בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 3:03 am
דורך [NAMELESS]
ממי_שאמרו האט געשריבן:וועלכע? עס איז דא צוויי?

דאס ווייס איך שוין נישט.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 3:29 am
דורך מיין מיינונג
דער סטריקובער רבי הרב בראנדער, נכד ר' שלום ראש ישיבת בעלזא.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:45 am
דורך וחלופיהן

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:47 am
דורך שרייבער
דא זע איך אז רז"ל האט אים באזוכט לעצטענס, קוקט אויס ער האט נישט אזויפיל מצער געווען דעם ברך משה ווי דער בעלזער

http://www.jdn.co.il/news/198223

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:01 am
דורך sunbar
מיין מיינונג האט געשריבן:דער סטריקובער רבי הרב בראנדער, נכד ר' שלום ראש ישיבת בעלזא.


צ'ל בן...

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:35 am
דורך גאלד
הדד בן בדד האט געשריבן:הוא היה אומר, וואס מיינט א סקווירא חסיד? א חסיד פון [הרב] דוד טווערסקי. וואס מיינט א וויזניצער חסיד? א חסיד פון [הרב] משה יושע האגער. וואס מיינט א אהרוני? דאס האט גארנישט מיט [הרב] אהרן, דאס איז א געוויסער מהות א געוויסער טיפ מענטש. וואס ווידער מיינט א זאלוני? אזאנס איז גאר נישט פארהאן, דאס איז א גענצליכער פראדוקט פון דעם עולם השקר, ווייל א זאלוני מיינט גאר א שונא פאר [ר'] אהרן...

ודפח"ח


אלעס קען זיין, אבער ס'נישט מסתבר אז ער איז געווען אויסגעקאכט מיט די לעצטיגע פאליטיק,

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:42 am
דורך אויס מענטש
בד"ה
זיין שייכות מיט דעם סטריקובער רבי, איז געווען ווייל זיי זענען ביידע געווען תלמידים פון ישיבת חכמי לובלין,
עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן וועגן אים, ליהנות בהן בני אדם, לאמיר האפן זיינע אייניקלעך וועלן ארויס געבן א ביישרייבונג אויף אים, און עס שרייבן על פי דרכו.

דער וואוידיסלאבער רב ז"ל איז געווען זיין ידיד און אליינס א תלמיד פון יח"ל, דער וואוידיסלאבער רב איז אבער געווען א שטארקער אנהענגער פון סדר, הנהגה, און אויפטון, און דער צייט וואס רב דאמב איז געווען אויף די אנדערע זייט צוים, ווען זיי פלעגן זיך טרעפן איז געווען אסאך וואס צו הערן, א ריכטיגער שיחות חולין של ת"ח מיט א טעם פון פוילישע זקינים,
איין אנקעדאט וואס ליגט מיר אין זכרון:
ווען דער וואוידיסלאבער רב איז געווען אויפן וועג קיין אר"י האט ער אפגעשטאט א באזוך אין לונדון ביי הרב דאמב, בתוך הדברים האט אים רב דאמב געזאגט, "אמאל איז חסידות געוון א לוקסוס, אבער היינט איז עס לעבנ'ס וויכטיג, מען דארף צו לערנען חסידישע ספרים, עס קומען ארויס די אלע צייטונגען מלא כפירה ומינות, ווי דער איד, און אלע ציוניסטשיע צייטונגען אנגעפיקעוועט מיט אלעם בייזען און אפי' דער המודיע, איז מלא כפירה, ובכן דארף מען לערנען חסידישע ספרים כתריס לפני הפורעניות"
נאכן פארענדיגן דעם שמועס, ביים ארויסגיין זאגט הרב דאמב פארן וואידיסלאבער, "איר פארט אויפן פליגער, געב איך אייך מיט אן החומה ווי איך האב יעצט געשריבן א מאמר, איר קענט עס קוקן אויפן וועג,.
רופט זיך אן דער וואוידיסלאבער רב, איז זייט אזוי גוט, און גיט מיר אויך מיט א מאור ושמש'ל,...

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:47 am
דורך [NAMELESS]
אויס מענטש האט געשריבן:בד"ה
זיין שייכות מיט דעם סטריקובער רבי, איז געווען ווייל זיי זענען ביידע געווען תלמידים פון ישיבת חכמי לובלין,
עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן וועגן אים, ליהנות בהן בני אדם, לאמיר האפן זיינע אייניקלעך וועלן ארויס געבן א ביישרייבונג אויף אים, און עס שרייבן על פי דרכו.

