בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 2:05 pm
דורך שעפטל
איך וויין

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 2:06 pm
דורך שמעקעדיג
היימישער ליטוואק האט געשריבן:sorry


מודים דרבנן היינו שבחייהו.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 2:34 pm
דורך משה געציל
אוי גאט אין הימעל! פונקט ר' אייזיק'ן האסטו געגליסט?! א איד געלעבט נאר פאר א צווייטען, אייביג א גוט ווארט געהאט פאר יעדען צובראכענעם נפש! וויפיל געלטער דער איד האט צוזאם געשטעלט פאר אנדערע!
זעה אז דער חד גדיא געזאנג בפרט דעם לעצטען בית זאל שוין געזינגען ווערן ווי א געזאנג פונעם עבר!

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 2:50 pm
דורך לעמאן דזשוס
ברוך דיין האמת!

דער מלאך המות טאנצט אויף די געהירן, גארנישט קיין וויץ.

ויהי רצון שיבולע המות לנצח, ומחה השם אלקים דמעה מעל כל פנים, ונאמר אמן.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 2:56 pm
דורך מורינו הרב
עס ווערט געברענגט אז ווען עס ווערט פרייליך אין הימל, איז א זמן פון המתקת הדינים. קוקט אויס אז אין הימל האט מען ארויפגערופן א בדחן, איינער וואס זאל משמח זיין, און פון דארט וועט שוין נמתק ווערן אלע גזירות.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 2:59 pm
דורך לעמאן דזשוס
מורינו הרב האט געשריבן:עס ווערט געברענגט אז ווען עס ווערט פרייליך אין הימל, איז א זמן פון המתקת הדינים. קוקט אויס אז אין הימל האט מען ארויפגערופן א בדחן, איינער וואס זאל משמח זיין, און פון דארט וועט שוין נמתק ווערן אלע גזירות.


אמן.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:07 pm
דורך קאווע טרינקער
יאמטי איז אויך א ברודער?

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:09 pm
דורך לעמאן דזשוס
יא.

און ברוך יודא זז"ג וואס גייט ארום משמח זיין יודן יעדן אינדערפרי אין וויליאמסבורגע שולן, און שלעפט מיט א בייטל פאר ר' מאיר בעל הנס, איז אויך א ברודער.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:26 pm
דורך גאלד
יא, יומטי איז די בעיבי ברודער

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:59 pm
דורך וואלפה
וויפעל יודישע נשמות האט ער לעכטיג געמאכט
פארשטעלטערהייט [size=15
0][/size]

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 4:19 pm
דורך וואלפה
אבי גערעדט האט געשריבן:אוי געוואלד, די צווייטער ברידער דעם ווינטער, ביידע פון הארץ אטאקעס. שרעקעדיג

איינע פון די שניצלערס ברידערס זאגן היינט, אז עס איז דא א ריקאל אויף זיי...

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 4:34 pm
דורך יואב
איך קען נאך אלץ נישט מחליט זיין צו ס'עכט,

דער הילכיג געלעכטער אויסברוך ביים צוטיילן געדולדיג אויפמערקזאמקייט,
פאר יעדן נעבעך וואס האט זיך אנגעקלעבט אויף אים,
איז פשוט אפגעווישט געווארן פון איין מינוט אויפן צווייטן?

איך האלט און איין טראכטן,
ס'דעי אייזיק?
דער בחנ'טער לב טב?

?Officially gone,

דער unique אויפגעלייגטער געלט אויפטרייבער פאר יעדן רחמנות,
איז ספאנטאן פארוואנדעלט געווארן אין א בשר שנתעלם מן העין?

אוי! ס'לאזט זיך נישט גלויבן,

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
אוי וויי וויי. א ביטערע צרה
ישר כח וואלפה לאליפאפ און נייגעריג פאר די בילדער

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 9:08 pm
דורך האלאנד
סאיז דא א אינטערוויא אויף קול מבשר מיט משמח אלקים ואנשים רבי יענקב מיללער ער איז געווען בידידות מיט ר' אזיק

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 9:33 pm
דורך געפילטע פיש
ער איז א שוואגער, יארמע רב איז א איידעם ביי שניצלער.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 9:36 pm
דורך יאיר
ברוך דיין האמת. אזא טראגעדיע בזמן חירותינו. איינער ווייסט עפעס מער פרטים, איז ער געווען קראנק אדער שוואך פון פריער?

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 9:58 pm
דורך פיינע קאווע
יארמע רעבעצין איז א שוועסטער צווישען הר"ר משה און הר"ר אייזיק ע"ה. זאגט יארמע רב מען האט געסקיפט זיין ווייב.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 10:35 pm
דורך נייגעריגער
יאיר האט געשריבן:ברוך דיין האמת. אזא טראגעדיע בזמן חירותינו. איינער ווייסט עפעס מער פרטים, איז ער געווען קראנק אדער שוואך פון פריער?

ניין! געזונט און פריש!
ער איז געווען אויפן וועג אהיים פון א בר מצוה וואו ער האט נאך כדרכו אויפגעלעבט דער עולם, און ארויסקומענדיג פון זיין קאר האט ער פלוצלים געכאפט א מאסיווע הארץ אטאק, און די הצלה האט אים נאך באוויזן צוריקצוברענגן אבער נאך א שטיק צייט איז געקומען נאך אן אטאק און ער איז ליידער אוועקגענומען געווארן!

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 11:07 pm
דורך אבי גערעדט
אינטערעסאנט אז טראץ די געפערליכע טראגעדיע דרייט זיך דער עולם ארום מיט ווערטלעך איבער די משפחה, (נישט קיין שיינע זאך אגב), אבער עס איז זיכער אז דער נפטר האט הנאה אז דער ציבור שמייכלט, ווייל דאס איז דאך געווען זיין שאיפת החיים.

אגב, הערנדיג די הערכות אויף קול מבשר, לערן איך ארויס אז ער איז נישט געווען א בלויזער בדחן אין פריילאך מאכער, נאר מ'רעדט דא פון א ערנסטן עסקן ועוסק בצרכי ציבור, אין איבער אלעם א ערנסטער תלמוד חכם.

דאס איז א געוואלדיגע סתירה צו די קנייטשיגע שבח אידן וואס מיינען אז נאר ב'זויערקייט קען מען א איד זיין.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 12:17 am
דורך וואלפה
די ערשטע און די לעצטע מאל וואס ר' אייזיק איז נעבען מענטשן אן א שמייכעל...

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 4:09 am
דורך טעפל
איינער האט אפשר א קליפ פון איהם?
יהא זכרו ברוך.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 5:45 am
דורך נייגעריגער
כ'האב ארויפגעלייגט אויף דראפבאקס צוויי קליפס פון אים און דא האסטו די לינקס עס אראפצונעמען!!

דער ערשטער קליפ איז ווי ער מאכט פרייליך [צוזאמען מיט להבחלט"א ר' בנימין בוקסבוים הי"ו] ביי א חתונה אין "עטרת חי' שרה" אין מאנסי.

און דער צווייטער איז נישט צולאנג צוריק [ליידער...] ביים שבעה פון זיין עלטסטע ברודר ר' שלום ע"ה.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 5:52 am
דורך טעפל
שנעל געמאכט נייגעריגער שכוח.