בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:07 pm
דורך היימישער ליטוואק
רבותי, איך פיל אז ביי מיר איז דאס אן עדיקשון!
איך וועל מכיר טובה זיין ווער עס קען מיך ארויסהעלפן, אדער דא אדער, און לכתחלה, אין אישי מיט עצות און טיפס.
איך פיל אז איך לערן אסאך ווייניגער, און טוה אויך ווייניגער פאר פרנסה צוליב מיין שטענדיגע ליינען/שרייבן דא.
איך וויל נישט אויפהערן אינגאנצן. וואס זאל איך טוהן? הצילו!!!
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:28 pm
דורך מזלטוב
קאווע שטיבל איז אן עדיקשן! יא!
די פונקטליכע טייטש דערפון איז אז עס שטערט פון נארמאלן לעבן און טאמער איך האב עס נישט קען איך זיין נערוועז אדער ווערן אויס מענטש!
עס איז בד"כ א סאלושן צו אנטלויפן פון א געפיהל וואס איז שווער זיך צו ספראווען דערמיט. אדער אן אחריות וואס איך וויל נישט שלעפן.
וועגן רייכערן. קודם כל איז רייכענען נישט א ריכטיגע ווארט. נאכדעם כל א מענטש וואס האט עדיקשן'ס קען אויך רייכערן אבער דאס אליין ווערט נישט גערעכנט פאר אן עדיקשן. ווען מען היילט זיך אויס (יא יא עס איז א מחלה) פון די הויפט עדיקשן גייט שוין מיט אלע קליינע עדיקשן וואס זענען מיט געקומען כגון רייכערן.
אסאך אינפארמאציע קען מען באקומען פון ליינען די ביכער "12 סטעפס" און "the big book".
איך האב עס געטראפן אויפן נעץ בייOA.
עס געבט א קוואליטי אין לעבן ווען מען היילט זיך דערפון!!! אין אנפאנג דארף מען זיך אינגאנצן מנזר זיין פון די עדיקשן אבער מיט די צייט קען מען צוריק גיין מיט די ריכטיגע סעלף קאנטראל וויפל עס איז גוט פאר מיר און נישט מער.
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 12:40 am
דורך בדחן
היימישער ליטוואק האט געשריבן:רבותי, איך פיל אז ביי מיר איז דאס אן עדיקשון!
איך וועל מכיר טובה זיין ווער עס קען מיך ארויסהעלפן, אדער דא אדער, און לכתחלה, אין אישי מיט עצות און טיפס.
איך פיל אז איך לערן אסאך ווייניגער, און טוה אויך ווייניגער פאר פרנסה צוליב מיין שטענדיגע ליינען/שרייבן דא.
איך וויל נישט אויפהערן אינגאנצן. וואס זאל איך טוהן? הצילו!!!
א גיטע סטעפ ווי אנצוהייבען איז אויפהערן צו לייק׳ען אדער געבן לייק׳ס,
די מציאות איז אז דאס לייק׳ען שלעפט (ביי טייל) א רייץ, מען וויל האבן ווי מער אדער געבן ווי מער, איינמאל דו סטאפס געבן לייק׳ס וועסטע אויך באקימען ווייניגער, וועסטע מער האבן נישט האבן קיין אינטערעסע צו שרייבען ווי מער צו באקימען א לייק, בכלל איז דאס ליי׳עןצעפעס וואס שלעפט מער אריין, פון נעמען אזא קליינע סטעפ ווי אויפהערן מיט לייק׳ס קען עס שוין פירען צו גרעסערע שיניום.
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 11:22 am
דורך שמעקעדיג
היימישער ליטוואק האט געשריבן:רבותי, איך פיל אז ביי מיר איז דאס אן עדיקשאן!
איך וועל מכיר טובה זיין ווער עס קען מיך ארויסהעלפן, אדער דא אדער, און לכתחלה, אין אישי מיט עצות און טיפס.
איך פיל אז איך לערן אסאך ווייניגער, און טוה אויך ווייניגער פאר פרנסה צוליב מיין שטענדיגע ליינען/שרייבן דא.
איך וויל נישט אויפהערן אינגאנצן. וואס זאל איך טוהן? הצילו!!!
היימישער ליטוואק מדבר מתוך גרוני.....
כ'לערן ווייניגער, בטל צייט אנשטאט ברענגען פרנסה... דער מצב טויג נישט.