די אייניקלעך זענען אזוי עקסטרעם ווי אים , אבער האבן נישט זיין אייגענארטיקייט. זיי זענען מער ווייניגער בני יואל/זאליס. ממילא אויב זיי געבען ארויס א באשרייבונג קען מען זיך פארשטעלען אז עס וועט נישט זיין געשריבען אויף זיין דרך

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:49 am
דורך ר' שמחה
אויס מענטש האט געשריבן:בד"ה
זיין שייכות מיט דעם סטריקובער רבי, איז געווען ווייל זיי זענען ביידע געווען תלמידים פון ישיבת חכמי לובלין,
עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן וועגן אים, ליהנות בהן בני אדם, לאמיר האפן זיינע אייניקלעך וועלן ארויס געבן א ביישרייבונג אויף אים, און עס שרייבן על פי דרכו.

דער וואוידיסלאבער רב ז"ל איז געווען זיין ידיד און אליינס א תלמיד פון יח"ל, דער וואוידיסלאבער רב איז אבער געווען א שטארקער אנהענגער פון סדר, הנהגה, און אויפטון, און דער צייט וואס רב דאמב איז געווען אויף די אנדערע זייט צוים, ווען זיי פלעגן זיך טרעפן איז געווען אסאך וואס צו הערן, א ריכטיגער שיחות חולין של ת"ח מיט א טעם פון פוילישע זקינים,
איין אנקעדאט וואס ליגט מיר אין זכרון:
ווען דער וואוידיסלאבער רב איז געווען אויפן וועג קיין אר"י האט ער אפגעשטאט א באזוך אין לונדון ביי הרב דאמב, בתוך הדברים האט אים רב דאמב געזאגט, "אמאל איז חסידות געוון א לוקסוס, אבער היינט איז עס לעבנ'ס וויכטיג, מען דארף צו לערנען חסידישע ספרים, עס קומען ארויס די אלע צייטונגען מלא כפירה ומינות, ווי דער איד, און אלע ציוניסטשיע צייטונגען אנגעפיקעוועט מיט אלעם בייזען און אפי' דער המודיע, איז מלא כפירה, ובכן דארף מען לערנען חסידישע ספרים כתריס לפני הפורעניות"
נאכן פארענדיגן דעם שמועס, ביים ארויסגיין זאגט הרב דאמב פארן וואידיסלאבער, "איר פארט אויפן פליגער, געב איך אייך מיט אן החומה ווי איך האב יעצט געשריבן א מאמר, איר קענט עס קוקן אויפן וועג,.
רופט זיך אן דער וואוידיסלאבער רב, איז זייט אזוי גוט, און גיט מיר אויך מיט א מאור ושמש'ל,...

איר זענט נישט דער ערשטער וואס האט דעם טעות.

דער וואוידיסלאווער רב איז קיין תלמיד פון יח"ל (אדער פון ר' מאיר שפירא) נישט געווען.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:52 am
דורך אויס מענטש
פון וואנעט נעמט איר אייער אינפארמציע

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:53 am
דורך ר' שמחה
פון זיינע קינדער, זעהט אויך זיינע תולדות בספרו ירבה תורה.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:59 am
דורך [NAMELESS]
דער וואוידיסלאווער רב האט געוואוינט אין לאנדאן א שטיק צייט דאכצעך, און קיין ציפיל היימישע אידן /תלמידי חכמים איז דאן נישט געווען, איז פארשטענדליך די ידידות מיט הרב דאמב.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:09 pm
דורך גאלד
געהערט שוין א שטיק צייט צוריק
רב דאמב האט געהאט געשריבן זייער געמיין אויפן גערער רבין דער בית ישראל,
האט זיך געמאכט אז זיי האבן זיך געטראפן פנים אל פנים,
האט איהם דער גערער רבי פארגעהאלטן היתכן איר שרייבט אזוי אויף מיר,
ענטפערט רב דאמב "וואס הייסט? איר ווייסט גאר נישט אז איך בין א קנאי?"
אל אתר ענטפערט דער גערער רבי "א קנאי בין איך איר זענט א משוגענער!"
ודפח"ח

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:20 pm
דורך sunbar
א משוגענע איז ווייניג געזאגט. ווען משה ארי' פרידמאן וועט שטארבן ביי די 98 וועט מען שרייבן גרויס וועגן עם?? פארוואס שרייבט מען וועגן דער דומב??

