בלאט 2 פון 3
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:25 pm
דורך יאיר
בערל האט געשריבן:און טעקסטן אום שבת איז יא אויסגעהאלטן עפ"י הלכה???!
כ'האב נישט דורכגעטון דעם ענין, אבער איך מיין אז מ'קען טרעפן א היתר על פי הלכה. כותב הייסט דאס זיכער נישט, און לגבי עלעקטריק בין איך בכלל נישט זיכער אויב עס איז שייך דערביי די איסורים וואס זענען שייך אויף געהעריגע עלעקטעריק ווי למשל אנצינדן א לעקטער.
בכל אופן איז דאס לויט רוב פוסקים נישט מער אסור ווי דאווענען נאך סוף זמן תפילה.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:26 pm
דורך דעת תורה
ביסט אינגאנצן?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:29 pm
דורך דבילה
דעת תורה האט געשריבן:כמדומה אז דו ביסט זיך טועה. סאיז נישטא קיין איין באוועגונג אינערהאלב די ארטאדאקסיע וואס איז מתיר לכתחילה אייגענע האר. עס איז נאר וואס מען קען עס נישט אויסרייסן.
לויט די אנגענומענע מהלכים ביי חרדי'שע אידן אינישט דא קיין חילוק פון אייגענע האר ביז שייטלען, אבער אויף יענעם אראפצורייסן אידאס גוט גענוק.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:31 pm
דורך יאיר
דעת תורה האט געשריבן:ביסט אינגאנצן?
הממ. גאנץ א פיינע פירכא.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:32 pm
דורך איחוד פעלד
דעת תורה האט געשריבן:כמדומה אז דו ביסט זיך טועה. סאיז נישטא קיין איין באוועגונג אינערהאלב די ארטאדאקסיע וואס איז מתיר לכתחילה אייגענע האר. עס איז נאר וואס מען קען עס נישט אויסרייסן.
כמדומה אז איך ווייס וואס איך רעד.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:37 pm
דורך דעת תורה
לינק ביטע צו א פסק פון א מ. א. רב וואס זאגט אז מען מעג גיין מיט אייגענע האר. ייש״כ.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:41 pm
דורך קאווע טרינקער
שנעל זאל איינער אהער ברענגן וואס קופרניקוס האט נאך געשריבן פון אור אלטע ספרים בנוגע מציצה בכלי און תפילה שלא בזמנה.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:42 pm
דורך דעת תורה
יאיר האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:ביסט אינגאנצן?
הממ. גאנץ א פיינע פירכא.
הער אויס, סאיז דא זאכן וואס דארפן א פירכא, אבער צושטעלן טעקסטן שבת ״לויט רוב פוסקים גאר״ דארף נישט קיין ספעציעלע פירכא. איך האב דיר נאר געפרעגט א זייטיגע שאלה אויס זארג פאר דיין וואוילזיין. (איך וואלט עס ווען געדארפט טון אין אישי).
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:42 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:קוקטס אהער אלע וואוילע אידן. פון מצרים האט מען אונז ארויסגענומען צוליב'ן שם לשון מלביש. וועכע חלק כלל ישראל אינעם היינטיגן גלות צייכענען זיך דאס בעסטע אויס אין די אלע 3 הינזיכטן? ענטפער: די וויליאמסבורגע חלק.
ניעד איי סעי מאאר?
שם: וואס מאכט דיין זאנוויל, זעליג, הערשל, און גענענדעל מער שלא שינו ווי זייער מאריס, מארק, און סטיוו?
לשון: וואס מאכט דיין דויטש, געמישט מיט לאטייניש, רוסיש, פויליש, ענגליש, וכו' בלע"ז מער אידיש ווי זייער ענגליש?
מלבוש: וואס מאכט דיין הוט, בעקיטשע, שטריימל, רעקל, מער שלא שינו ווי זייער קורצע רעקל מיט א כובע קנייטש, אדער טי-שורט מיט סנדלים? אויב עפעס ענדעלט די טישוירט מיט סנדלים מער צו וואס אונזערע זיידעס האבן געטראגן ביים מעמד הר סיני.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:44 pm
דורך געפילטע פיש
דעת תורה האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:ביסט אינגאנצן?
הממ. גאנץ א פיינע פירכא.
הער אויס, סאיז דא זאכן וואס דארפן א פירכא, אבער צושטעלן טעקסטן שבת ״לויט רוב פוסקים גאר״ דארף נישט קיין ספעציעלע פירכא. איך האב דיר נאר געפרעגט א זייטיגע שאלה אויס זארג פאר דיין וואוילזיין. (איך וואלט עס ווען געדארפט טון אין אישי).
אפשר זאגסטו מיר פונקטליך וועלכע מלאכה מ'איז עובר מיטן דרוקן א קנעפל אויף אן עלעקטראנישע מאשין וואס צינדט נישט אן א קאנדעסענט באלב.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:45 pm
דורך דעת תורה
דבילה האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:כמדומה אז דו ביסט זיך טועה. סאיז נישטא קיין איין באוועגונג אינערהאלב די ארטאדאקסיע וואס איז מתיר לכתחילה אייגענע האר. עס איז נאר וואס מען קען עס נישט אויסרייסן.
