בלאט 2 פון 7
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 5:18 am
דורך יואב
איך האלט אז לעקוואד האט גוט געשריבן,
כ'ווייס נישט פונקטליך אויף וועלכע אנטי נחת עלעמענטן ווינער רב שליט"א האט זיך באצויגן,
און פרענקלין לדעתי פרעגט זייער א כללית'דיגן שאלה,
ס'קלאר אז קינדער זענען נישט עלטערן'ס פארמעגן, און יעדער קינד וועלעכע מאכט איינטריט אויף דער וועלט,
קריגט א באזונדערע בחירה,
ס'דא די סארט צער וואס לעמאן דזשאוס ערווענט, די צער נעמט זיך בדרך כלל פון הונדערט פראצענטישע קליינקעפיגקייט,
און א רעזולטאט פון אן איבריגע דאזע געפילטע פיש ביי שלש סעודות,
נאכדעם איז פארהאן די סטייל פון טיפישע דראפאויטס, וועלעכע מערן זיך ווי מאלעסטערס,
אומוויסענד נארישע יונגאטשעס, וועלעכע קענען נישט ציילן קיין 3,
זייער שמחת החיים איז ווען זיי טוהן זיך אן א צוגעפאסטן געבליטשטע בלויע הויזן, גאלן אפ די בארד איש לפי סטיילו, און באהעפטן א קליין קאפעלע מיט באבי פינס צום ליידיג קאפ,דאס שטרעבן זיי שוין פון כיתה א', און חלומ'ען פון דעם 24 שעה,
שארן זיך צו די געווירצן, זוכען כסדר דזשאבס, שרייען ווי העכער און אפטער דעם פיי ווארט, געבן נישט קיין דעעם,
קענען ענגליש כמעט אויף צו פארשטיין, לעבן אן דאס מינדעסטע חשבון, און "טשילן", געווענדליך גיבן זיי זיך אן אלס "וויקטעמס",
כ'סטאפ שוין, איר וועט נאך באלד זאגן איך רעד פאר קנאה,
פון זייער זייט קענסטו טאפן דעם דופן כלפי צער פאר די עלטערן, ס'נישטא קיין שכל, ס'נשטא קיין געפיל, ס'פשוט נישטא מיט וועמען צו פארהאנדלן,
ווייל די וועלעכע האבן א פראבלעם מיט צער, פייגערן צו ווערן אזוי, און ווערן נישט, דהיינו ווען נישט די צער אישו וואלט יעדער צווייטער בחור
געטאנצן און די גאסן ווי די וואנזיניגע מאניאקן,
למעשה רובא פון די חברה ווערן במילא בעלי תשובה, געווענדליך אין א פארמאט פון זיך קערן צום קרליבאך קולטור וכדומה,
ווידעראום, פון דער טאטע זייט איז צער אין אזא פאל לענ"ד בארעכטיגט, א נישט אידישע טאטע באדערט אויך אזא וואלגאריש הפקירות'דיגן לעבן,
דאס טייטש א נישט געסעטעלט נשמה'לע, פילע טאטעס וויינען צו די חברה זיי זאלן נעמען א דזשאב, און וואלטן זיך אפילו געווינטשן זיי זאלן גיין אין קאלידש און זיך נארמאל סעטלן מיט א לעבן,
נאכדעם איז פארהאן דער אפיקורס, איך שטים זייער צו מיט לעקוואד,
קען זיין אז צער פון אמונה'דיגן שטאנדפונקט איז נישט בארעכטיגט, ווי ישעיהו האט געזאגט פאר חזקיהו המלך, בהדי כבשי דרחמנא למה לך,
למעשה, די שטרעבן פון עלטערן, וועלעכע ווידמען זייער גאנצע לעבן , אויפשטעלן און אויפציען וויפיל שבטי קה עס איז נאר מעגליך, מיט מיה און פלאג, זייער גאנצע לעבן און ציל איז אידישקייט און נאכאמאל אידישקייט, און מיינען בכלל נישט צו פארמערן פאפיולאציע און אלגעמיין,
זיי האבן חרטה פארן געבוירן אזא קינד, ס'דערגייט זיי דאס לעבן,
און עסן עסן זיי דאך דו געזונט נישט ווייל דער קינד איז א קרימאנאל, אדער משוגענער, נאר זיי מיינען גאט,
יעצט איך ווייס נישט צו ס'דארף אזוי זיין, זיי דארפן טאקע פסכילאגישע הילף, אבער די צער איז העכסט פארשטענדליך אז מ'לייגט זיך אריין אין זייער מהלך מחשבה,
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 7:58 am
דורך אבי גערעדט
עס דארף באטאנט ווערן, אז אין די זעלבע דרשה רעדט דער ווינער רב איבער געבן א געשמאקע פאזיטיווע חינוך און אידישקייט, אין אלץ זיין אויפגעלייגט אין שמייכלדיג אינדערהיים, ס'איז כדאי דורכצוליינען דעם גאנצן דרשה, ווער ס'קען זאל אריינסקענען די גאנצע זאך
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 9:06 am
דורך נו גוט נו
אין די זעלבע דרשה זאגט ער דארט א מעשה פון א משגיח וואס האט אים געקאלט זאגן אז א בחור איז מחלל שבת, פארשטיי איך נישט ווי אזוי האלט נאך די ישיבה די בחור אויב איז ער א מחלל שבת? איי העסטו מיר זאגן אז עס איז א ישיבה ווי מיר נמשל, האט ער דען א משגיח???