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:28 pm
דורך היסטאריקער
מיין מיינונג האט געשריבן:מ'זאגט אויך אז ער האט מעריץ געווען דעם אלטן סטריקובער רבי'ן. ווייסט איינער פשט פון דעם קשר צווישן די צוויי?


ער פלעגט קומען קיין אר״י אויף שבת, בצילו פון סטריקעווער רבי׳ן מראשי אגודת ישראל

מוצ״ש האט ער געהאלטן א דרשה ביי די נטו״ק ווי ער האט פוער פיו געווען קען די עדה״ח און די דעמאלסדיגע ראשים, בעל מנחת יצחק זצ״ל, הרמ״א פריינד זצ״ל, ( כידוע האט קיינער נישט געטרויט צו טשעפען מיט רמ״א זצ״ל, אפילו די בעלזע חסידים, רב דאמב איז געווען א יחיד מיט אזא חוצפה) און נאך, פאר יעדען האט ער געהאט א באזינדערע כינו של גנאי שאין להעלותן על הכתב,

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:31 pm
דורך shem-tov
אפשר אז פריעדמאן וועט אזויפיל טאן צו פארשפרייטן שיטת הקנאים און דעת רבינו הק' ווי הרב דאמב ז"ל און נאך זאגן גיטע וויצן אויך, וועט מען אים אויך פארגעבן. מי יודע. דער איז געווען א דורכגעווייקטער חסידישער איד ת"ח עצום און א גרויסער חסיד פונעם רבי'ן

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:35 pm
דורך shem-tov
סא זאגסט ער איז גאר געווען אן אגודיסט. וואס. קיינער מיז נישט האלטן פון זיין שיטה ושיטת רבו אבער א שיטה האט ער געהאט און אויף דעם האט ער געלעבט

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:39 pm
דורך בעל הבית
מיין מיינונג האט געשריבן:דער סטריקובער רבי הרב בראנדער, נכד ר' שלום ראש ישיבת בעלזא.



תוקן טעות האדמו"ר מסטריקיב בן של ר' שלום בראנדר מלפנים ראש ישיבת בעלזא

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:47 pm
דורך בעל הבית
sunbar האט געשריבן:א משוגענע איז ווייניג געזאגט. ווען משה ארי' פרידמאן וועט שטארבן ביי די 98 וועט מען שרייבן גרויס וועגן עם?? פארוואס שרייבט מען וועגן דער דומב??


פין דיין נערישע תגובה איז משמע אז די ווייסט ניטאמאל פין וועם מען רעדט

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:52 pm
דורך sunbar
איך ווייס גאר גוט, און דא בלייב איך שטיין. ער איז שוין נישט בין החיים.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:56 pm
דורך בעל הבית
האסטו עם בכלל אמאל געזען אדער געהערט געשמעקט ?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:12 pm
דורך מאראנצןזאפט
רבותי שעמט אייך נישט, ס'איז דא א העכסט אינטערעסאנטער אינטערוויו אויף קול מבשר וועגן יח"ל (נאר דער חכם עתיק דארט לאזט אים נישט געהעריג קומען צום ווארט). דער איד דארט איז 96 יאר. טענה'ט אז הרב דאמב האט כמעט אונטערגעברענגט די ישיבה, און נאך. הערטס און האטס הנאה.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:24 pm
דורך לעמאן דזשוס
מאראנצןזאפט האט געשריבן:רבותי שעמט אייך נישט, ס'איז דא א העכסט אינטערעסאנטער אינטערוויו אויף קול מבשר וועגן יח"ל (נאר דער חכם עתיק דארט לאזט אים נישט געהעריג קומען צום ווארט). דער איד דארט איז 96 יאר. טענה'ט אז הרב דאמב האט כמעט אונטערגעברענגט די ישיבה, און נאך. הערטס און האטס הנאה.


מאראנצןזאפט, אקוראט ווי דו שרייבסט,

איך וואלט אפילו געכאפט א פליגער און אראפגעפארן צו דעם חיים מאיר שפירא קיין פלארידא אויף א אינטערוויו, דער האט סחורה. מאראנצן, קומסט? ווער נאך קומט מיט?!