אילו ווען איך קען איינקעשן די תגובות מיט די לייקס, החרשתי; אבער עס איז דאך נישט די מעשה אזוי...
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 5:30 pm
דורך מאראנצןזאפט
שוב התבוננתי כ'יא השב על קיאו אז יאיר איז נישט אינגאנצן גערעכט, ווייל די אלע זאכן וואס ער רעכנט אויס ווי טונא פיש און בייגלס זענען גוטע זאכן, און לופט איז אפילו גאנץ א וויכטיגע זאך, ממילא א געשעפט מיט דיין עדיקשאן.
משא"כ נעמט א משל בייסן די נעגל, אפילו ס'שטערט נישט דעם סדא היום איז נאך אלץ דא גענוג זאכליכע סיבות אויפצוהערן, ממילא אפשר הייסט עס יא אן עדיקשאן.
יאירל, איז פליקן די בארד נישט קיין עדיקשאן?
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 11:11 pm
דורך אביגדור
יפה תורה עם דרך ארץ וכו'.
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 11:48 pm
דורך DotCom
קאווע שטיבעל איז זיכער אן עדיקשען גענוי ווי אנדערע סאשעל וועבסייט'ס זענען, אבער איז נישט אזא שטארקע עדיקשן ווי סובסטענץ אדער ****, די פשוט'ע דעפיניצע פון עדיקשן איז "אוט אוו קאנטראל" דאס מיינט אז דער מענטש האט אין א געוויסן זין פארלוירן זיין בחירה..., די שאלה איז נאר ווי שטארק עס איז ארויס פון קאנטראל, די ערשטע כלל איז אזוי ווי יענקל האט שוין געשריבן אויב עס איז מקלקלת השורה, למשל גיין שלאפן שפעט, רעדן ווייניגער מיט ווייב און קינדער וכד', דערנאך גייט עס ארויף צו וועלן אויפהערן און צוריקפאלן, און אזוי ווייטער און ווייטער.
אבער עס איז שווער צו גלייבן אז ק"ש זאל דעוועלעאפן א געהעריגע עדיקשאן, די סארט סאשעל עדיקשאנ'ס ווערן געווענליך פארשוואונדן מיט די יארן, פארקערט ווי אנדערע עדיקשאן'ס וואס ווערן ערגער און בלייבט א לייף סטראגל רח"ל.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:26 am
דורך אביגדור
קנע"ה.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:07 pm
דורך געפילטע פיש
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:54 am
דורך היימישער ליטוואק
רבותי, איך גרייט זיך צו מיין וועכענטליכע וואקאציע. בלי נדר גיי איך אויף סטרייק ביז נאך שבת.
ווער וויל מיטקומען?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:17 am
דורך שמעקעדיג
איך
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:27 am
דורך הקטן
שמעקעדיג האט געשריבן:איך
נאר נאך די איין מאל, איך שרייב נאר איין פיצי ווארט "איך" אין נאכדעם בין איך פערטיג!
יאפ' א פאאל בלאען אדיקשען
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:35 am
דורך שמעקעדיג
You're reading my mind
נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2014 11:25 am
דורך פארוואס?
איך מיין אז דער ריכטיגע דעפינאציע פאר אדיקשען, איז אז דער איינער ווייסט אז ער טוהט נישט ריכטיג, מאיזה טעם שהיא, און אף על פי כן טוהט ער עס, ווייל ער קען זיך נישט קאנטראלן.
לויט דעם איינער וואס האלט אז זיצן 20 שעה א מעל״ע אויפן קאמפיוטער, איז נישט קיין פראבלעם. דאן איז זיין פראבלעם נישט אדיקשען, נאר עפעס אנדערש.
זעלבסט פארשטענדליך, אז עס ווערט נישט געמאסטן לויט ווי דער איינער זאגט, נאר לויט וואס ער האלט באמת.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 3:11 pm
דורך הקטן
אויב נאך נעמען דראגס פאר 3 יאר האלט איך שוין אז דאס הייסט געלעבעט, און איך פארשטיי שוין בכלל נישט פארוואס די גאנצע וועלט איז נישט אף דראגס, ווער איך אויס עדיקיט?
אויב מיין געזעלשאפטליכע לעבען גייט אין גהנום אין א האנט קוישעל אבער איך בין בלינד דערצו בין איך נישט קיין עדיקט?
