בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:37 pm
דורך וואלפה
מיין ווייב פרעגט מיך לעצטענס וואס שלעכט איך האב טועם געווען אז איך זאל דארפען אזוי לאנג פארברענגן אין ביה"כ.
וואס זי ווייסט נישט איז אז איך זיץ גארנישט אין ביה"כ איך זיץ אין קאווע שטיבעל...
אבער פאר דיר, ידען טייערע, איז שוין דא די אלטע עצה וויאזוי פסח'דיג צומאכן למשל די ספרים. מען שלעפט אריין א וואקיום קלינער אין ספרים שטוב, פארשליס די טיר פון ארונטער, צינד אן דאס מאשין, זעץ זיך אראפ אויפן ריקליינער מיט פסח'דיגע פאטעטא טשיפס און זיי מהנה די קאווע טרינקערס. נאך צוויי שעה, קום ארויס און זאג, די אנדערע האלב וועל איך מאכן מארגן

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:38 pm
דורך זר זהב
לול :like

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 3:14 pm
דורך ידען
יעצט אריין געקומען א שאלה:

מיין ווייב איז אויסנאם רואיג, נישט ווי איך בין געוואוינט צו זעהן ביי יעדן. זי שרייט נישט ווען איך כשר, זי בונטעוועט נישט ווען מיין אינגעלע גיסט אויס זיינע טויס אויף די פסח’יגע פאדלאגע, און פארפירט נישט אז “זי האלט נאך אין ערגעץ נישט” וכו’

מיין שאלה איז: דארף איך דאנקען דעם אייבערשטן אז איך האב א רואיגע ווייב? אדער דארף איך ערנסט נאכגיין איר יחוס צו זי שטאמט פון אידן?

ענטפער: וועק דיך אויף פון חלום...

Disclaimer
נישט מיין ווייב..

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 3:46 pm
דורך זר זהב
ער האט תירוצים , און זילבער פאפיר אויף זיינע קארטלעך

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HmyOvCJxF7M[/youtube]

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 3:54 pm
דורך ידען
ווער איז דער jewbellish?

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 3:58 pm
דורך זר זהב
דאנא פונקטליך. מענדי פעלין איז אינוואלווד

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 6:44 pm
דורך חזקיהו המלך
טייערער ידען,

מען טאר נישט גרינגשעצען א ווייב ( אין א חבר אויך נישט) נישט קיין חילוק צי וואס זי טוט איז מוכרח להלכה, ווייל ווען מען גרינגשעצט אין וואס יענער טוט שפירט יענער אז מען גרינגשעצט אין איר, אין אוטומאטיש שפירט זי א געפיהל צי זיך אננעמען פאר איר EGO אין אוטומאטיש איינע פין די וועגען איז צי טראכטען אז זי איז גערעכט נאר די מאן איז א לאולייף,

ממילא גרינגשעץ נישט אין דיין פרוי, אין טאמער האסט עפעס צי זאגען זאג עס אויף א אופן וואס ס'זאל נישט פוגע זיין אין יענעם'ס EGO דאן וועסטע אסאך מער אין גרינגער קומען צי א פארשטענדעניש,

וישמע חכם ויוסיף לקח,

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2013 11:25 pm
דורך איחוד פעלד
חזקיה המלך, ווען האט איר חתונה געהאט?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:49 am
דורך ידען
מיין ווייב פרעגט מיך נעכטען אז זי גייט מאכען חלה וועגען די גרויסע מצוה פון שליסעל חלה און זי וויל וויסן וויפיל חלה צו נעמען, זאגעך אז נאר א ביסעל, און סע מיז נישט זיין גרויס אזוי ווי א בילקעלע.
איך קים שפעטער אהיים און זי שיקט מיך איך זאל לייגען די חלה צו פארברענען (ווייל אויב נישט קעמען נישט האבען גוטע קינדער), און איך זעה אז זי האט גענומען א שיעור וואס איז גענוג פאר גאנץ וויליאמסבורג, פרעגעך וואס איז דאס? זאגט זי אז איך מאך אייביג די קלענסטע שיעור און זי איז מחמיר.

