בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:41 pm
דורך קאווע טרינקער
שוב ראיתי.

איך קלער אזוי צו מיר, אפשר זאל מען מאכן א באזונדערע אשכול, SUBפארום, וכדומה, וואס וועט זיין LIMITED וואס/ווען/ווער ס'קען שרייבן דארט דהיינו:
נאר איין הודעה PER טאג.
יעדע הודעה מוז האבן לכה"פ 200 ווערטער.
א תגובה קען נישט זיין ווייניגער ווי 35 ווערטער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:00 pm
דורך town1
עס איז דא די באוואוסטע ארגענעזאציע גארד יאר אייס זיי העלפן ארויס אידן מיט אינטערנעט אדיקשאן, ווי צום ביישפיל די 12 סטעפ פראגראם, א האנט בוך איבערגעטייטש אויף אידיש, זיי שיקן א יעדן טאג ארויס א אימעיל מיט חלקים פון די אידישע האנטבוך, א אידישע פארום ווי היימישע אידן העלפן זיך ארויס איינעם דעם צוויטן מיט עצות וויאזוי איבערצוקומען די שרעקליכע אינטערנעט אדיקשאן, אויך האבן זיי די באוואוסטע ארגענעזאציע ונשמרתם וואס העלפט ארויס אידן מיט לייגן פילטערס אויף די קאמפיזטער, בלעקבערי, ענדרויד, אייפאון, טעבלעט, אייפעד, אייפאד, און אלע אנדערע דיווייסעס

ונשמרתם'ס וועבסייט
http://venishmartem.com/
גארד יאר אייס אידישע פארום
http://guardyoureyes.com/yid/
גארד יאר אייס אידישע האנט בוך
http://www.guardureyes.com/GUE/PDFs/Oct ... 202011.pdf

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:07 pm
דורך שמעקעדיג
TOWN

דו מישט צאם לאקשן קוגל מיט פאטעיטע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:11 pm
דורך town1
זיי מסביר

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:14 pm
דורך בן תמליון
איך בין בכלל נישט זיכער אדיקטעט צו קאווע-שטיבל איז בדוקא א שלעכטע זאך. להבדיל איז דא מענטשן אדיקטעט צו לערנען פלייסיק יומם ולילה אדער גיין נאכגעלט פאר אידן וכדומה. קאווע שטיבל איז א פלאץ ווי אנ"ש קענען ארויסברענגען כשרונות וואס זיי קענען נישט ערגעץ אנדערש איז אדרבה כל המוסיף מוסיפין לו. דאס פארום איז א לעבנס ליניע פאר אסאך פון אונז ווי אויך א פלאץ צו אויסשרייען א ווי געשריי איבער אומרעכטן וואס ווערט דערשטיקט ערגעץ אנדערש. בקיצור לענ"ד זיך מונע זיין פון קאווע שטיבל איז מעשי יצר מיין איך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:15 pm
דורך היימישער ליטוואק
@town1 א דאנק פאר די לינקס וכו'.
איך רעד נישט פון מענטשן מיט אזוינע "ערנסטע" אדיקציאן פראבלעמען, נאר פשוט אונז קאווע טרינקערס טענד טו אינדאלדזש וועי טו מאטש אין שרייבען און לייענען דעם טייערן סייט. דערפאר מיין איך אז בלויז אביסל מצמצם זיין וועט זיין א גרויסע ישועה פאר אסאך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:22 pm
דורך שמעקעדיג
@ town1 @
היימישער האט שוין געשריבן בקוצר אמרים, יענע סייט איז בעיקר אפצוגעוויינען פון שמוציגע סייטס און אפילו מעשים ומחשבות זרות, נישט געהעריגע פשוט'ע פלעצער, ווי קאווע שטיבל.
ליידער ביי אסאך פון אונז היימישע אידן, איז דער ווארט "אינטערנעט" נאך א אפטייטש פון "פארנאגראפיע". (דו האסט אינטערנעט? פוי!! - וויפיל מאל האסטו דאס שוין געהערט?)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:25 pm
דורך זר זהב
אבער דער 12 סטעפס פראגראם אפלייט צו יעדע סארט אדיקשען