עפעס מאכט נישט סענס מיט די מעשה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:45 am
דורך אביגדור
חז"ל קוקן עס אנדערש אן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:48 am
דורך יאיר
דו וואלסט געשיקט דיין קינד לערנען ביי א מלמד וואס האט אנגעשלאגן א קינד ביז ער איז אוועקגעפאלן א טויטער? אין גמרא שטייט אז אויב מען קען נישט טרעפן א בעסערע מלמד דארף מען.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:58 am
דורך יאיר
דער גאנצער נחת טענה איז גאר מאדנע און קוריאז ביז גאר. דער בחור און מיידל ווערן געבוירן כדי צו ברענגען נחת פאר זייער עלטערן, וועלכע זענען אליין געבוירן זייענדיג די זיבעצנסטע קינדער ביי זייערע עלטערן כדי זיי צו ברענגען נחת, נאכדעם האבן זיי חתונה, מיט'ן ציל צו אויפשטעלן לעכטיגע דורות ישרים מבורכים, און דערנאך האבן זיי טאקע הויפענעס מיט קינדער ביז די ווייב כאפט א נערוון בראך, אלס כדי זיי און די זיידע באבע זאלן קענען שעפן נחת, שפעטער וואקסן זייערע קינדער אויף, און זיי ערווארטן אודאי אז זיי וועלן אויך חתונה האבן און ברענגען נאך הויפענעס מיט נחת צו אנשטאפן דעם נחת אקאונט. אבער פלוצים האט זיך דער נחת קייט איבערגעריסן, ער האלט נישט ביים סערווירן דעם טאפ נחת! יעצט קומט ווינער רב מיט א טענה, מען האט דיר דאך באשאפן ספעציעל מיט'ן ציל צו ברענגען נחת, דורך מענטשן וועלכע מען האט אליין באשאפן כדי צו ברענגען נחת, אויב ברענגסטו נישט קיין נחת, פארלירסטו דיין גאנצע זכות קיום.
אבער איין רגע, אויב האט דער טאטע געמעגט באשאפן קינדער פאר זיין אייגענע נחת, פארוואס טאר נישט דאס קינד מחלל שבת זיין פאר זיין אייגענע נחת?
אבער למעשה, האב איך רחמנות אויף די נעבעכדיגע עלטערן, זיי זענען דורך שבעה מדורי גיהנום כדי צו ברענגען נחת פאר זייערע עלטערן, און יעצט ענדליך, ווען עס קומט שוין זייער רייע צו באקומען זייער פארציע נחת וואס זיי האבן זיך ערליך פארדינט נאך אזויפיל יארן ארבעטן און אהיימשיקן די נחת אין קליינע פלאסטיק בעגס צו זייערע עלטערן, באקומען זיי עס נישט, בלייבן זיי קרח מכאן וקרח מכאן. נעבעך.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:15 am
דורך אביגדור
יאיר האט געשריבן:דו וואלסט געשיקט דיין קינד לערנען ביי א מלמד וואס האט אנגעשלאגן א קינד ביז ער איז אוועקגעפאלן א טויטער? אין גמרא שטייט אז אויב מען קען נישט טרעפן א בעסערע מלמד דארף מען.
