בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 11:57 am
דורך יאיר
ר' ידען, דארפסט נישט פאר קיינעם פארקויפן דיין חמץ. דו האסט שוין פארברענט אלעס וואס איז איבערגעבליבן, און דאס איבריגע האסטו מבטל געווען, דיין שטוב איז כשר וישר למהדרין מן המהדרין לכל הדעות. מכירת חמץ האט מען ספעציעל פאבריצירט פאר די געשעפט לייט וואס ווילן האלטן זייער חמץ אויף איבער פסח. א פרייליכער, רואיגער יום טוב.

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:03 pm
דורך קינות גירושין
הייסט די גאנצע מכירה פעלט גארנישט אויס?
איך דארף צוריק די גאנצע געלט פון מיין רב סגעווען א מכירה בטעות

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:11 pm
דורך יאיר
קינות גירושין האט געשריבן:הייסט די גאנצע מכירה פעלט גארנישט אויס?
איך דארף צוריק די גאנצע געלט פון מיין רב סגעווען א מכירה בטעות

ס'פעלט אויס אויב מען האט עסן אין שטוב וואס קען מעגליך זיין אז ס'ליגט דארט חמץ, און ס'איז דא וואס זאגן אז היינט קען מען נישט וויסן וואו ס'ליגט אלס חמץ. אבער אויב נישט זע איך נישט פארוואס מ'זאל עס דארפן פארקויפן. איך וואלט געראטן ידען צו איבערגיין זיין סחורה אינדערהיים און זען אויב אין די אינגרידיענטס איז דא עפעס וואס קען זיין א חשש חמץ, ווי אלקאהאל וכדו'.
(איך רעד דא נאר בדיעבד אין אזא פאל וואס מ'האלט שוין נאך סוף זמן שריפת חמץ, נישט לכתחילה. בכל אופן דארף מען פרעגן א שאלה).

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 2:24 pm
דורך ידען
כאב גוטע נייעס.

זיי האבען נאך געלאזט פארקויפען אין קאליפארניע און איך האב געקוועטשט אבער סע האט נישט געארבעט געהעריג, בינעך געווארען היסטעריקעל ווען כאב נישט באקומען א אימעיל, איך בין געלאפען צו א פאר דיינים אבער כאב נישט געהאט מזל, האבעך אויפגעגעבען, אבער די באשעפער האט מיך ליעב (און מן הסתם אויך חבד) און כאב פריער באקומען די אימעיל פון זיי אז סע פארקויפט.

איך דארף מאפען צו קאליפארניע ?

סע גוט אזוי אויך? וואס איז א חילוק ווי איך וואוין?

ישר כח פאר יעדער וואס האט געהאלפען מיט עצות.

(נאך א מזל אז כאב נישט דערציילט וועגען דעם פאר מיין ווייב. זי וואלט מיך נישט אריין געלאזט ביי איר טאטעס סדר)

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 2:37 pm
דורך געפילטע פיש
אין קאליפורניע ווערט עס פארקויפט פאר זייער סוף זמן ביעור, דאס מיינט אז קען זיין ס'נאך נישט פארקויפט געווארן, כ'וואלט דיר געראטן צו רופן א דיין פרעגן וואס צו טוהן אויב האסטו חמץ בעין אינדערהיים.

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 3:37 pm
דורך ונבנתה העיר
דאכציך אז עס איז א מחלוקת אחרונים אויב די מכירה איז חל בדיעבד לאחר זמן הביעור.

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 4:00 pm
דורך ידען
ונבנתה העיר האט געשריבן:דאכציך אז עס איז א מחלוקת אחרונים אויב די מכירה איז חל בדיעבד לאחר זמן הביעור.

האסט מיך געהרגעט.

סע דא וואס האלטען אז לכתחילה איז עס גוט?