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:43 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
היימישער הער אויף מאַרגֵן זיין דא מנינים לתורה ולתפלה, אז דו ווילסט נישט שרייבן שרייב נישט. אז דו ווילסט תשובה טוהן פאר ביטול תורה ותפלה, טוה תשובה געזונטערהייט, ס'ברויך אבער נישט זיין מיט מנין !
אז דו ווילסט דוקא א מנין, זוך א מנין ביי 'איי וועלט', דארט איז ב"ה דא אן איבערפלוס פון שרייבער, אויף יעדע נארישקייט איז דא צענדליגע אשכולות מיט זעקס הונדערט און זעכציג בלעטער לאנג, דארט אויב 'געלעגר' און 'זאלץ וואסער' וועלן מאכן א תענית דיבור וועט עס זיך נישט קיין סאך אנזעהן, ווייל עס וועט נאך אלץ בלייבן א קנאפע דריי טויזענט שרייבער.

אבער קאווע שטיבל לאז במנוחה! אל תגעו במשיחי!

קאווע שטיבל ליידט שוין אזוי אויך פון ניק'ן וואס ווערן פארשווינדן ווי אין וואסער 'נעווער טא בי סיאן עגין", אזוי אויך לייד מיר זיך צאם פון די שרעקליכע פירצה וואס רופט זיך וואקאציע, יעדער נעמט זיך דא וואקעציע ווען עס שמעקט עם, און ווי לאנג עס שמעקט אים אן זיך רעכענן פון די שרעקליכע נאכפאלגן וואס עס לאזט איבער אויפן ציבור שותי קאווע.

על הראשונים אנו מצטערים, ואתה היימישער באת להוסיף לנו כאלה וכאלה ?!.

וואס ווילסטו אז דער איינציגער אקטיווער אשכול דא זאל זיין 'פארשווינדענע ניקס וואו זענט עטץ" ?!

אנטשולדיג היימישער פארן שארפן מחאה, אבער אין אדם נתפס בשעת צערו.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:47 pm
דורך בן תמליון
פרענקלין איז "אן דע מאני".

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:08 pm
דורך לעיקוואד
היימישער ליטוואק האט געשריבן:. דו שרייבסט "אזוי אויך איז פאראן די סאציאלע קאננעקשאן וואס מען קריגט וויילענדיג, שמועסענדיג, דעבאטירנדיג, אינאיינעם", פרעג איך: וואס האסטו פון דעם סאציאלן קשר? שטייגט דיין נאמעןביי עמיצן (איך רעד נישט פון דיין ניק...)? בויעטס דיר אויף א צירקל פון חבירים און באקאנטע? קיינער ווייסט אפילו נישט ווער דו ביסט! שרייבסט א שיינע פאעזיא, קענסט דאס אפילו נישט ווייזן פאר דיינע נאנטע, ווייל זיי וועלן זיך דערוויסן פון דיין ווירטועלע אידענטיפיקאציע... וועט דיר יאיר אדער קופערניקוס בארגן אמאל געלט אדער א קאר? וועט לייקואד צו דבילה קומען ווען דו וועסט מאכן א שמחה?

איך האב שוין אסאך רווח געהאט פון חברים וואס איך האב געטראפען ווירטואליש, אין פארשידענע אופנים. נאכן זיך באקענען מיט זיי בפועל.
איך לאדען איין יעדער איינער ביי מיר אין אישי זיך צו באקענען, מיט די אמתער נאמען, אויב איך וועל קענען וועל איך קומען צו אייערע שמחות, בארגען קארס, געלט, וואס מדארף און וואס מקען אלץ גוטע חברים.

שו"ר שכעי"ז כתב ר' יאנקל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:18 pm
דורך town1
אנטשולדיג בענדזשאמין פרענקלין ווען די זעהסט אז א איד וויל אז אידן זאלן זיך אפגעוואוינען פון די שרעקליכע אינטערנעט אדיקשאן זאל עס הייסן קאווע שטיבל אדער סיי וואספארא אנדערע אינטערנעט אדיקשאן יו נעים איט, פארוואס רייסטו אים אינטער??? ווען די זעסט א איד שרייט ארויס מי לה' אלי פארוואס רייסטו אים אינטער??? ווען די זעסט א איד וויל אז אידן זאלן זיין נענטער צום הייליגן באשעפער, פארוואס רייסטו אים אינטער??? ער וויל נישט דא אז קאווע שטיבל זאל זיך פארמאכן, ער וויל וויסן וועמען ער קען מיטנעמען אויף זיין הייליגן מיסיע פון מאכן אידן זאלן ווינגער זיצן א אויף די שרעקליכן אינטערנעט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 6:01 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
נניח אז קאווע שטיבל איז אן עדיקשעין, איז עס נישט קיין 'שרעקליכע אינטערנעט עדיקשאן' כלשונך, עס פארלאנגט נאך נישט קיין הייליגן אנטי-עגל'דיגע געשריי פון מי לה' אלי!