יעזור ד'.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:19 am
דורך גנדי
יאיר האט געשריבן:דער גאנצער נחת טענה איז גאר מאדנע און קוריאז ביז גאר. דער בחור און מיידל ווערן געבוירן כדי צו ברענגען נחת פאר זייער עלטערן, וועלכע זענען אליין געבוירן זייענדיג די זיבעצנסטע קינדער ביי זייערע עלטערן כדי זיי צו ברענגען נחת, נאכדעם האבן זיי חתונה, מיט'ן ציל צו אויפשטעלן לעכטיגע דורות ישרים מבורכים, און דערנאך האבן זיי טאקע הויפענעס מיט קינדער ביז די ווייב כאפט א נערוון בראך, אלס כדי זיי און די זיידע באבע זאלן קענען שעפן נחת, שפעטער וואקסן זייערע קינדער אויף, און זיי ערווארטן אודאי אז זיי וועלן אויך חתונה האבן און ברענגען נאך הויפענעס מיט נחת צו אנשטאפן דעם נחת אקאונט. אבער פלוצים האט זיך דער נחת קייט איבערגעריסן, ער האלט נישט ביים סערווירן דעם טאפ נחת! יעצט קומט ווינער רב מיט א טענה, מען האט דיר דאך באשאפן ספעציעל מיט'ן ציל צו ברענגען נחת, דורך מענטשן וועלכע מען האט אליין באשאפן כדי צו ברענגען נחת, אויב ברענגסטו נישט קיין נחת, פארלירסטו דיין גאנצע זכות קיום.
אבער איין רגע, אויב האט דער טאטע געמעגט באשאפן קינדער פאר זיין אייגענע נחת, פארוואס טאר נישט דאס קינד מחלל שבת זיין פאר זיין אייגענע נחת?
אבער למעשה, האב איך רחמנות אויף די נעבעכדיגע עלטערן, זיי זענען דורך שבעה מדורי גיהנום כדי צו ברענגען נחת פאר זייערע עלטערן, און יעצט ענדליך, ווען עס קומט שוין זייער רייע צו באקומען זייער פארציע נחת וואס זיי האבן זיך ערליך פארדינט נאך אזויפיל יארן ארבעטן און אהיימשיקן די נחת אין קליינע פלאסטיק בעגס צו זייערע עלטערן, באקומען זיי עס נישט, בלייבן זיי קרח מכאן וקרח מכאן. נעבעך.
This nachas system you described sound like a big Ponzi Scheme
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:26 am
דורך לעמאן דזשוס
למעשה גלויב איך אז די חילוק דארף זיין גאנץ א שארפער; כל זמן די שינוי פונעם קינד איז א זאך וואס אויסערליך בלייבט ער נאמן לשם ולתורתו ולתורת אבותיו דאן איז דער טאטע נישט בארעכטיגט אויף קיין שווערע געפילן פארקערט ער דאס קינד איז דאן אויף די פוס און אפילו ער האט אנדערע טערמינען אין פארשידענע אספעקטן ארום און ארום די פינטעלע! והבן. און דאן על אף בפנימיות איז ער פארפוילט האט עס באמת מיטן טאטן, ווייל ער האט באמת נישט מצליח געוועהן איבערצוגעבן און שפינען דעם קייט ווייטער, פארט וועט דער טאטע דאך נישט וויסן דערפון און ממילא נישט ליידן דערפון אויף די וועלט. עכ״פ.
אויב אבער מאכט דאס קינד דראסטישע אויסערליכע שינויים לטב ולמוטב דאן איז כמעט מן הנמנע אז עס זאל פארשאפן אומגעהויערע אומבאקוועמליכקייטן און פראקטישע קאנסעקווענצן פאר די טאטע און גאנצע שימפאכע ארום און ארום און דערפאר-ווי לעיקוואד זאגט-איז נארמאל צו בלייבן ׳מאראליש׳ און עסן נבילה אין מקדאנעלדס און זיך שאקלען ביי מנחה ערב שבת אין שיל. פשוט זיינע געשוויסטער זאלן קענען שידוכים טון און זיינע עלטערן זאלן נישט דארפן שטעקן די פנים אין לעכלעך וואס איז נישט פארהאנען...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:27 am
דורך היימישער ליטוואק
ביזט זיך סותר. דו גייסט יא מיט די גמרא אדער נישט?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:29 am
דורך שמעקעדיג
במחילת כבודכם, מיין איך אז איר גייט אריבער דאס שטריקל און איר מאכט די זאכן ערגער וווי עס איז.
