בלאט 2 פון 4
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 6:57 pm
דורך עסקן בדברים
דאכט זיך א ברודער פון ר' יהושע'לע בעלזער
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:45 am
דורך מורינו הרב
ר' משה רוקח, בנו של הרה"ק רבי אהרן מבעלזא
רבי משה בצלאל מגור.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:48 am
דורך דעתי הענייה
אזוי ווי ר' משה רוקח, דהיינו 'קרוין פרינצען' וואס זענען געהארגעט געווארן ביים מלחמה איז דא גאר אסאך.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 3:30 am
דורך הדד בן בדד
דער היינטיגער ביאנער רבי האט אן עלטערער ברודער וועמען מען האט געבעטען קודם צו ווערען רבי אבער ער איז שוין געווען עלטער און האט שוין געהאט בעסערע השגות אין לעבען האט ער זיי געשיקט צום אינגערן ברודער, וועלכער האט עס גערן אנגענומען.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 3:50 am
דורך מורינו הרב
און וואס טוט היינט יענע עלטערע ברודער?
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 1:14 pm
דורך ר' שמחה
ער הייסט ישראל אברהם, ארבעט פאר נאס"א, חתונה געהאט געציילטע יאר צוריק.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 1:40 pm
דורך מורינו הרב
סא, אויב וואלט ער געווארן רבי, וואלט דער היינטיגע בואיאנער רבי געארבעט פאר נאס"א?
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 5:01 pm
דורך דולה ומשקה
רבי שמואל רוקח פון סקאהל האט גע'דארפט ווערן בעלזא רב אנשטאט זיין אינגערע רבי ישכר דוב.
ס'געוועהן א ביטערע דין תורה, צום סוף האבן זיי געמאכט א שטיקל "אינדרויסען פון בי"ד סעטילמענט",
אבער ביז צום סוף האט ער נישט מוחל געוועהן, ער האט זיך טאקע משדך געוועהן ווען ער האט גענומען רבי ישכר דוב'ס זוהן רבי אהרן אלס איידעם, אבער דער איידעם איז כמעט קיינמאהל נישט געוועהן ביי זיין פעטער/שווער.
דער פרשה איז אביסל א אריכות אין נישט נוגע אין דער אשכול.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 5:07 pm
דורך בעל הבית
קען איינער מסביר זיין באריכות פארוואס האט הרה"צ ר יצחק שליט"א בנו בכורו פין אדמו"ר מסקוורא ב.פ.זצ"ל האט מוותר געווען אויף די אדמורות , אין עס איבערגעגבן פאר אחיו הצעיר כ"ק אדמו"ר מסקווריא ב.פ. שליט"א ?
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 7:48 pm
דורך מורינו הרב
בעל הבית האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין באריכות פארוואס האט הרה"צ ר יצחק שליט"א בנו בכורו פין אדמו"ר מסקוורא ב.פ.זצ"ל האט מוותר געווען אויף די אדמורות , אין עס איבערגעגבן פאר אחיו הצעיר כ"ק אדמו"ר מסקווריא ב.פ. שליט"א ?
שמעתי הטעם, ווייל זיין טאטע פלעגט אויפנעמען פרויען, און ער - מרוב פרושותו - האט נישט געוואלט אויפנעמען פרויען, און ווידער משנה זיין מדרכי אבותיו און נישט אויפנעמען פרויען האט ער אויך נישט געוואלט, האט ער מחליט געווען אז ער ווערט נישט רבי און ער הויבט נישט אן.
והמבין יבין.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 8:12 pm
דורך דולה ומשקה
כ'וויל נישט שפאצירן אויף א דינע שטריק -
אבער רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם בעל דברי יחזקאל איז געוועהן רב אין שטאט שינאווע בחייו חיותו פון זיין פאטער דער צאנז רב, אחר פטירתו איז דער שינאווא רב געקומען וואוינען אין צאנז א דריי פערטל יאר, געוואלט איבערנעמען דאס רבנות, דאך אביסעל ראבעריי איז ער צוריק קיין שינאווא, אין צאנז איז קיינמאהל נישט צוריק געווארען דער זעלבע, אלע זענען געפארען קיין שינאווע אדער אפילו קיין באבוב, אבער גארליץ קשאנוב ובראשם דער קרייזער רב איז געווארען זייער אויסגעשפילט.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 8:13 pm
דורך דעתי הענייה
בעל הבית האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין באריכות פארוואס האט הרה"צ ר יצחק שליט"א בנו בכורו פין אדמו"ר מסקוורא ב.פ.זצ"ל האט מוותר געווען אויף די אדמורות , אין עס איבערגעגבן פאר אחיו הצעיר כ"ק אדמו"ר מסקווריא ב.פ. שליט"א ?
קען איינער מסביר זיין פארוואס עשו האט אויפגעגעבן די בכורה פאר יעקב? ער האט עס פשוט נישט געדארפט.
ה''ה מיט אים ער האט עס פשוט נישט געדארפט (נישט אז ער איז עשו, ער איז א וואוילער איד מיט א גאלדענע הארץ).
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 8:17 pm
דורך דעתי הענייה
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'וויל נישט שפאצירן אויף א דינע שטריק -
אבער רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם בעל דברי יחזקאל איז געוועהן רב אין שטאט שינאווע בחייו חיותו פון זיין פאטער דער צאנז רב, אחר פטירתו איז דער שינאווא רב געקומען וואוינען אין צאנז א דריי פערטל יאר, געוואלט איבערנעמען דאס רבנות, דאך אביסעל ראבעריי איז ער צוריק קיין שינאווא, אין צאנז איז קיינמאהל נישט צוריק געווארען דער זעלבע, אלע זענען געפארען קיין שינאווע אדער אפילו קיין באבוב, אבער גארליץ קשאנוב ובראשם דער קרייזער רב איז געווארען זייער אויסגעשפילט.