בכלל אין מיין מיינוג איז קאווע שטיבל נישט קיין עדיקשען, עס איז נישט ערגער ווי יעדע פיזישע קאווע שטיבל, קרעמעל, אדער שטיבל ווי מען פארברענגט און מען שמועסט צוזאמען, און פונקט ווי דארט וואלט נישט געווען קיין שיינע זאך אריינקומען שרייען מי לה' אלי איז הוא הדין הכא, יעדער ווייסט פון דעם ענין וואס רופט זיך ביטול תורה, און לאז יעדעם זיך אן עצה געבן מיט דעם לויט זיין מדרגה, אז איינער שפירט אז ער דארף אביסל פארברענגן מיט נארמאלע מענטשן, קריך עם נישט אויך די געהירן מיט קיין געשרייען אין רויט מי לה' אלי.

אויב שפירט איינער אז איז עס יא א גרעסערע עדיקשען פאר אים ווי סתם קרעמעל, איז עס א בחינה פון לאו עכברא גנב אלא חורא גנב, ווייל איך זעה נישט קיין אנדערע סבה אז פארוואס דאס זאל זיין א גרעסערע עדיקשעין ווי א געהריגע קאווע שטיב אויסער אז דארט קען ער נישט רעדן וואס עס ליגט אים אויפן הארץ, ער דארף אנשטאט דעם אנפילן א מויל מיט וואסער. משא"כ דא גיט ער זיך ארויס ווייטאגן וואס דרוקט אים שוין יארן, דא לופטערעט ער אויס דו אלע דעות וואס ער האט געמוזט דערשטיקן זינט די ימי הבחרות, דא קען ער זיך לאזן הערן אויף אן אמת וואס ער האלט טיף אין הארצן בנוגע די פארלאפענע סומעטאכעס, און ער ברויך נישט שאקלן מיט קאפ אלץ הסכמה מלאה אויף יעדע וואנזיניגע אנגענומענע מיינוג.
און אזא פאל האט מען געוויסט ביי אונז חסידים אז מען ברענגט אזא איד א גלעזעל ברויפן, הערינג און אייער קיכלעך, מען מאכט א לחיים און און מען פארברענגט כאילו עס איז נישטא קיין מארגן, און דער עיקר איז אז מען גיט אזא איד אן אוזן קשבת און א קלאפ און פלייצע מיט חיזוק ועידוד ווי צו זאגן איר זענט נישט אליין אויף דער וועלט.

אבער דער אמת איז וואס האב איך טענות אויף א ליטוואק...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:13 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעיקוואד האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:. דו שרייבסט "אזוי אויך איז פאראן די סאציאלע קאננעקשאן וואס מען קריגט וויילענדיג, שמועסענדיג, דעבאטירנדיג, אינאיינעם", פרעג איך: וואס האסטו פון דעם סאציאלן קשר? שטייגט דיין נאמעןביי עמיצן (איך רעד נישט פון דיין ניק...)? בויעטס דיר אויף א צירקל פון חבירים און באקאנטע? קיינער ווייסט אפילו נישט ווער דו ביסט! שרייבסט א שיינע פאעזיא, קענסט דאס אפילו נישט ווייזן פאר דיינע נאנטע, ווייל זיי וועלן זיך דערוויסן פון דיין ווירטועלע אידענטיפיקאציע... וועט דיר יאיר אדער קופערניקוס בארגן אמאל געלט אדער א קאר? וועט לייקואד צו דבילה קומען ווען דו וועסט מאכן א שמחה?

איך האב שוין אסאך רווח געהאט פון חברים וואס איך האב געטראפען ווירטואליש, אין פארשידענע אופנים. נאכן זיך באקענען מיט זיי בפועל.
איך לאדען איין יעדער איינער ביי מיר אין אישי זיך צו באקענען, מיט די אמתער נאמען, אויב איך וועל קענען וועל איך קומען צו אייערע שמחות, בארגען קארס, געלט, וואס מדארף און וואס מקען אלץ גוטע חברים.