מענטשן האבן נישט קיין קינדער "בלויז כדי צו האבן א נחת מאשין". ריכטיג, יעדער וויל זעהן נחת, און עס איז נישט קיין פעלער, און א אמת'דיגער ערליכער איד וויל זעהן ערליכע דורות, און דאס וואונטשט מען ביי יעדע שמחה, דורות ישרים ומבורכים ע"ד ישראל סבא וכו',
כ'האב שוין ערגעץ אויסגעשמועסט אין שטיבל, אז ווען השי"ת זאל וועלן אז יעדער מענטש זאל געבוירן ווערן מיט א אייגענע בחירה און נאכדעם אליינס מחליט זיין א וועג אין לעבן, צי ער וויל ווערן א איד צו נישט, און צי וועלכע חסידות ער וויל געהערן, א.א.וו., וואלט ער אים אראפגעשיקט אויף דער וועלט גענצליך אליינס, און אים געגעבן דדים אין די ציינער ס'זאל פיטערן האניג און מילך, ביז ער קומט צום אייגענעם שכל און פארמאגט א כח הבחירה.
למעשה האט דער באשעפער יא באשאפן א מענטש צו עלטערן וועלכע גיבן זיך אוועק פאר זייערע קינדער, בדמים תרתי משמע, מיט קאפ, מח, כח און צייט. און די (אידישע) עלטערן זענען מצווה געווארן אויף חינוך. און חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו. און מיר האבן א תורה וועלכע זאגט אונז וואס מיר מעגן יא טון און וואס איז פארבאטן. און יעדער נארמאלער מענטש ווען ער אינוועסטירט אזויפיל - אפילו בלויז אין א גשמיות'דיגע פראדוקט - איז נאר נארמאל אז ער וויל זעהן אביסעלע פרוכט פון זיין הארעוואניע. און ס'איז נישט ריכטיג צו חוזק מאכן אז ער ארבעט פאר א פראדוקט אזוי לאנג ווייל ער וויל זעהן א נחת פאבריק...
ממילא, איז זיכער אז עלטערן האבן אלע רעכטן צו וועלן האבן נחת, און וועלן זעהן זייער קינד זיך פירן בדרך הישר. אבער עס איז קלאר אז זייער אסאך עלטערן אביוזן דעם רעכט, און פארלאנגען צופיל אויף פלעצער וואס דארט האט ער שוין נישט קיין רשות אריינצוקריכן. א קינד מעג גיין צו א צווייטן רבי'ן, עסן יענעמ'ס מצות אויב זיין רב ערלויבט אים, און האבן אנדערע הנהגות, ווילאנג עס איז נישט שרעקליך אנטקעגן זיין חינוך און שטעכט אויס די אויגן פון די עלטערן. אבער צו זאגן אז ווען א טאטע זעהט א קינד נוצן שב"ק א טעלעפאן האט אים עס נישט א רעכט צו וויי טון? אויב האט איינער נאר א ברעקעלע יראת שמים, ווי קען ער אפילו טראכטן אזוינס?
חכמים הזהרו בדבריכם!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:30 am
דורך היימישער ליטוואק
מצטרף לדברי הריחני.
און אפילו ביי גוים איז דא א געוויסער מינימאלער שיעבוד וועלכע א קינד האט צו זיינע עלטערן, געוויסע זאכן וואס ער וועט נישט טוהן, עכ"פ נישט ברבים, צוליב זיי. ער וועט נישט הייראטן מיט געוויסע צוליב רעספעקט פאר זיינע עלטערן.
דאס איז א בעיסיק מאראלישער פארשטענדליכער חיוב.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:31 am
דורך אביגדור
יאיר,
איר מאכט טאקע גוט ליצנות פון "נחת", אבער ס'מער ווי דעם.