כאב געוואלט ארויס נעמען די גאנצע טייג און מיך מאכן א פיינע חלה פאר סאפער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:36 pm
דורך זר זהב
כ'ווייס נישט פארוואס איך לאך, אזעלכע פאני מעשיות.. און דאגות

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:39 pm
דורך שעפטל
כ'וויל דיך נישט ווינטשן אז דו זאלסט נאר האבן פראבלעמען... אבער איך (ליידער - טאקע נישט שיין פון מיר...) לאך דא פון דיינע מיטמאכענישן!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:45 pm
דורך ידען
איך לאך אויך ווען סע נאר אזעלעכע פראבלעמען,

אבי עפעס האט מיין ווייב אויפגעטוהן אז א פאר מענטשען לאכען פון מיר/איר.

די פוינט איז נישט אז סע קליינע אישוס נאר וויזוי זי קיקט אויף מיר וועגען דעם.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 5:11 pm
דורך געפילטע פיש
ביי די מרור האט זי אויך גענומען אזא גרויסע כזית? די שיעור כזית איז די זעלבע ביי ביידע.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 6:11 pm
דורך ידען
א נקמה..

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 6:16 pm
דורך לעמיל
ידען גיי מאך דיך א בילקע דערמיט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 6:57 pm
דורך געפילטע פיש
דאס שוין נישט, איינמאל זי האט עס מפריש געווען איז חל דערויף דיני חלה דרבנן דדרבנן (בזמה"ז- חוץ לארץ) נישט קיין חילוק ווי גרויס ס'איז, ווילאנג זי לאזט עפעס איבער עיסת חול. חוץ אויב מ'וועט זאגן אזוי ווי ביי צדקה אז א גרויסע מתנה מעג די פרוי נישט געבן בלי הסכמת הבעל?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 7:08 pm
דורך איינגעמיירעט
געפילטע פיש האט געשריבן:ביי די מרור האט זי אויך גענומען אזא גרויסע כזית? די שיעור כזית איז די זעלבע ביי ביידע.

נישט זיכער און ראפשיץ האט מען מקיל ס׳איז דא א תשובה פון אמרי נועם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 7:21 pm
דורך געפילטע פיש
זעהט דירה אויס ווי זי זוכט קולות? קולות איז פאר קלים!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 7:28 pm
דורך אביגדור
אינטרעסאנט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:18 pm
דורך לעיקוואד
איך האלט אין איין טראכטען אז ידען וויל מיר זאלן שוין מחליט זיין פאר עם אויב ער איז א קל אדער א לוילייף. וועלכע פון זיי? מיר זעהט ער עפעס אויס צו זיין א לוילייף, נישט קיין קל ח"ו. ..
אריין אין misleading קעפלעך אשכול.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:46 pm
דורך ידען
[quote="בעל בעמיו]" אבער ידען'ס רעביצין האט געוואלט וויסן וואס די "הלכה" איז.[/quote]

דע פראבלעם איז אז זי וויל איך זאל מאכען די הלכה וויזוי זי וויל און נישט די אמתע הלכה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:50 pm
דורך ידען
לעיקוואד האט געשריבן:איך האלט אין איין טראכטען אז ידען וויל מיר זאלן שוין מחליט זיין פאר עם אויב ער איז א קל אדער א לוילייף. וועלכע פון זיי? מיר זעהט ער עפעס אויס צו זיין א לוילייף, נישט קיין קל ח"ו. ..
אריין אין misleading קעפלעך אשכול.

Lol
My wife is mislead. Since those are her words.

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 11:09 am
דורך נולד מאוחר
אזוי דארף מען פסחדיג מאכן.
https://copy.com/DW0Wg