שו"ר שכעי"ז כתב ר' יאנקל.


הסכת ושמע, אני הקטן וואלט באצאלט א מאנטיאק זיך צו באקענען מיט אייך הרב לעיקוואוד, איך וואלט אפילו גענומען א רייד ביז לעיקוואוד אייך צו טרעפן.
איר\דו ביזט דער ראדיקאלסטער אינטעלעקט וואס איך האב אמאל באגעגנט אין מיין לעבן, און איך האב א קראש אויף אייך :lol:.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:55 pm
דורך לעיקוואד
מיין טיר איז אפען. פארגעס נאר נישט מיטצוברענגען די געלט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 8:08 pm
דורך היימישער ליטוואק
@מר. פרענקלין,
איך האב יעצט נישט קיין צייט אויף א לענגערע אנטווארט, (איך האב א מיגו פון גיין אויף וועקעשון...) איין קוואוט נאר מתוך דבריך, זייט אייך אליינס מתבונן: "לאו עכברא גנב אלא חורא גנב". טראכט ווער איז דער עכבר און ווער איז דער חורא.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:20 pm
דורך היימישער ליטוואק
@מר. פרענקלין,
אויב דו דינגסט זיך צו ק"ש איז עדיקטיוו צו נישט, גלייב איך אז דער תירוץ איז: עס ווענדט זיך אין דעם מענטש, יעדער איז אנדערש.
אויף די טענה אז איך מאך חרוב ק"ש, איך הער דאס און נעם דאס אן מיטן פולסטן ערנסקייט, אויב האלט איר אז דאס איז נישט אויסגהאלטן עטיש וועל איך אויסמעקן מיין הודעה. למעשה אבער רוף איך נישט אויף א באיקאט אויף ק"ש, נאר אז די ניקים וועלכע פילן אז עס גרייכט שוין בבחינת באו מים עד נפש זאלן מטכס עצה זיין, צו לימיטן זייער אנוועזנהייט.
איך בין מודה אז עס איז דא א גרויסע טובה דארך די פארום'ס, אבער דאך מיט א גבול, מיעוטו יפה ורובו קשה.

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 6:42 pm
דורך ידען
א אלטע אשכול וועגען internet addiction

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=35&t=1054

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:13 pm
דורך היימישער ליטוואק
הנני להודיע בשער בת רבים אז בל"נ יעדן דאנערשטאג גיי איך איין אויף א תענית כתיבה באינטערנט. דארנשטאג מיינט, פון ווען איך שטיי אויף דאנערשטאג אינדערפרי ביז ווען איך גיי שלאפן.
איך בעט מ'זאל נישט אפלאכן פון מיר, און נישט שוואך מאכן מיין פריוו זיך מתגבר זיין אויף מיין אדיקשון.
איך קלער אפשר אויב וועט דאס מצליח זיין עס אויסצוברייטערן אויף ביז איבער שבת, און אויך אויף לייענען.
טייערע ברידער, איך גיי באלד שלאפן...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:37 am
דורך נולד מאוחר
היימישער ליטוואק האט געשריבן:הנני להודיע בשער בת רבים אז בל"נ יעדן דאנערשטאג גיי איך איין אויף א תענית כתיבה באינטערנט. דארנשטאג מיינט, פון ווען איך שטיי אויף דאנערשטאג אינדערפרי ביז ווען איך גיי שלאפן.
איך בעט מ'זאל נישט אפלאכן פון מיר, און נישט שוואך מאכן מיין פריוו זיך מתגבר זיין אויף מיין אדיקשון.
איך קלער אפשר אויב וועט דאס מצליח זיין עס אויסצוברייטערן אויף ביז איבער שבת, און אויך אויף לייענען.
טייערע ברידער, איך גיי באלד שלאפן...

הלואי איך קען דאס טאן

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:07 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך וויל גראטולירן מיינע פריינט רב ממי שאמרו און אביגדור, פארן נעמען שריט זיך צו באפרייען פון דעם אדיקשן.
איך קלער צו איך זאל אויך מוסיף זיין אויף מיינע סופשבוע'דיגע צוריקהאלטונגס.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:09 pm
דורך זר זהב
אופס ליטוואק,
viewtopic.php?f=19&t=3629

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:25 pm
דורך היימישער ליטוואק
דו האסט נישט גלייענט זיין באמערקונג אז עס איז גשריבן מיט א שינוי?