א טאטע וויל טוהן וואס איז גוט פאר'ן קינד. ער האלט אז דער חינוך וואס ער געבט איז טאקע לטובת דעם קינד, ווייל אויב ס'נישט לטובתו ווי קומט עס אז א טאטע זאל טוהן עפעס וואס איז נישט גוט פאר זיין אייגן אך עצמי ובשרי. ווען דאס קינד שטויסט אבער אינעם חינוך דארט ווי ס'טוהט וויי, ווייזט דאס קינד פאר'ן טאטע אז דער חינוך האט נישט געטויגט פאר איהם און ס'נישט געוועהן לטובתו, און דאס איז וואס ס'טוהט וויי פאר'ן טאטע.
אגב, נאכ'ן זעהן דעם לוזער טווערסקי קליפ אין נעשיונעל געאגראפיק, האלט איך אז א טאטע דארף נאך פיהל מער ווייטאגן ווען זיין קינד פאלט ארויס, ווייל דער לוזער נעבעך זעהט אויס עפעס אזוי מין צושרויפט אז ס'איז א פחד, און קיין שום טאטע וויל נישטזעהן זיין קינד וואוינען און רעדן אזוי ווי יענער פארשוין. (איר האט אמאהל געהערט א אינטעלעגענטע מענטש רעדן בנשימה אחת פון "דארווין" און פון "אראנדזע פאפוטשען"?)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:33 am
דורך ברעט מענינג
איך קען איינער וואס סטראשעט זיינע קינדער אז ער גייט פאר מאכן די נאמבער פין קול מבשר ביי זיי אינדערהיים, ווייל זיינע קינדער ווערן ממש אפגעפארן פין טאג צי טאג ער זעיט עס ממש בחוש!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:34 am
דורך ממרום שלח אש
די אשכולות דא ווערן מער און מער לופטיג.
מאן אמר חדא ומאן אמר חדא ולא פליגי.
בענזשאמין פרעגט אויב מען האט א רעכט? על פי תורה? על פי דינא דמלכותא?
פאקט איז אז רוב עלטערן וואס פארמאגן א אפגעפארן (יש כמה מדרגות בזה, איש איש כפי דרגא דיליה) קינד איז זקנה קופצת עליהם, זיי הייבן אן צו ליידן אויף דעפרעסיע, נעמען צו וואג, די הארץ הייבט אן אונטערצוהינקן וכו.
אויב דיר באדערט עס נישט, נא פראבלעם, בי מיי געסט, קיינער וועט דיר נישט סוען.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:37 am
דורך אויס מענטש
די שאלה, צו ער מעג טון וואס ער וויל, און זיך נישט רעכענן מיט זיינע עלטערן קומט בכלל נישט פון דעם קינד אויסערגעווענליכע אויסגערענכקייט,
עס איז דא אזא זאך ווי רעספעקט, און ווער עס פארמאגט דאס, ווייס זייער גוט ווי אזוי שיינערהייט צו גיין אין די וועגן וואס ער וויל, און אויך רעספעקטירן זיין טאטענס מהלך ,
דער פרומסטער טאטע, קען שעפן נחת פון זיין מאדערן קינד, ווילאנג יענער איז א מענטש, און מען זעהט אז ער האט פשוט אויסגעקליבן אן אנדערן לעבנסשטייעגר, אבער א שטייגער.
די וואס טוען די אלע זאכן און בהפקרות, אט די זענען גורם צער פאר זייערע ארומיגע באופן אכזרי מאוד, און רוב מאל דארפן זיי נאך צוקומען צו די גאנצע משפחות טובות, און ווי ווינדערליך יעדער העלפט זיי.
אונטערטשע שורה זייער ווייניג פון די וואס זענען אוועק געגאנגען פון זייער ארגינעלן חינוך, האבן דאס געטון מיט אזא חשבון, און פלאן נישט צו פארשאפן קיין צער, נאר פשוט דאס איז מיר בעסער, אז מען זאל נישט קענען האבן טענות אויף זיי, נאר מצד אנגעווייטאגקייט און פארדרייטקייט וואס פירט זיי ביז אן עקסטרעם פון זיך נישט רעכענען מיט יענעם'ס געפילן.
