בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:46 pm
דורך ידען
איך שעמעך אז כאב נאך א בלעקבערי אבער סע מיך נישט איינגעפאלען מיך צו שעמען אז סע א סמארטפאן...

איך דריי מיך און דאווען אין סאטמאר.

איך ווייס נישט אויף זעכער אויב מע קען מער טוהן עבירות אויף א אנדערע מין סעלפאן אבער אויף bbm אפי' מיט א פילטער קען מען טוהן אלע גראבע עבירות.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:29 am
דורך קדאטשקע
@REAL JEW,
לדעתי איז דא נישט דער פלאץ אראפצוברענגען וועגן וויאזוי אויסצושפילען דעם K9 וועב פראטעקשען,
איך גלויב חברה וואס זיכען וויאזוי פטור צו ווערן פירן אליינס דורך א חיפוש,

איך ווייס נישט דיין אידישקייט סטאטוס,
יעדער האט רעכט צו שרייבן דא,
אבער לענ"ד איז עס חוצפה אראפצוברענגען דעטאלירט אויף א היימישן בלאג

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 7:48 pm
דורך דולה ומשקה
א יאר שפעטער אין קאווע שטיבל איז געווארען גרעסער אין שענער
מער אריינשרייבערס אין סאך מער אקטיווער ניקס
די מספר פון אשכולות און הודעות ארויף פיל פאכיג

האט "כינוס כלל ישראל" געהאט א נעגעטיוו אויסבראך?
אויב כינוס כלל ישראל האט צאם געברענגט פערציג טויזענט מאחינו בני ישראל, מ'האט געמיינט אז יענער נאכט וועט אראפקומען ישועתן של ישראל, אין דער טריפה אינטערנעט וועט נעלם ווערן פון כלל ישראל, פארוואס דארף מען נאך אלס רעדן כאילו מ'הייבט נאכאמאהל פון אל"ף.
איז הרב שיף פון אנטווערפון אין הרב פאדווא פון לאנדאן דער ראחמיסטרווקא פון ירושלים פרעזענטליכע איינטייל נעמען אין דעם 'כינוס' נישט געהאט א אוטומאטישע השפעה אז מיר אלע זאלן נישט זיין קיין "קאווע טרינקערס"?
פארוואס האט דער סקולען רבי'ס קינדער נאכאמאהל גערופן א אסיפה אין שטוב פון זייער פאטער הויז נעכטן נאכט? האבן מיר אלע דען נישט געהערט זיין פייערדיגע דרשה ביים כינוס אז מ'טאר נישט זיין קיין בהמות וואס קוקען צו דער ערד?

כינוס כלל ישראל - האבן די רבנים געהאט א גוטע געלעגנהייט אין האבען דאס געפערליך פארפאטשקיט מיט נערישקייטן?

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:33 pm
דורך בן מלך
כפי הנראה איז אינטערנעט פון די זאכן וואס ברויכן שטענדיג חיזוק, קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז די כינוס איז א פולקאמע ישועה, אלזא וואס יא? ווייסט איין באשעפער...

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:27 pm
דורך הקטן
בן מלך האט געשריבן:כפי הנראה איז אינטערנעט פון די זאכן וואס ברויכן שטענדיג חיזוק, קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז די כינוס איז א פולקאמע ישועה, אלזא וואס יא? ווייסט איין באשעפער...


לערנען מיט די קינדער (אין מיט אינז) אמתע יראת ה' אין אהבת ה' א טעם אין א מוצה האנטלויפען פין אן עברה. דאס איז די איינציגסטע וועג צי פראטעקטען אינזער קינדער פין 10G. קיין שים תקנה אדער אינטערשריפט קען נישט נעמען דעם פלאץ, ביזדערווייל איז מען פארנימען מיט ליפטיגע זאכן.



אויב שמירת עניים איז מיר וויכטיג וועל איך אליין אויספיגערן אז איך דארף א פילטער וכו'.
פארען עווריטש אינגערמאן ווען דער רב זאגט אז אינטערנעט איז טרייף רעדט ער בכלל נישט זיין שפראך פין דא אין ווייטער קען ער שוין טיישען אין פסק ווי אזוי ער וויל

וואס וועל איך דארפן טון ווען מיין פרידש אין suv אין קאווע מעשין וועלן אלע זיין online ?
ס'וועט שוין נישט נעמען לאנג ביז א יעדע obgyn וועט זיין mandated ציצישטעלן א ip address פאר א יעדע אינפענט

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 12:51 pm
דורך דולה ומשקה
נאך דער אסיפה אין סקולען רבי'ס הויז, איז מען ארויס בהחלטה אחת, אז די רבנים זאלן האלטן דרשות מחומר הענין של נגע האינטערנעט.
ב"ה לא אלמן ישראל...

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 3:59 pm
דורך gehlungen
דולה ומשקה האט געשריבן:נאך דער אסיפה אין סקולען רבי'ס הויז, איז מען ארויס בהחלטה אחת, אז די רבנים זאלן האלטן דרשות מחומר הענין של נגע האינטערנעט.
ב"ה לא אלמן ישראל...

A new asifeh on erev R'choidesh siven on the 18th ave. Park Again with ALL the rabonim !!

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 4:00 pm
דורך בעל הבית
פארשטייציך חוץ מהרב"צ מבאבוב 48

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 4:03 pm
דורך gehlungen
בעל הבית האט געשריבן:פארשטייציך חוץ מהרב"צ מבאבוב 48

Most probably this time R' ARON will be there !

