בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:32 am
דורך וואלפה
איך האב אמאל געהערט דערציילען אז איינע פון די צדיקים האבען אוועק גלייגט שניי אין א זויבערע כלי כדאי אז די וואסער פון פסח זאל נישט זיין אפילו משהו מן המשהו אויף 1% חשש חמץ.
פסח האט ער באמערקט ווי ברעקלעך שווימען ארום, ווען ער האט זיך אומגעקוקט האט ער געזעהן א חלה אינערווענדיג...
ער האט געהאט שטארקע חלישת הדעת איז ער געגאנגען צי איינע פון די גדולים, האט איהם די גדול געזאגט: אינז דארפען מאכען די מערסטע השתדלת אז עס זאל נישט צוקומען במשהו, אבער די האסט געמאכט מער פון השתדלת, האט דיך דער בש"פ געווילט ווייזען אז אלעס קען ער מאכען...
איך ווייס נישט ווי קראנט עס איז, צי דערציילען פאר די ווייבער איז עס פונקט גוט.
אויך לענינו קען זיין אז ר' נחמן האט דאס געמיינט....
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 12:04 pm
דורך ידען
ידען האט געשריבן:סקווער האט געטראפען נאך א חומרא אז די שטריק וואס מע בינט ארום די מצות מאכט מען ביי א קאמפאני וואס מאכט אויך שטריק וואס מע מישט אריין מעל אין עס אדער מע שמירט עס מיט א זאך וואס האט מעל אין דעם.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 12:10 pm
דורך ברסלבער
אויף קול מבשר האב איך געהערט אן אינטערוויא פון איינעם פון סקווער וועגן דעם ענין פון די שטריק, אויף 114.
און מען מוז זיי דערמאנען לשבח, אז אנשטאט צו מאכן א גאנצע מצב דערפון און ארויס קומען מיט איסורים וחרמות וקונמות אז מען טאר נישט ניצן די מצות, האבן זיי עס מפרסם געווען אויף זייער א שיינע נארמאלע וועג, אז מען זאל וויסן דערפון, און יעדער זאל טוהן ווי אזוי ער פארשטייט.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 12:13 pm
דורך וואלפה
ידען האט געשריבן:סקווער האט געטראפען נאך א חומרא אז די שטריק וואס מע בינט ארום די מצות מאכט מען ביי א קאמפאני וואס מאכט אויך שטריק וואס מע מישט אריין מעל אין עס אדער מע שמירט עס מיט א זאך וואס האט מעל אין דעם.
אין סקווירא רופט מען עס א "כפייייידה''
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 7:47 pm
דורך חשבון
די חומרות וואקסן ב"ה אויף הייווען מ'האלט שוין ביי בענדלעך מיט הכשר עסצייג מיט הכשר לעפלעך גופלעך מיט הכשר און אפילו פלאסטישע קאנטענערס האבן שוין ב'ה א הכשר. כלל ישראל וואקסט אויף מיט הארבערע חומרות וואס מיר האבן קיינמאל נישט געזען ס'איז צום גלייבן אז אין די נעקסטע דעקעיט וועט שוין נישט זיין צו באקומען אן די הכשר און נאר אזאנע באמישע אידן וועלן עסן פון עסצייג אן די עדה לאגא דעראויף.
לאן הגענו וועלן אלע שרייען אבער דאס איז וויאזוי מיר זען אויס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:19 pm
דורך נולד מאוחר
ווייסט איינער ווי כ'קען קריגן פרעש פאפקארן. איך בין אין די מאד.
מיין טאטע האט זיך מתיר נדר געווען פון שמאלץ , איך פון קיטניות.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:40 pm
דורך שמעקעדיג
נולד.... הערסט אויף?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 11:10 pm
דורך פערינא
אז די וועסט מאכן היימישע פאפקארן אין שמאלץאויל, און זיך נישט מישען, וועסטו ווייזען דיין קאנשאס אז די ביזט נישט סתם א הפקר יונג
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 11:14 pm
דורך שמעקעדיג
פערינא דיין ניק איז אויך געקאכט אין שמאלץ?
א חומרא נאך פסח
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 7:02 pm
דורך וואלפה
פון ווי שטאמט די "חומרא" נישט צי עסן חמץ ביז היינט חצות?
קען זיין אז די מאגן ברענט נאך ביז דעמילטס...
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:22 pm
דורך ברסלבער
זמני פסח משמשין ובאין. מען דארף שוין ארויפציען די שטרענגע פנימ'ער און אנהויבן שרייען אויף די קינדער וואס גייען אריין אין די שוין-פסח-געמאכטע עריעס.