לויט די אנגענומענע מהלכים ביי חרדי'שע אידן אינישט דא קיין חילוק פון אייגענע האר ביז שייטלען, אבער אויף יענעם אראפצורייסן אידאס גוט גענוק.
ממש אזוי? די סטאנדארד ״אנגענומענע״ מהלך אין די היימישע קרייזן איז אז א שייטל און אייגענע האר איז די זעלבע זאך?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:46 pm
דורך דעת תורה
@געפילטע, א איסור הבערה מדרבנן.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:46 pm
דורך געפילטע פיש
וואס בין איך מבעיר? למשל אנצונדען א פען.
לענין לאזן וואקסן האר, צניעות, מיין איך אז ס'איז נישט קיין אפציעלע הוראה, זיי זענען נאר בעסער מקיים דעם live and let live, און מוטב יהיו שוגגים, און טוב שלא לאמר דבר שאינו נשמע, מ'צווינגט נישט ארויף אידישקייט אויף קיינעם. און בכלל לעבן זיי נישט אין אזא טייט ניט קולטור ווי אונז ווי יעדע ריר איז דיקטעיטעד ביי וואס יעדער טוהט, ממילא זענען זיי מער קאלירפול ווי אונז.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:48 pm
דורך קאווע טרינקער
מ'האט שוין גערעדט אמאל וועגן דעם אין שטיבל. די גאנצע פראבלעם איז דאך נאר מראית עין, אבער אז די שייטלען זעהען אויס די זעלבע, איז חזר הדין וכו'.
לדינא איז נישט קיין נפק"מ נאר דאס: האק דיר ארויס פון קאפ אז דו ביסט מבחר הבריאה, ס'דא מיליאנע אידן וואס זענען בעסער פון דיר.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:53 pm
דורך דעת תורה
קאווע, דו קומסט נישט אריין קלאר. וואסערע זאך איז אסור וועגן מראית העין? און וואס ווילסטו זאגן, אז שייטלען איז אויכעט אסור?
מיליאנע אידן? האסט די נומבערס פאר דיר? און וואס עפעס זענען זיי בעסער פון מיר? נניח מיר זענען נישט בעסער ווי זיי, אבער וואס זענען זיי בעסער ווי מיר?
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:08 am
דורך יאיר
דעת תורה האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:ביסט אינגאנצן?
הממ. גאנץ א פיינע פירכא.
הער אויס, סאיז דא זאכן וואס דארפן א פירכא, אבער צושטעלן טעקסטן שבת ״לויט רוב פוסקים גאר״ דארף נישט קיין ספעציעלע פירכא. איך האב דיר נאר געפרעגט א זייטיגע שאלה אויס זארג פאר דיין וואוילזיין. (איך וואלט עס ווען געדארפט טון אין אישי).
דעת תורה האט געשריבן:@געפילטע, א איסור הבערה מדרבנן.
במחילת כבוד תורתך, דאס איז אפשר דעת בעלי בתים, אבער נישט דעת תורה. קוק אביסל אריין אין די ספרים וואס זענען דן איבער חשמל בהלכה, און דערנאך וועסטו זיך אפשר קענען נעמען די העזה צו רעדן מיט אזא דערנידערונג כאילו דו האסט ש"ס ופוסקים אונטער דיר.
און אגב, איך ווייס נישט וואו דו האסט געטראפן אין מיינע ווערטער אז לויט רוב פוסקים מעג מען טעקסטן שבת. זעט אויס אז פארדרייען יענעמ'ס ווערטער און דערנאך בויען דערויף פיתום ורעמסס איז ביי דיר אויך "דעת תורה".
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:12 am
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:קוקטס אהער אלע וואוילע אידן. פון מצרים האט מען אונז ארויסגענומען צוליב'ן שם לשון מלביש. וועכע חלק כלל ישראל אינעם היינטיגן גלות צייכענען זיך דאס בעסטע אויס אין די אלע 3 הינזיכטן? ענטפער: די וויליאמסבורגע חלק.
ניעד איי סעי מאאר?
שם: וואס מאכט דיין זאנוויל, זעליג, הערשל, און גענענדעל מער שלא שינו ווי זייער מאריס, מארק, און סטיוו?
לשון: וואס מאכט דיין דויטש, געמישט מיט לאטייניש, רוסיש, פויליש, ענגליש, וכו' בלע"ז מער אידיש ווי זייער ענגליש?
מלבוש: וואס מאכט דיין הוט, בעקיטשע, שטריימל, רעקל, מער שלא שינו ווי זייער קורצע רעקל מיט א כובע קנייטש, אדער טי-שורט מיט סנדלים? אויב עפעס ענדעלט די טישוירט מיט סנדלים מער צו וואס אונזערע זיידעס האבן געטראגן ביים מעמד הר סיני.
