בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:19 pm
דורך היימישער ליטוואק
וואס מער איך לייען, אלס מער מיין איך אז דאס איז באמת א BPD סיטואציע. קען אפשר איינער טרעפן ערגעצוואו אן עצה וויאזוי שלעפט מען אזא איינעם צום דאקטאר?
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 12:36 am
דורך נולד מאוחר
די פראבלעם איז נישט די פיזיקאל שלעפן, סאיז אז יענער זאל זיין גרייט זיך צי היילען?
למשל אז די קענסט ארלעדיגן די סייקייטריסט אדער סייקאלאדזשיסט זאל אראפקומען צי יענעם, וואלט דאס געהאלפן? מסתמא נאך אסאך ערגער די שייכנים קענען זען.
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 12:57 am
דורך יאיר
ליטוואק, איינער פון דעם באטרעפנדנ'ס ארומיגע איז שוין געווען ביי א פראפעסיאנעלער פסיכאלאג און אראפגעלייגט דעם מצב? אויב נישט, מיין איך אז דאס דארף זיין די ערשטע שריט.
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 2:29 am
דורך יואב
יידל האט געשריבן:מען מישט עס אריין אין זיין עסן (אין די ערשטע תקופה). נאך וואס דער מצב וערט בעסער, קען מען אויסזאגן די סוד בתקוה אז דער פאציענט וועט אליינס איינזען די אמת.
איך פארשטיי נישט וויאזוי אזא אקציע ברויך צו ארבייטן,
מ'קען דאך אים נישט אריינשליידערן מעדיצין אן קיין פריסקריפציע,
און קיין פריסקריפציע פארמאגט ער נישט , ווייל ער האלט נישט אז ער ליידט פון עפעס,
מילא גייט ער נישט צום דאקטאר,
אדער מיינסטו אז מ'פיטערט אים מעדיצין אן קיין פריסקריפציע,
און מיטן עסן קומט דער אפעטיט,
זאג מיר נישט אז דאס איז דיין עדווייס,
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 11:30 am
דורך מזלטוב
אין אסאך אזעלכע פעלער העלפט סטראשען. ווי צ.ב. איך גיי דיר איבער לאזן. אדער טאקע פאקן פעק און אוועק גיין ביז ער גייט פאר הילף וכו. אבער אין יעדן פאל איז די וויכטיגסטע זיך אדורך שמועסן מיט פראפעסיאנאלס ווי אזוי דאס צו באהאנדלען
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:56 am
דורך שמעקעדיג
נעם אפאר פילן, לייג זיי אריין אין א נאטורליכן ווייטאמין באטל, און זאג אים אז די סארט 'נאטורליכע וויטאמינען' העלפן אויף... (וואס ער וויל, למשל, קאנצענטראציע, עס מאכט רואיג און רילעקסד, העלפט פארן מאגן, איש איש כפי צרכיו), און פון דארט און ווייטער דארף שוין נאר ווערן גרינגער.
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 2:04 am
דורך חזקיהו המלך
אין איך זאג אז אויסנארן א עדאלט ווייל דו האסט באשלאסן אז ער דארף פילן, און עס אריינמישן אין זיין עסן אדער ווייטאמינען איז א עוון בל יכופר, ער האט זיין לעבן און ער וועט זיך מוזען א עצה געבן,
מען קען יענעם פירען צום וואסער, מען קען אבער נישט טרינקען פאר יענעם, ס'צייט אויסציוואקסן דעם געדאנק אז מען קען פיהרן יענעם'ס לעבן, און בכלל ווער זאגט אז דו ביסט גערעכט, אפשר איז דא נאך א וועג צו אנקוקען די זאך, אפשר ווייסט יענער מער וואס ער רעדט ווי דו מיינסט אז ער ווייסט, יענער האט זיך זיין בחירה און פארטיג, האסט אדווייז פאר יענעם קענסט אים טרייען צו זאגן, אז יענער וויל נישט הערן האסטו געטוהן דיינס און גיי זוך זיך אנדערע מצוות,
און בכלל אזוי ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן איז די פילן גארנישט ווייניגער ווי א סם וואס שעדיגט די מח, און קומט מיט כל מיני שעדליכע סייד עפעקטס, מענטשן האבן ליב צו גלייבן אין א שנעלע פיקס, ווי כאילו מען געבט א פיל און אלעס ווערט גוט, ס'אבער שטותים והבלים, און אסאך מאל מאכט עס שאדן וואס מען קען זייער זייער באוויינען נאכדעם.
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 2:39 pm
דורך שרייבער
מזלטוב האט געשריבן: אבער אין יעדן פאל איז די וויכטיגסטע זיך אדורך שמועסן מיט פראפעסיאנאלס ווי אזוי דאס צו באהאנדלען
דאס דארף מען געדענקן וויכטיג, רעדן מיט א פראפעשענעל, און איך האב פאר אייך א נייעס, א פראפעשענעל וועט בדרך כלל קיינמאל נישט הייסן צווינגען צו געבן, צווינגען דאס טוט בעקפייערן, און איינער וואס איז פראפעשענעל קען מאכן אז יענער זאל ווילן נעמען מרצונו הטוב