צדיקים האבן געזאגט אז פון די אלע כעס/שרייען/רציחה/קולות וואס מען געבט ארויס אויף די קינדער אין די ערב פסח טעג, ווערן באשאפן די שווארצע מלאכים וואס זענען מרומז אין קשר"ק. ק'רייען, ש'רייען, ר'עגן, ק'וויטשענען...
רבותי, טעק איט איזי. מען קען די זעלבע זאכן טוהן רוהיגערהייט.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 3:08 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ברסלבער האט געשריבן:רבותי, טעק איט איזי. מען קען די זעלבע זאכן טוהן רוהיגערהייט.
מ'זאגט נאך בשם די צאנזער רב אז ער פלעגט זיך שטארק רעגן אין שרייען בשעתן מצה באקן אז אלץ זאל גיין כשירה.
איין יאר האבן בחורים מחלט געווען אז זיי גיין מסדר זיין אלץ אל צד היותר טוב מיט אלע הידורים אין אלץ זאל שטימען ווי אזייגער. מסדר געווען יעדער זאל זיך גוט רייבן די הענט פארן קנעטען, די וואסער זאל זיין גענוי די שיעור אין אלע אינגערלייט זאלן קנעטען מיט א סדר מיט ארויף געשארטע ערמעל, אקיצור אלץ האט געקלאפט הערליך.
ווען די הייליגע צאנזער רב האט געזעהן וואס גייט פאהר, האט ער געשריגען "עטץ מיינטס אז איך שריי ווייל איך האב נישט וואס צו טוען? עס איז דייקא געווען א ענין זיך צו רעגן, עטץ ווילטס ביי מיר צו נעמען דעם ענין? איך וועל זייך סייווי בייזערען."
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 3:14 pm
דורך יואליש
בין גברא לגברא האב איז סיך אונטערגעהערט א גאנצע שמועס צווישן אינגעלייט בני תורה איבער "די סקווירא שטריק." כ'האב זיי פארשריגן, "נו, וויאזוי רעדט מען? הוי זהיר בגחלתן!" האבן זיי געלאכט פון מיר. "נישט פון דעם שטריק רעדן מיר."
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 3:24 pm
דורך רויטע וואנצעס
די glue פון הגדות און ספרים פלעגן אמאל זיין געמאכט פון מעהל. די פריעדיגע דורות זענען ליידער נכשל געווארן...
די ווארט glue נעמט זיך פון די ווארט gluten ווייל מ'פלעגט עס מאכן פון קלעבעדיגע מעהל מיט אנדערע געווירצן.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 3:34 pm
דורך ברסלבער
געווענליך מענטשן עסן נישט די גלאו פון די הגדות...
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 3:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך שרייב עס סארקאסטיש לדעת די היינטיגע פארדרייטע חומרות.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 3:46 pm
דורך שמעקעדיג
ברסלבער האט געשריבן:געווענליך מענטשן עסן נישט די גלאו פון די הגדות...
און וואס איז מיטן לייגן אויפן טיש אום פסח?
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 3:47 pm
דורך ברסלבער
אויב עס פאלט נישט אריין אין די עסן איז עס נישט קיין פראבלעם. מען מעג עס האבן אינדערהיים, עס איז נישט ראוי לאכילת כלב.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 4:05 pm
דורך פארוואס?
היימישער ליטוואק האט געשריבן:לכאורה איז דאך דאס געווען איינער פון די הויפט חילוקים צווישן חסידים און מתנגדים: חומרות. חסידים האבן געהאלטן אז עס ברענגט צו עצבות און מרה שחורה, ווידעראום ביי מתנגדים איז געווען דער דרך מחמיר צו זיין כידוע מהגר"א זי"ע ותלמידיו ותלמידי תלמידיו.
אינטרעסאנט, אז היינטיגע צייטן, בדור עיקבתא דמשיחא, איז נשתנו הטבעיים. (אין דזשענעראל).
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 5:15 pm
דורך איך אויך
יאיר האט געשריבן:איך גיי ווערן א ברסלב'ער אויף פסח און א בריסקער אויף ראש השנה.
אויב עפעס ווער איך א בריסקער אויף צום גדליה.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 5:27 pm
דורך עפל סיידער
שמעקעדיג האט געשריבן:ברסלבער האט געשריבן:געווענליך מענטשן עסן נישט די גלאו פון די הגדות...
און וואס איז מיטן לייגן אויפן טיש אום פסח?
פאריאר האבען יודען אכטונג געגעבען נישט צו לייגען די בענדליך אויפען טיש, וואס איז היי יאר?