בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:50 am
דורך היימישער ליטוואק
לעניות דעתי, דארף מען מער פאפולעזירן מאשין מצות. עס איז דא מיט די הכשר פון די עדה החרדית.
די משפחה פון הגאון ר' ישראל יעקב זצ"ל פישער - ראב"ד איז מהדר נאר צו עסן פון די מאשין מצות. און אזוי אויך טויזנטער אנדערע אידן.
האו עבאוט כאטש פאר די קינדער זאל מען געבן מאשין מצות.
איך רעד נישט פון צאנזע חסידים, נאר פון די המון עם.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:09 am
דורך גנדי
לעניות דעתי, אויב די צאנזע אייניקלעך גייען שוין מיט שייטלעך, מעגן מיר שוין עסן מאשין מצות...

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:40 am
דורך שמעקעדיג
האבן דען די מאשין מצות דעם זעלבן געשמאקן טעם ווי די האנט מצות? אדער ווי די חמץ׳דיגע מצות.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:41 am
דורך זר זהב
איך וויל דאס אויך שטארק וויסן, וויאזוי טעיסטן די מאשין מצות?!

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:51 am
דורך גנדי
דוכט זיך מיר אונזערע חמץ'דיגע מצות פון א גאנץ יאר פון גפן און קמח, ווערן געמאכט ביי מאנישעוויץ אלץ כשר'ע מאשין מצות. געהעערט פון א משגיח.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 2:29 pm
דורך smart
שמעקעדיג האט געשריבן:יא, בערך $25 א פונט, דאס מיינט אז א באקסעלע מצות איז $75.
איך קען נישט די חשבונות פון די בעקערייען, אבער אז מען רעכנט אריין אז אויף די מצות ארבעט מען שוין איבער א יאר (אדער לכה"פ קרוב צו א יאר), פון דעם מקום הזריעה, קצירה מיט אלע שוועריגקייטן און הלכות ארום, און דערנאך א גאנץ יאר שמורה, און סטארעזש, זיכער מאכן די טעמפעראטור איז געאייגענט, און די מצה בעקעריי אליין זיכער מאכן אז אלעס איז מסודר ברוחניות ובגשמיות, און די שווערע לעיבאר נאך אויך, און נאך אסאך אנדערע קלייניגקייטן וואס כ'האב אויסגעלאזט, קען מען דערהערן פארוואס עס קאסט אזויפיל.
אמת אז עס איז דא אסאך אינוואלווד במשך די יאר אבער אז די פרייז זאל זיך פאדריטלען אין די לעצטע פאר יאר מיין איך איז סתם גענומען עדווענטשיש פונעם ציבור

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 3:11 pm
דורך שמעקעדיג
גנדי האט געשריבן:דוכט זיך מיר אונזערע חמץ'דיגע מצות פון א גאנץ יאר פון גפן און קמח, ווערן געמאכט ביי מאנישעוויץ אלץ כשר'ע מאשין מצות. געהעערט פון א משגיח.

שטייט דאך אויפן באקס אז עס איז חמץ, און נישט כשר לפסח!
(אפשר ווייל עס איז זאלציג?..)

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:17 pm
דורך למדן
שמעקעדיג האט געשריבן:האבן דען די מאשין מצות דעם זעלבן געשמאקן טעם ווי די האנט מצות? אדער ווי די חמץ׳דיגע מצות.

