בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:40 am
דורך לעמאן דזשוס
גוגל און יואליש׳ס פוינט איז פיל ברייטער ווי די טעקסט אינצידענד. די טעקסט פאפעריי האט נאר ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי א רעכטדענקענדן אייגענעם טראכטער. נעמענדיג אין חשבון אז בעת דער ברייטער סיסטעם שטעלט נישט צו געהעריגע אלטערנאטיוון און רייץ צו פרנסה בדרך כבוד, פאלן סך אומשולדיגע יונגעלייט אלס קרבנות ציבור טאקע פון די ראשי עם קודש און נגידים בעם וואס פאר זיינע נישטיגע פאר אלפים וואס ער פארטיילט פארן כולל אלס טשעריטי לפני אפריל 15 האט ער א מיינונג איבער די צאן קדשים.
וואס האלט איר דעת תורה היקר?
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 1:18 am
דורך דעת תורה
יואליש און גוגל האבן בכלל נישט גערעדט פון די טשעריטי עשירים, און איך האב אויך נישט געזאגט אז זיי בעטן עס בפועל די גזירות.
דאס מאכן די כוללים מדעת עצמם צו מאכן א ריכטיגער בירור אז נאר ווער עס דעזערווד, באקומט. און די כוללים על פי רוב זענען די לעצטע צו שטופן אינגעלייט צו בלייבן אין כולל, זיי וועלן ענדערש שטופן צו גיין ארבעטן.
(כמובן איז דא א חילוק אין דעם הינזיכט צווישן כוללים וואס דארפן די אינגעלייט מער ווי די אינגעלייט דארפן דעם כולל, און אזאלכע כוללים קענען נישט זיין שטרענג, לעומת כוללים וואס די אינגעלייט ווילן זיין אין כולל מער ווי די כולל וויל זיי, וואס פון די צווייטע קאטעגאריע איז דא די רעדע).
נאר כאב געשריבן אגב אז מען קען נישט סטראשענען אזא כולל מיט נישט געבן געלט, ווייל א כולל איז מילא א אראפגעקוקטע זאך ביי א עושר, ער שרייט אויך זיי זאלן גיין ארבעטן. מילא א עושר וואס גיט שוין יא פאר א כולל, זוכט ענדערש ווי שטרענגער. משא״כ א ישיבה איז דער מצב בפירוש פארקערט.
סאו בסך הכל איז נישט דער כולל דער וואס מאכט דעם סיסטעם אין פירסט פלעיס, און במציאות איז דער צאל ממש געצווינגענע אין כולל א גאר מינימאלער. און צו זאגן אז די כוללים דארפן זיין לייכטער? איז דאך דאס גאר קאנטערפראדוקטיוו. דעמאלס הערשט וואלט מען זיי געקענט בלעימען.
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 4:34 pm
דורך real jew
איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי איינער וואס לערנט אין כולל און דער הוספה פון $500 איז ביזדערווייל נישט אנגעקומען. איך הער יא אז מיט 15 אינגעלייט האט דער רה"כ זיך איבערגעבעטן אבער ס'איז פארבליבן 11 וואס לעת עתה ווערן זיי מער נישט באצאלט פון כולל.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 11:59 am
דורך אפשר
די גרעסטע רשעות איז ווען די אנגעבלאזענע שיינע תורה וגדולה אידן רייסן אונטער די כולל יונגעלייט פארן קוועטשן די באנק און זיין פוילע רוחות וואס האלטן נישט ביים ארבעטן, אבער ווען זיין זון אדער איידעם גייט ארבעטן האט ער טענות, הלמאי פארוואס גייט ער ארבעטן............
(א געליטענער)