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 5:13 pm
דורך ונבנתה העיר
בעצם קען מען נישט פארקויפן לאחר זמן הביעור ווייל עס איז אינו ברשותו, כ'מיין אז דער נודע ביהודה איז מחדש [און אזוי איז געשטאנען אין עלים לתרופה בשם דעם מגיד] אז בדיעבד קען מען יא ווייל ס'איז לא גרע ווי דער גוי זאל עס זוכה זיין מן ההפקר.

עס קען אבער זיין אז דא איז דער נו"ב מודה אז מען קען נישט, ווייל זיין גאנצע חידוש איז לכאורה נאר שייך ווען דער גוי מאכט א קנין וואס דארף נישט די צוזאמען-ארבעט פון די בעלים, למשל הגבהה משיכה אדער חזקה, משא"כ בנידון דידן.

אולי קען מען זאגן אז דיין הרשאה אויפן נעט האט א תוקף [לויטן נו"ב] מיט דינא דמלכותא, און אויפן צד אז דער מורשה באקומט א בעלות [נישט נאר א שליח], קען אפשר זיין אז דער אין קארליפאניע האט עס געקענט פארקויפן.

די בעסטע עצה איז לכאורה אזוי: די ביטול וואס דו האסט - האפענטליך - געמאכט העלפט אז מה"ת איז עס נישט אין דיין רשות, בלייבט נאר אן איסור דרבנן, און אויף דעם קענסטו משכיר זיין די מקום וואו עס געפינט זיך פאר א גוי, אפשר קענסטו רופן א רב ער זאל פארדינגען דיין מקום פאר זיין גוי.

ועוד אולי, אויב האסטו א רב קבוע קען זיין אז ער האט פארקויפט דיין חמץ מטעם זכין לאדם שלא בפניו, דארפסטו דאס מברר זיין.

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 5:26 pm
דורך נולד מאוחר
ידען דיין האבן חמץ איז צווישען דיר און גאט )ווייב(
.
אבער דעם בארדיטשווער'ס מליץ יושר דאס הרגע מיר נישט אפ.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 2:05 pm
דורך קאוועניק
אזוי ווי לעצטע יאר איז אלעס געווען כשורה, און סהאט מיר נישט געקאסט א עקסטרע פרוטה איבערן יאר, גייט מען דאס טון נאכאמאל היי יאר
https://m-chabadorg.clhosting.org/holid ... chabad.org

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 2:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'וואלט געווען בייהילפיג אויז זיי האבן א אפציע ווי: מענטשען וואס האבן פארקויפט דאס האבן אויך פארקויפט דאס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 3:53 pm
דורך שטילע אינגערמאן
נאך א סיבה פארוואס די רבנים האבן פיינט די אינטערנעט. ס'ברענגט זיי אונטער די טיפס וואס זיי באקומען ביים פארקויפן די חמץ.

נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 6:08 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:בעצם קען מען נישט פארקויפן לאחר זמן הביעור ווייל עס איז אינו ברשותו, כ'מיין אז דער נודע ביהודה איז מחדש [און אזוי איז געשטאנען אין עלים לתרופה בשם דעם מגיד] אז בדיעבד קען מען יא ווייל ס'איז לא גרע ווי דער גוי זאל עס זוכה זיין מן ההפקר.

עס קען אבער זיין אז דא איז דער נו"ב מודה אז מען קען נישט, ווייל זיין גאנצע חידוש איז לכאורה נאר שייך ווען דער גוי מאכט א קנין וואס דארף נישט די צוזאמען-ארבעט פון די בעלים, למשל הגבהה משיכה אדער חזקה, משא"כ בנידון דידן.

א שיינע שיעור פון ר' אברהם גנחובסקי איבער דעם.

דר"א, די צושטעל פון פארקויפן א שור הנסקל [און אזוי אויך די חילוק הידוע פון יאוש ביז הפקר] שטייט שוין אין די תשובות פון בעל התניא סי' י"ד [געדרוקט אין שו"ע הרב].

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=L4aa26Pmfow[/youtube]

נשלח: מוצ"ש אפריל 26, 2014 10:15 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'וואלט געווען בייהילפיג אויז זיי האבן א אפציע ווי: מענטשען וואס האבן פארקויפט דאס האבן אויך פארקויפט דאס.