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 6:22 pm
דורך קרעקער
עס איז דעך נישטא אזויפיל סווינגס און גליטשערס פאר אזא עולם?

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:20 pm
דורך דולה ומשקה
לכאורה יעדער שטאט וועט האבן איהר אייגן אסיפה כללית, מיטן באטייליגן פון יעדער שטאט מיט אירה רבנים, דהיינו בארא פארק מיט אלע בארא פארקער רבנים וכו', די אלע אסיפות זאלן פארקומען אין די זעלבע נאכט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:29 am
דורך מח-החושב
וואס קען מען נאך זאגן ביי פרישע אסיפות וואס מ'האט נאכנישט געזאגט פאראיאר?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:02 am
דורך געפילטע פיש
ווינדאוס 8 איז דאך ארויסגעקומען אין די יאר ר"ל, און מ'קען עס דאך נישט פילטערן, ממילא גייט מען פראבירן בכך הרבים צו בעטן פון די קאמפאניס וואס מאכן די סאנסא קליפ אז מ'זאל עס נישט קענען קאננעקטען צו קיין סקרינס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:04 am
דורך יואליש
עפעס רעדן זיי ביי די לעצטיגע אסיפה פון א היימישע קאמפעני פאר אלע טעכנעלאגישע מכשירים, אזא חסידישע סטיוו זשאבס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:17 pm
דורך דולה ומשקה
א יאר שפעטער - אין די גרויסע מוחות פון היינטיגען דור, וואס אונזער דור יתום האט זוכה געוועהן זיי צו האבן אלס דור דור ומנהיגיו, האבן זיין בפה אחת מחליט געוועהן אז... ממשיכים, יאפס, נאך א אסיפה...

לא אלמן ישראל, ס'דא וואס זארגען זיך פאר אונז
אדער בעסער געזאגט נישט פאר אונז נאר פאר אונזער קינדערס עתיד...

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:39 pm
דורך נייגעריגער
אט האסטו וואס מ'גייט אויפטוהן! דאס איז דאך דער פראבלעם פונעם דור! :D :D :D :דיסלייק: :דיסלייק:
IMG-20130502-WA045.jpg
IMG-20130502-WA045.jpg (43.9 KiB) געזען געווארן 11347 מאל

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:51 pm
דורך שמעקעדיג
נייגעריגער, דאס בילד ערשיינט נישט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:53 pm
דורך געפילטע פיש
ביטע סקען אריין די גאנצע ארטיקל, אדער זאג וועלכע צייטונג, וועלכע פעידזש. א דאנק.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:58 pm
דורך נייגעריגער
ס'איז א קאפי-פעיסט, איינער האט געטענהט אז די פאנט איז פון דער בלאט!

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 7:36 am
דורך אשכולות אויפוועקער
צוויי יאר שפעטער

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 7:32 pm
דורך דולה ומשקה
פיר יאר שפעטער
...און ווי אנדערש (...בעסער) זענען מיר געווארען זייט דעמאלטס?
זענען לפי ערך ווייניגער צוגעקומען צו קאווע שטיבל נאך דער גרויסע כינוס ווי איידער דער כינוס?

אדער איז דער כינוס געווארען בבחינת: כאילו לא היה

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 10:05 am
דורך דולה ומשקה
מ'האלט שוין פינעף יאר שפעטער, און מיר זעהן שוין איינמאל די גוטע האראוואניע פון טייערע עסקנים. עס בלייבט נאר איבער א גרויסע דאנק פאר די חשוב'ער רבנים און זייערע אמת'ע, געטרייע און איבערגעגעבענע שלוחים.

Re: כינוס כלל ישראל - א יאר שפעטער

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2018 11:36 am
דורך אונטער חכם
איך זעה אז אויף הייד פארק זענען אלע פארומען אויף אידיש איינגעשלאפן בערך אין די יאר נאכן כינוס, כאטש קאווע שטיבל האט זיך אויך בערך דעמאלס געעפנט און עס זעהט אויס ווי אנפאנג איז עס טאקע געווען א שטיקל ריפלעיסמענט, בעיקר די צימעס אפטיילונג, און עס האבן זיך דא אריינגעמופט הייד פארק סטייל שמועסן, האט זיך עס אבער גאנץ שנעל אויפגעהערט און פון אביסל שפעטער זענען שוין כמעט נישט דא דא קיין ניקס וואס עס גייט נאך אהן אזעלכע זאכן ווי צום ביישפיל ווער עס האט דעם אמתן דרך פון רבין ז"ל וכדומה וואס די אלע זאכן זענען געווען בעיקר די שמועסן אויף היידפארק.

וואס איך נעם פון דעם ארויס איז אז כאטש דער כינוס האט טאקע נישט אויפגעטוהן פאר מענטשן וואס לאכן פון די רבנים און פונעם סיסטעם, האט עס דאך אויפגעטוהן אז עס איז שוין כמעט נישט דא די טובלים ושרץ בידם וואס פון איין זייט זאלן זיי זיין ביזי אויף די געפערליכע עוולות וואס דער אדער יענער טוהט און פון די אנדערע זייט זאלן זיי האבן אפענע אינטערנעט און זיך דרייען אין אלע מקומות קעגן וואס זיי אליינס האקן.