום והזמן.

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 10:06 pm
דורך בדחן
איך מיין אז די הלכה טוישט זיך נישט לפי המקום והזמן

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 10:07 pm
דורך קאווע טרינקער
ברי ושמא, ברי עדיף.

הלכות וואס זענען געבויט אויף טעמים, טוישען זיך.