שם: ווייל זאנוויל איז נישטא צום געפינען אין די גויאישע נעמען בוך, מאריס, מארק און סטיוו יא.
לשון: די פוינט איז נישט 'אידיש' די פוינט איז אן אנדערער שפראך ווי וואס דער גוי נוצט, אויב זאלן זיך אלע גוים מארגן נעמען רעדן אידיש וועט מען דארפן זיך אראפזעצן אויפקומען מיט א נייע שפראך וואס זאל אונדז אפזונדערן פון זיי.
מלבוש: דער קורצער רעקל און טי שוירט איז מער נענטער צום גוי'ס לבוש ווי א לאנגער רעקל מיט א שטריימל. אין אנדערע ווערטער ס'דא מער א היכר און א הבדלה.
איך ווייס אז דו וועסט אנגיין מיט דיין מהלך... כ'וועל לאזן פאר די וואס זוכן דעם אמת צו זעהן למי החותמת וכו'.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:21 am
דורך דעת תורה
זר, לאנגע מלבושים ווס. קורצע איז נישט אידישקייט ווס. גויאישקייט, דאס איז טראדיציע ווס. מאדערניזאציע. אמאליגע גויים זענען אויך געגאנגען לאנג.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:23 am
דורך זר זהב
וואס האב איך מיט אמאליגע? די מארגענדיגע גוים קענען רעדן אידיש. מ'טוט אקארדינג וויזוי ס'איז אין די יעצטיגע זמן. ס'האט גארנישט מיט'ן אמאל אדער צוקונפט.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:25 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:איך ווייס אז דו וועסט אנגיין מיט דיין מהלך... כ'וועל לאזן פאר די וואס זוכן דעם אמת צו זעהן למי החותמת וכו'.
"איך ווייס אז דו וועסט אנגיין מיט דיין מהלך... כ'וועל לאזן פאר די וואס זוכן דעם אמת צו זעהן למי החותמת וכו'."
אה ברכאשעם, דו האסט שוין למפרע אפגעפרעגט יעדע מין תירוץ וואס איך וועל נאר זאגן, שוין, ביסטו שוין גרייט פארן הייליגן יום טוב, א חג כשר ושמח.
פאר די אנדערע וואס ווילן נישט זעהן למי החותמת... לויט דיר וואלט געדארפט שטיין אנשטאט "שלא שינו", וואלט געדארפט שטיין "ששינו שמם וכו'..."
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:28 am
דורך זר זהב
נעה כאגעמיינט צו זאגן אז מ'קען אלעס אפפרעגן מיט א גוטן וויץ אדער פאלשן דריי. איך האב גארנישט אפגעפרעגט למפרע, גאו אהעד.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:28 am
דורך דעת תורה
יאיר האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:ביסט אינגאנצן?
הממ. גאנץ א פיינע פירכא.
הער אויס, סאיז דא זאכן וואס דארפן א פירכא, אבער צושטעלן טעקסטן שבת ״לויט רוב פוסקים גאר״ דארף נישט קיין ספעציעלע פירכא. איך האב דיר נאר געפרעגט א זייטיגע שאלה אויס זארג פאר דיין וואוילזיין. (איך וואלט עס ווען געדארפט טון אין אישי).
דעת תורה האט געשריבן:@געפילטע, א איסור הבערה מדרבנן.
במחילת כבוד תורתך, דאס איז אפשר דעת בעלי בתים, אבער נישט דעת תורה. קוק אביסל אריין אין די ספרים וואס זענען דן איבער חשמל בהלכה, און דערנאך וועסטו זיך אפשר קענען נעמען די העזה צו רעדן מיט אזא דןערנידערונג כאילו דו האסט ש"ס ופוסקים אונטער דיר.
און אגב, איך ווייס נישט וואו דו האסט געטראפן אין מיינע ווערטער אז לויט רוב פוסקים מעג מען טעקסטן שבת. זעט אויס אז פארדרייען יענעמ'ס ווערטער און דערנאך בויען דערויף פיתום ורעמסס איז ביי דיר אויך "דעת תורה".
על אחרון ראשון. איך האב פארפעלט א ווארט אין מיין תגובה כדמוכח מלשוני, וכצ״ל: ״צוצושטעלן טעקסטן שבת לויט רוב פוסקים צו דאווענען נאך זמן תפילה״.
לענין די איסורים פון עלעקטריק, אז דו ווילסט קען מיר אנהייבן א שמועס- בעסער אין אנדערן אשכול - פונקטליך פארוואס הגרשז״א פארשטייט נישט דעם חזו״א מהלך אז עס איז א איסור דאורייתא וועגן בונה ועוד. אבער דער פשוט׳ער טעם איז הבערה מדרבנן.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:31 am
דורך עסן עסט'זיך
קאווע טרינקער האט געשריבן:שנעל זאל איינער אהער ברענגן וואס קופרניקוס האט נאך געשריבן פון אור אלטע ספרים בנוגע מציצה בכלי און תפילה שלא בזמנה.
כהאב שנעל געפאלגט קאווע טרינקער
דאס איז עס