די געשמאק איז טאקע אזויפיהל ווערט? מאך א שנעלע חשבון וויפיל עס איז די דיפערענס בי איינער וואס נעמט 30 פונט מצות, איך מיין אז עס איז $4-500 און פאר די וואס צאהלן האלב פרייז $2-250

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:19 pm
דורך זר זהב
אויב די טעיסט איז חמצ'דיג געשטימט לוינט זיך עס נישט. ס'ווערט 500 דאלער נישט צו האבן א צושטערטן יו"ט

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:23 pm
דורך זר זהב
פסח צייט קויפט מען מער דעם עפל סיידר געטראנק. ווילעך מעורר זיין אז די פרייז איז גאר שטארק ארויף, העכער 4 אדער קרוב צו 5 דאלער א באטעל. א יאר צוריק האט עס נאך געקאסט אזוי ווי ארענדז דזשוס.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:29 pm
דורך גנדי
שמעקעדיג האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:דוכט זיך מיר אונזערע חמץ'דיגע מצות פון א גאנץ יאר פון גפן און קמח, ווערן געמאכט ביי מאנישעוויץ אלץ כשר'ע מאשין מצות. געהעערט פון א משגיח.

שטייט דאך אויפן באקס אז עס איז חמץ, און נישט כשר לפסח!
(אפשר ווייל עס איז זאלציג?..)


לשיטת הדברי חיים?

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:37 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:פסח צייט קויפט מען מער דעם עפל סיידר געטראנק. ווילעך מעורר זיין אז די פרייז איז גאר שטארק ארויף, העכער 4 אדער קרוב צו 5 דאלער א באטעל. א יאר צוריק האט עס נאך געקאסט אזוי ווי ארענדז דזשוס.

זר עס ליגט מיך און קאפ אז דו האסט שוין געמאכט א אשכול דערוועגען, אפשר ברעינגסט עס ארויף?

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:37 pm
דורך זר זהב
אפשר א תגובה, נישט א אשכול

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 9:42 am
דורך [NAMELESS]
איך האב געזעהן א עדווערטייזמענט פון גאלבערגער'ס גראסערי אין בארא פארק זיי פארקויפן אמעריקאנע האנט מצות פאר 15 דאלער א פונט, און אימפארטירטע האנט מצות פאר 12 דאלער א פונט

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 12:37 pm
דורך למדן
און וואס טוט זיך מיט די ער"פ פאר 10 דולר א מצה?
דאס איז יא אויסגעהאלטן? איז דאס ווערד פאר די מצוה?
דאס איז שוין חוץ וואס מ' קען זיך באשטעלן פאלשע ציין צוזאמען מיט די מצות
krm האב איך געזען $9.99 ענד אפ, אידאס האנט מצות?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:02 pm
דורך שמעקעדיג
למדן האט געשריבן:דאס איז שוין חוץ וואס מ' קען זיך באשטעלן פאלשע ציין צוזאמען מיט די מצות


:lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:15 pm
דורך למדן
יעצט געזען אז דו דערמאנסט טאקע שוין דאס ענין אין אינטערנעט אשכול, נישט געוואוסט אז איינער ברענגט דאס שוין ערגעץ (טאקע נישט בייגעפאלן צו קוקן אין פלאץ ווי עס קומט)

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 10:48 pm
דורך אויס מענטש
איךהאלט מיט די פיינענשיל חלק אין א פריוואטע מצה בעקעריי עס קומט אויס צווישן 16-17 א פונט מצה קאסט פרייז די איבריגע איז ריוח, און קען זיין אז דארט ווי מען באקט גאר אסאך ווי אקהלישע מצה בעקעריי, איז מער ריוח, אזוי איז מסתבר
די אלע וואס ווילן עסן מאשין מצה געזונטערהייט, א שאד יעדן דאלער וואס זיי צאלן פאר האנד מצה, עס איז א מיכלא דהימנותא אין דאכט זיך מיר אז די חברה גלייבן שוין נישט, סאו וואט די העק, צו צאלן טייער אבי געזונט

פאפא צעהלים בעט ביליגער ווי אלע אנדערע היימישע מצה בעקערייען אבי געהאקט אז זייזענען טייער סיי קרית יואל און סיי בראדווי זענען א פאר דאללער טייערער.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:15 pm
דורך אבי גערעדט
ס'איז וויכטיג צו באטאנען, אז נישט צופיל מענטשן באצאלן דעם מאקסימום פרייז ביי די קהילה בעקערייען, אלע כלי קודש באקומען דיסקאונטס, גרעסער משפחות באקומען דיסקאונטס, אסאך ביזנעסער אין ארגאנאזאציעס מאכן דיעלס מיטן בעקעריי אין טיילן קיופאנס פאר די ארבעטער, די וועד קמחה דפסחא צאלט א שיבוש וכו.