א קינד וואס פארשטייט זיך כל ימיו מיט זיינע עלטערן, הן מצד די די ריכטיגע אהבה פון עלטערן צו קינדער, וואס איז ווייל דאס איז מיין קינד אפגעזען זיין רוחניות'דיגען אדער גשמיות'דיגען מצב, און כמים פנים אל פנים די אהבת הבנים אל אבותם, בלייבט אלץ גוט מיט זיינע עלטערן און זיי מיט אים, דאס ליגט אין די בריאה, און ווילאנג זייטיגע נטיות קומען נישט אריין, בלייבט דאס כביום היוולדה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:38 am
דורך אויס מענטש
הרב שמעקדיג ראיתי דבריך הנעמים ונהנתי מאוד מאוד יישר כח
חילך לבי קופאי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:47 am
דורך יידל
כ'מיין אז דער עולם פארקריכט. דער שמועס איז נישט צו עלטערן האבן רעכט צו האב צער (כאילו זיי דארפן איינעמס רשות דערפאר). די שמועס איז צו קינדער דארפן זיך רעכענען מיט די עלטערנס צער, און אויב יא צו וועלכע דעגרי, ווען זיי פאסן באשלוסן איבער זייער לעבנסשטייגער.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:53 am
דורך יואליש
עוד ועוד האט געשריבן:א טאטע וויל טוהן וואס איז גוט פאר'ן קינד. ער האלט אז דער חינוך וואס ער געבט איז טאקע לטובת דעם קינד, ווייל אויב ס'נישט לטובתו ווי קומט עס אז א טאטע זאל טוהן עפעס וואס איז נישט גוט פאר זיין אייגן אך עצמי ובשרי.
זיכער אזוי. אבער דו רעדסט עכשיו שנברא.יאיר איז דן אויפן עצם באשליס צו באשאפן א קינד יש מאין. דאס איז א באשליס געמאכט ריין פאר עלטערן'ס פארגעניגן ברוחניות או בגשמיות, ווארום דאס קינד איז נאכנישט דא אז מ'זאל קענען זאגן אז מ'זיכט איר טובה. ווער רעדט נאך ווען מ'האט א קינד בלויז ווייל אין ביהמ"ד שישקעט מען שוין אז זיין אינגסטע גייט שוין אין פלעי גרופע.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:55 am
דורך אויס מענטש
פארוואס זאל מען זיך נישט דארפן רעכענען מיט די עלעטרנס צער???
לדעתי דארף מען שוקל זיין די הפסד הצער כנגד שכרה
און זיין גרייט צו נעמען די צער פון די זייינע אייגענע קינדער הבעל"ט {אדער כלב און קאץ} אינעם עתיד
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:55 am
דורך לעמאן דזשוס
@יידל, אויב איז די צער באגרינדעט און אננעמבאר דאן איז אוממאראליש זיך אויפצופירן מיט עלטערן ציגאנעריש! ווירדן איז העכער אלעם. פאר מער עיין ביוצרות לשבועות בקטע כבד את אביך.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 12:02 pm
דורך דעת תורה
תורה'דיג - בהנחה אז דער שואל איז משועבד צו איר - איז דער ענטפער יא, ער דארף זיך רעכענען מיט זייער צער. הגם אלע פוסקים זענען כמעט איינשטימיג אז א טאטע האט נישט קיין רעכט איינצוטיילן פאר א קינד וואס צו טאן, זאגן זיי אבער אז בפניו טאר מען נישט כדי אים נישט מצער צו זיין. צער גייט אריין בגדר יראה און נישט כיבוד, און הגם פון כיבוד איז דא אופנים וואס מקען זיך ארויסדרייען, אבער פון צער - יראה, נישט.
מאראליש, אן קיין תורה, גייט אריין בגדר די אשכול אויב סאיז שייך בכלל אזאנס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 12:46 pm
דורך יאיר
שמעקעדיג האט געשריבן:במחילת כבודכם, מיין איך אז איר גייט אריבער דאס שטריקל און איר מאכט די זאכן ערגער וווי עס איז.
מענטשן האבן נישט קיין קינדער "בלויז כדי צו האבן א נחת מאשין". ריכטיג, יעדער וויל זעהן נחת, און עס איז נישט קיין פעלער, און א אמת'דיגער ערליכער איד וויל זעהן ערליכע דורות, און דאס וואונטשט מען ביי יעדע שמחה, דורות ישרים ומבורכים ע"ד ישראל סבא וכו',
כ'האב שוין ערגעץ אויסגעשמועסט אין שטיבל, אז ווען השי"ת זאל וועלן אז יעדער מענטש זאל געבוירן ווערן מיט א אייגענע בחירה און נאכדעם אליינס מחליט זיין א וועג אין לעבן, צי ער וויל ווערן א איד צו נישט, און צי וועלכע חסידות ער וויל געהערן, א.א.וו., וואלט ער אים אראפגעשיקט אויף דער וועלט גענצליך אליינס, און אים געגעבן דדים אין די ציינער ס'זאל פיטערן האניג און מילך, ביז ער קומט צום אייגענעם שכל און פארמאגט א כח הבחירה.