איז דענייעל א פארעם פין recovery?
עדיקשען אין אן advance stage וועט נישט זעהן עני טינג ראנג מיט זיין געפירעכעץ, די negative consequences וואס ער לייד אדאנק זיינע מעשים וועט ער תולה זיין אין סיי וואס נאר נישט זיין עדיקשען.
הקטן, א ק"ש עדיקט
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 3:44 pm
דורך פארוואס?
הקטן האט געשריבן:אויב נאך נעמען דראגס פאר 3 יאר האלט איך שוין אז דאס הייסט געלעבעט, און איך פארשטיי שוין בכלל נישט פארוואס די גאנצע וועלט איז נישט אף דראגס, ווער איך אויס עדיקיט?
אויב מיין געזעלשאפטליכע לעבען גייט אין גהנום אין א האנט קוישעל אבער איך בין בלינד דערצו בין איך נישט קיין עדיקט?
איז דענייעל א פארעם פין recovery?
עדיקשען אין אן advance stage וועט נישט זעהן עני טינג ראנג מיט זיין געפירעכעץ, די negative consequences וואס ער לייד אדאנק זיינע מעשים וועט ער תולה זיין אין סיי וואס נאר נישט זיין עדיקשען.
הקטן, א ק"ש עדיקט
דערפאר האב איך צוגעלייגט, אז פארשטייט זיך נאר ווען ער האלט באמת אזוי. נישט ווייל ער האט זיך אזוי געטראפן, נאר ווייל ער איז מלכתחילה צו געגאנגען אזוי…
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 4:27 pm
דורך געפילטע פיש
ס'האט נישט דוקא מיט וואס דער ספעציפישער מענטש האלט, נאר וויאזוי ס'איז אנגענומען געזעלשאפטליך. א מענשט וואס קען נישט אנהויבן זיין טאג אן א קאווע איז דען נישט אדיקטעד צו קאפפאין? אודאי יא, אבער וויבאלד ביי אונז איז עס א נארמאלע זאך וועט עם קיינער נישט רופן א "עדיקט" ווילאנג זיין צוגעבינדענקייט שטערט נישט זיינס אדער זיינע ארומיגע'ס לעבן. טאמער אבער וועט ער קומען שפעט אין די ארבעט, שלאגן מענטשען, אדער נישט קענען ארויסקומען פון בעט ווען זיין גוף באקומט נישט פון דעם ברוינליכן סובסטאנץ, דעמאלס וועט ער איבערהויפט יא ווערן אנגערופן אן עדיקט, און אפילו ער אליינס וועט דאס מודה זיין אין א רואיגע דורכגעטראכטע סעסיע מיט א פסיכיאטער.
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:02 am
דורך פארוואס?
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'האט נישט דוקא מיט וואס דער ספעציפישער מענטש האלט, נאר וויאזוי ס'איז אנגענומען געזעלשאפטליך. א מענשט וואס קען נישט אנהויבן זיין טאג אן א קאווע איז דען נישט אדיקטעד צו קאפפאין? אודאי יא, אבער וויבאלד ביי אונז איז עס א נארמאלע זאך וועט עם קיינער נישט רופן א "עדיקט" ווילאנג זיין צוגעבינדענקייט שטערט נישט זיינס אדער זיינע ארומיגע'ס לעבן. טאמער אבער וועט ער קומען שפעט אין די ארבעט, שלאגן מענטשען, אדער נישט קענען ארויסקומען פון בעט ווען זיין גוף באקומט נישט פון דעם ברוינליכן סובסטאנץ, דעמאלס וועט ער איבערהויפט יא ווערן אנגערופן אן עדיקט, און אפילו ער אליינס וועט דאס מודה זיין אין א רואיגע דורכגעטראכטע סעסיע מיט א פסיכיאטער.
אויב ער אליין וועט עס מודה זיין אין א רוהיגע שמועס מיט זיין פסיכאלאג, דאן האלט ער נישט אז עס איז נישט שעדליך.
שטעל דיר פאר ווען מען רעדט מישט פון קאפאין נאר פון פשוטע וואסער, אבער אויפן סילבן וועג ווי קאווע, וועסטו איהם אנקוקן עדיקטעד?