קרייז און קשאנוב איז טאקע געווען אויסגעשפילט, אבער גארליץ בכלל נישט.
און עס האט גארנישט געהאט מיט דעם, ביידע סיי קרייזער רב און סיי רבי דוד'ל קשאנובער האבן פארטריבן דעם עולם.
אגב שינאוויא'ער רב האט געזאגט סוף ימיו אז אויב וואלט ער געפארן היינט צו א רבי, וואלט עס געווען צו זיין ברודער קיין קשאנוב, אזוי אויך האט ער געזאגט אז ער קען צוויי אידן וואס לערנען תורה לשמה, און איינס איז דער קשאנובער רב.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:14 am
דורך הדד בן בדד
אקעי, לויט ווי דער אשכול האלט יעצט, דארף מען דא אריינלייגן דעם ווישאוו'ער רב זצ"ל.
דער אהבת ישראל פון וויזניץ האט געהאט פיר זוהן, דער עלטסטער פון זיי איז געווען ווישאוו'ער רב, נאך בחיי אביו זצ"ל, ער האט שוין דאן געפירט דארט א גרויסע ישיבה פון הונדערטער בחורים, און איז געווען מפורסם אלס גאון עולם. זיין טאטע פלעגט אים רופן מיין ספרים שאפע, און מען האט פארשטאנען מיט א פשטות אז ער וועט זיין ממלא מקום פון זיין טאטן, און אזוי וואלט טאקע לכאורה געווען. אבער מה עשה הקדוש ברוך הוא (אלעמאל איז ער א טראבל מעיקער, ער מישט זיך אריין און פארדרייט די יוצרות...) ווי געזאגט איז דער ווישאווער רב געווען א גרויסער תופס ישיבה און ער איז געפארן קיין אמעריקא נאך געלט פאר זיין ישיבה (אזויווי אסאך דעמאלס'דיגע גדולי ישראל) און פונקט ווען ער איז געווען אין אמעריקא איז דער אהבת ישראל אוועק.
ווען ער איז צוריק געקומען האט שוין דער אמרי חיים זיך געהאט באפעסטיקט אויפן בענקל. ער האט נאך געשיקט א תלמיד זאל אהינגיין און אפלערנען דעם מצב, זען צו עס איז נאך שייך צוריק צו דרייען. אבער ווען דער תלמיד האט אים געזאגט אז דער אמרי חיים האט עס פעסט, און נאר מיט א ערנסטע מלחמה וועט מען עס קענען צוריק באקומען, האט ער געזאגט אז מאכן א מלחמה וויל ער נישט, און ער איז געבליבן אין ווישאווע.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:20 am
דורך דעתי הענייה
גאר ווייט פון מציאות....
אזוי וואלטן די ווישאווא תלמידים געוואלט עס זאל ווען האבן געווען, אבער, עס איז קיין ספק נישט געווען אז דער אמרי חיים גייט זיצן אין גרויסווארדיין.
איך האב נישט יעצט קיין צייט, עס איז אן אריכות, מער וועט נאכקומען.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:28 am
דורך דעתי הענייה
הדד בן בדד האט געשריבן:,און מען האט פארשטאנען מיט א פשטות אז ער וועט זיין ממלא מקום פון זיין טאטן, און אזוי וואלט טאקע לכאורה געווען
איך וועל אי''ה שפעטער עפענען א באזונדערע אשכול, די נושא איז א ברייטע, נאר איין נקודה:
אויב וואלט טאקע אזוי געווען, איז נישט מסתבר אז אין צוויי חדשים האט דער אמרי חיים באוויזען אלעס צו טוישן אזוי ווייט אז מען זאל נישט קענען צוריקדרייען??
אבער ווי געזאגט היסטאריע דארף נישט קיין טעאריע'ס, דאס איז געווען דער מציאות, דער עולם איז געווען מיטן אמרי חיים.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:37 am
דורך טעפל
אויף הרב גורארי' פון חב"ד איז דא גאנצעטע מגילות, סאיז שוין דא אן אשכול שוין אויף דעהם??
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 11:07 am
דורך איחוד פעלד
ער איז שולדיג אז אין חב"ד עסט מען נישט קיין שלש סעודות.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 11:10 am
דורך דעתי הענייה
איחוד פעלד האט געשריבן:ער איז שולדיג אז אין חב"ד עסט מען נישט קיין שלש סעודות.
און זיין נישט מאכן שבת פאר זיך, איז שולדיג אז חב''ד איז גענצליך אונטערגעגאנגען.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 11:50 am
דורך טעפל
דעתך הענייה..
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 2:30 pm
דורך דעת תורה
וואס הייסט חב"ד איז אונטערגעגאנגען? וואס איז געשען?
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:49 pm
דורך מורינו הרב
איחוד פעלד האט געשריבן:ער איז שולדיג אז אין חב"ד עסט מען נישט קיין שלש סעודות.
דאס נישט עסן שלש-סעודות האט זיך דארט אנגעהויבן, לידיעתך...
מען פלעגט זיך אלס צוזאמענקומען אין חב"ד ביי שלש-סעודות, טראצדעם וואס דער רש"ב האט זיך טאקע נישט געוואשן. אבער אז ער האט אנגעהויבן פירן שלש-סעודות, האט דער עולם אויפגעהערט צוקומען.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:32 am
דורך ר' שמחה
עסקן בדברים האט געשריבן:דאכט זיך א ברודער פון ר' יהושע'לע בעלזער
איר מיינט דעם עלטסטן זון ר' אלעזר?
ר' יהושע'לע איז געווען דער יונגסטער.