למעשה האט דער באשעפער יא באשאפן א מענטש צו עלטערן וועלכע גיבן זיך אוועק פאר זייערע קינדער, בדמים תרתי משמע, מיט קאפ, מח, כח און צייט. און די (אידישע) עלטערן זענען מצווה געווארן אויף חינוך. און חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו. און מיר האבן א תורה וועלכע זאגט אונז וואס מיר מעגן יא טון און וואס איז פארבאטן. און יעדער נארמאלער מענטש ווען ער אינוועסטירט אזויפיל - אפילו בלויז אין א גשמיות'דיגע פראדוקט - איז נאר נארמאל אז ער וויל זעהן אביסעלע פרוכט פון זיין הארעוואניע. און ס'איז נישט ריכטיג צו חוזק מאכן אז ער ארבעט פאר א פראדוקט אזוי לאנג ווייל ער וויל זעהן א נחת פאבריק...
ממילא, איז זיכער אז עלטערן האבן אלע רעכטן צו וועלן האבן נחת, און וועלן זעהן זייער קינד זיך פירן בדרך הישר. אבער עס איז קלאר אז זייער אסאך עלטערן אביוזן דעם רעכט, און פארלאנגען צופיל אויף פלעצער וואס דארט האט ער שוין נישט קיין רשות אריינצוקריכן. א קינד מעג גיין צו א צווייטן רבי'ן, עסן יענעמ'ס מצות אויב זיין רב ערלויבט אים, און האבן אנדערע הנהגות, ווילאנג עס איז נישט שרעקליך אנטקעגן זיין חינוך און שטעכט אויס די אויגן פון די עלטערן. אבער צו זאגן אז ווען א טאטע זעהט א קינד נוצן שב"ק א טעלעפאן האט אים עס נישט א רעכט צו וויי טון? אויב האט איינער נאר א ברעקעלע יראת שמים, ווי קען ער אפילו טראכטן אזוינס?
חכמים הזהרו בדבריכם!
דער לאגישער פראבלעם מיט דעם צוגאנג איז אז לויט דעם דארפן אלע קינדער פון די גאנצע וועלט בלייבן בערך אין דעם גדר וואס די עלטערן האבן זיי אוועקגעשטעלט, ווייל ווי קענסטו אויסטון דעם טורבאן פון קאפ אויב דיין מוסלעמענישער טאטע וועט האבן צער דערפון, און ווי קענסטו אויפהערן גיין אין קירכע יעדן זונטאג אויב דיין קריסטליכער טאטע וועט זיך רייסן די האר פון קאפ אז זיין זון איז אראפ פון וועג?
אין די גוי'אישע וועלט איז א העכסט נארמאלע זאך צו טוישן דראסטיש דעם לייף סטייל ווי אזוי מען איז אויפגעוואקסן. די עטיטוד ביי אונז אז מען טאר נישט ארויסגיין פונ'ם גדר צוליב מאראלישע סיבות נעמט זיך פון די פארקרימטע און פארדרייטע מהלך אין אמונה און אין אידישקייט, אז יעדער אפיקורס איז א פשוט'ער בעל תאוה וועלכער ווייסט גאנץ גוט דעם אמת ביי זיך אין הארץ, און פון די פעלערדיגע לאגיק אז וויבאלד איך גלייב אז איך בין געווען מחוייב דיר צו געבוירן און דיר צו אויפציען על פי תורה ממילא מוזטו אויך גלייבן אז דו טארסט נישט ווידערשפעניגן אין מיר.
פונדעסטוועגן ביסטו גערעכט אז למעשה גלייבט דער טאטע אין די פעלערדיגע אמונה, און דערפאר וועט ער האבן משונה'דיגע צער דערפון, ממילא אלס מאראל מוז זיך דער קינד רעכענען דערמיט, עס איז אודאי נישט גרע פון דעם וואס א מאראלישער מענטש רעכנט זיך מיט'ן צער פון סיי וועלכן בעל חי.