דאס קען אבער גורם זיין א פראבלעים, כמעשה הידועה. א איד איז אמאל געקומען צום רב פארקויפן דעם חמץ, אין באגלייטונג פון זיין ווייב. בשעת'ן איינשרייבן די אלע חמצ'דיג ארטיקלען האט דער איד געזאגט פאר'ן רב אז ער וויל אויך פארקויפן זיין ווייב אין חמץ. האט זיך די אידענע אנגערופן. "מיין טאטע האט מיך שוין פארקויפט פאר א גוי, לאנג צוריק"... :? 8-) :roll: :lol: :x :P :oops: :cry: :o :רח"ל :אומגלויבליך: ;)

נשלח: מוצ"ש אפריל 26, 2014 10:29 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה: ייש"כ. דער שיעור איז א שיינער. אבער אינז (אני הקטן און הרב ישראל מ. סופר) זענען שטארק מוחה אז דער שיעור איז געזאגט געווארן אין די שפה הטמאה, און נאכדערצו אין א ביהמ"ד נעבן ארון הקודש, וואו סאיז מסתמא דא מגן דויד'ס אויפ'ן פרוכת, רח"ל. אינז גיי מיר בשיטה אז מ'זאל בעסער נישט לערנען תורה ווי איידער רעדן די שפה הטמאה אשר בדו הציונים מליבם, רח"ל, ימ"ש, שר"י, עפרא לפומייהיו, רחמנא ליצלן, כבר אמרנו. דער חשוב'ער הרב ישראל מ. סופר, שליט"א (לפי פירוש ילדי הת"ת שי') האט שוין לאנג צוריק מברר געוועהן אז בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה. נאר דער פאר וועים די סיטרא אחרא העלפט צו, דער וועט קענען לערנען תורה. (אין א תשובה אויף די הארבע קשיא. וויאזוי ס'איז מעגליך אז דער מוסד הרב קוק, געט ארויס אזאלכע שיינע תורה'דיגע ספרים.( ... :? 8-) :roll: :lol: :x :P :oops: :twisted: :evil: :( :cry: ;) :רח"ל :אומגלויבליך: :o (עפרא לפומי').

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 5:29 am
דורך קרעקער
אסאך יונגעלייט היינט גייט ליידער נישט אן גאנישט, זיי זענען אזוי אויפגערעגט אויף די רבנים אז זיי גייען נישט פאקויפען די חמץ
חברה סאיז א איסור כרת, וויסלט נישט שטופען דעם גראבען דיין מיט א הונדעטער? האלטס נישט דערביי ער זאל דיר אריינקריכען אין די קישקעס אויף דיינע פראפערטיס?
מקען פאקויפען די חמץ אנליין אין 10 סעקונדעס אינגאנטצען אימזיסט!!!!!

https://chabadorg.clhosting.org/holiday ... hometz.htm

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 10:05 am
דורך הוגה
קרעקער האט געשריבן:אסאך יונגעלייט היינט גייט ליידער נישט אן גאנישט, זיי זענען אזוי אויפגערעגט אויף די רבנים אז זיי גייען נישט פאקויפען די חמץm


איך מיין אז דו טרייבסט איבער. אסאך יונגערלייט? נישט פארקויפן חמץ? עס לאזט זיך נישט גלייבן.


.

Re: מכירת חמץ אנליין

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:23 pm
דורך קאוועניק
שוין יעצט פארקויפט צום דריטען יאר אנליין , גהעריג חזקה, פאר מיינע קינדער איז עס שוין מנהג אבותינו בידינו

Re: מכירת חמץ אנליין

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 4:17 pm
דורך נולד מאוחר
אינטערסאנט, זיי שרייבן אז הלכהדיג קען מען פארקויפן אנליין, טרעדישנעלי פירט מין זוך צי אריבער גיין צים רב פארקויפן.
פאר דיינע קינדער איז שוין טראדישנעל צי פארקויפן אנליין