קומט אויס אז נישט צו א גרויסער פראצענט באצאלט דעם פולן פרייז, א זאך וואס דארף ווערן גענומען אין באטראכט

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:21 pm
דורך איחוד פעלד
אז מען וויל מאכען א שנעלע חשבון וויפיל בערך עס קאסט א פונט מצה, קען מען טוהן אזוי.

אויב אן בעקעריי גיט ארויס 15 מיירעס א אכצען מינוט.

איז עס בערך דרייסיג פונט X דריי X אכט שעה א טאג, איז עס 720 פונט מצה א טאג.

יעצט די הוצאות.

בערך 25 וועלגערערס. אכט דאלאר א שעה. $1600

דער טיילער פירערס רייניגערס פאקערס, בערך נאך א מנין מענטשען. מענער, געוועהנליך, צען דולר א שעה. $800

דער קנעטער, דער שיבער. דרייסיג דאלאר א שעה. $240 מאל צוויי, $480

יעצט די כלים.

די סענד פעיפער, און וועלגער העלצער, און דרענגלעך און פאפיר פאר די טישען און רעדלעך. איך האב נישט קיין אהנונג וויפיל די זאכען קאסטען, אבער לאמיר אויף מאכען א נאמבער 150 א טאג.

נאך 720 דולר פאר די מעהל.

די עלעקטריק. די האלץ. און די קוילען. בין איך משער א ערך פין הונדרעט א טאג.

בואו חשבון.

1600
800
480
150
720
100
________
3850/720
6 דולר א פונט מצה.

מען קען צורעכענען נאך הוצאות ווי דער פלאץ, און די באקסעס פין די מצות. טעלעפאן וכו'.

לאמיר זאגען אז מיר האבען זיך פאררעכענט און עס 12 דאלאר א פונט. אבער נישט זעכצען דולר.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:24 pm
דורך זר זהב
האסט בכלל נישט אריינגערעכענט דאס שניידן דאס ווייץ, עס סטארעדזשען, טראקס, טרעילערס, דעליווערן, משגיחים, אא"וו.

פאר מער ליינט דא

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7288&hilit

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:45 pm
דורך איחוד פעלד
איך מיין אז א זאק מעל קאסט לערך הונדרעט דאלאר, צו מען שנייד אליין צו נישט.

טאמער עפעס איז עס ביליגער ווען מען שנייד אליין.

כ'אב גערעכענט א דולר א פונט מעל. עס קען זיין איך בין מיך טועה, אבער עס איז נישט ווייט פין דעם.

דאס וואס ער שרייבט דארט אז יעדעס מאל מען ראלט דער פעיפער ביי די אכצען מינוט קאסט צוואנציג דולר, איז סתם אויסגעזויגען פין פינגער (מן הסתם שרייבט יענער אסאך גוזמאות וכלשונו "ואכמ"ל וד"ל"). א ראל ראזין פאפיר וואס איז טייערער פין דער ביליגער פאפיר פאר די מצות קאסט צו מערסטענס צוואנציג דאלאר, און א ראל איז גענוג אויף א גאנצען טאג.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:56 pm
דורך איחוד פעלד
http://www.amazon.com/Pacon-5850-Kraft- ... roll+paper

דאס איז צוויי הונדרעט פיס, און דער טיש וואס מען וועלגערט איז לערך דרייסיג פיס? איז עס גענוג פאר 3 אכצען מינוט פאר א דאבל טיש. איז דער פאפיר אליין 160 א טאג.