נאכאמאל, א מענטש וואס האלט באמת אז דאס וואס ער טוהט איז א לכתחילה, איז נישט עדיקטעד, אויב איז עס ממש נישט אנגענומען אין זיין געזעלשאפט, דעמאלטס איז עס אפשר אן אנדערע פראבלעם (אויב בכלל…), אבער עס האט גארנישט מיט עדיקשן צו טוהן.
די אלע מעשיות און באשרייבן דען אויף די גדולי התורה ווי זיי האבן נישט געקענט אטעמען אן קיין בלעטל גמרא, איז עדיקשן? איינער וועט אזוי זאגן? (אפילו אין די סעקולארע וועלט וועט מען עס נישט אזוי אנקוקן).
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:09 pm
דורך הקטן
מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגא
עדיקשען ווען די ווילסט קיקען דעראף פין א פיזיאלעגי\ביילאגישע שטאנד-פונקט (אויב איז דא אזא זאך) קען דאס זיין אויך אויף קאפי אדער וואסער אדער לערנען בהתמדה אין אויך אויף ק"ש
וכן ווען די ווילס רעדען פין אן עדיקשען אלס א פראבלעם איז אויב שטערט דאס פאר די מענטש אנציגיין מיט זיין לעבען איז דאס א פראבלעם וואס קען ניצען העלפ. אמאל וועט דער מענטש האלטען אז ער דארף הילף און אמאל נאר זיין ווייב און משפחה
ביילאגישע עדיקשען האט די כח צו טושען די מענטש'ס מחשבה אז אויך און א רוהיגע שמועס מיט זיין פסיכאלאג זאל ער האלטען אז דאס איז שעדליך-
דער עדיקט טראכט נישט וואו איך און דו
עדיקשען איז א מח קראנקהייט
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 2:59 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין ס'נישט דא אזא זאך ווי בייאלאגישע עדיקשאן, חוץ אויב דו וועסט אריינרעכענען אין דעם אויך די אדיקציאן צו אקסיגען, פראטין, וואסער, אדער די אדיקשאן פון גיין אין ארבעט יעדן טאג. אדיקשאן איז נאר אויב ס'איז געזעלשאפטליך שלעכט, אויך וועלן געוויסע מענטשען זיך סעלף דיסקרייבן אלץ אדיקטעד אויב זיי האלטן אז זיי טוען עפעס ראנג.
די שטודיע ברענגט גוט ארויס פארוואס מאנכע דא פילן אז קאווע שטיבל, אדער אינטערנעט בכלל, איז אן אדיקשאן פאר זיי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:10 pm
דורך פאטעטא טשיפס
יאיר האט געשריבן:הרב שת טאוב האט אן אינטערעסאנטע דעפינישאן אויף אדיקשאן. יעדע זאך וואס א מענטש טוט כדי צו אנטלויפן פון א פראבלעם אדער פון א שווערע זאך וואס מען וויל נישט פעיסן.
ביי דע וועי, דאס איז איינע פון די עמקות'דיגע טיילן אין דיאגאנאזירן addiction.
עכ"פ דאס איז מיין בליק אויפ'ן דאזיגע ענין!
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 6:50 pm
דורך הקטן
פאטעטא טשיפס האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:הרב שת טאוב האט אן אינטערעסאנטע דעפינישאן אויף אדיקשאן. יעדע זאך וואס א מענטש טוט כדי צו אנטלויפן פון א פראבלעם אדער פון א שווערע זאך וואס מען וויל נישט פעיסן.
ביי דע וועי, דאס איז איינע פון די עמקות'דיגע טיילן אין דיאגאנאזירן addiction.
עכ"פ דאס איז מיין בליק אויפ'ן דאזיגע ענין!
כמעט, דאס איז
איינע פין דו עמקות'דיגע טיילן פארוואס די עדיקט
טוט זיין עדיקשען. (דיסטרעקשען אדער escape איז נישט עדיקשען)
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 7:35 pm
דורך פאטעטא טשיפס
ווי מער איך האב אריינגעטראכט אין דעם בין איך געקומען צו דעם מסקנא אז @הקטן איז גערעכט: escape איז נישט קיין סימפטאם (symptom) פון אדיקשאן, נאר א תוצאה וואס ברענגט דאס געווענליך צו.
דער אמת איז אז די חקירה וואלט געדארפט אנגעפרעגט ווערן ביי די ספעציעליסטן; עני ספעשיליסטס אן סטעף דא אין קאווע שטיבל?...