בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 2:19 pm
דורך אבי גערעדט
chasid האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:נוי יארק האט געשריבן:ס'איז נאך דא א פלאץ פאר נאך א סאטמערע רבי?
איך מיין אז איך גיי אריין אין די ליין....
קוקט מיר אויס אז יא, ווייל פארגאנגענע וואך סוף וואך איז כלל ישראל באשאנקען געווארן מיט נאך א סאטמאר'ער רבין
וואס הייסט??
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 2:22 pm
דורך אבי גערעדט
ועוד
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 2:28 pm
דורך דולה ומשקה
לאמיר דאס אזוי אויס שרייבען, דער בעלזא רב איז א 'שמח בחלקו', פארוואס דען נישט?
ער ווייסט אפילו נישט וואס דאס מיינט צאלען א ביל, ער האט אלעס אלעס גרייט פאר איהם, גארנישט קאסט איהם געלט,
אפילו דער הונדרעטער וואס ער גיבט פארן 'מרכז' אדער פאר ר' מאיר בעל הנס, גרייט מען איהם צו פון פריער,
נעם למשל זיין הויז, דארט ווי ער פירט טיש, נעם דער גרויס קייט אין שטח, ער האט דאס פאר צוויי שטאק פאר זיין פריוואט וואוינארט.
זיין סוכה איז דרייסיג ביי פופציג, זיין פריוואטע סוכה.
לאז אויס זיין הויז אין טלסטאון וכדומה.
אויף דער בעלזא רב איז געזאגט געווארען איזהו עשיר השמח בחלקו, ס'דארף נישט זיין איין מיליאן אדער הונדרעט אכציג, ס'נישט קיין נפק"מ, ער דארף נאר דרייען מיט די נאז גלייך קומען אפאר כ'ווייס נישט וואס, אין זיין בקשה איז נתמלא געווארען.
דער בעלזא באקומט א געהאלט מטעם דער קהילה ער איז זייער רב, היות ער נוצט נישט דאס געלט, און נישט דער מעמדות, האלט דאס אין איין וואקסען.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 2:41 pm
דורך משכיל
לויט ווי איך פארשטיי איז צו זאגען אויפ'ן בעלזער אז ער איז רייך און מיינט נאר געלט זייער נישט פעיר,עס ווייזט אז די שרייבער ווייסען נישט וואס זיי רעדען,י
דער ברך משה איז געווען א ביזנעסמאן, מיט געהאלטען ערליך די פינאנסיעלע נייעס, געהאט אינוועסטמענטס, זיך גע'חבר'ט מיט אלע גבירים און נהנה געווען פון זיי, אויך אין די זייט געגעבען הכשרים, ער האט געקענט זאגען אז ער האט 18 שלימים, אבער דער בעלז'ער האט אין זיין גאנצע קהילה כמעט נישט קיין איין ערענסטען גביר,י
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 7:18 pm
דורך איינער
משכיל האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי איז צו זאגען אויפ'ן בעלזער אז ער איז רייך און מיינט נאר געלט זייער נישט פעיר,עס ווייזט אז די שרייבער ווייסען נישט וואס זיי רעדען,י
דער ברך משה איז געווען א ביזנעסמאן, מיט געהאלטען ערליך די פינאנסיעלע נייעס, געהאט אינוועסטמענטס, זיך גע'חבר'ט מיט אלע גבירים און נהנה געווען פון זיי, אויך אין די זייט געגעבען הכשרים, ער האט געקענט זאגען אז ער האט 18 שלימים, אבער דער בעלז'ער האט אין זיין גאנצע קהילה כמעט נישט קיין איין ערענסטען גביר,י
קיינער זאגט נישט אז ער מיינט נאר געלט, און קיינער האט נישט קיין פראבלעם אז ער האט געלט, אדרבה זאל ער האבן מער געלט. וואס מען האט יא א פראבלעם איז אז אפילו האבנדיק אזויפיל געלט נעמט ער מעמדות פון זיינע ארימע חסידים.
איך וויל מיך נישט אנעמען פאר דעם ברך משה. נאר א פונקט, אין סאטמאר געבט נישט קיין מעמדות פארן רבין.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 1:31 am
דורך וחלופיהן
איך האב געהערט אז דער גערער רביס נכסים קומען פון השקעות פון פוילישע יידן וואס זענען אוועק ביים קריג. משפחת אלטער זענען שוין געווען אין ארץ ישראל פארן קריג און מען האט זיי געשיקט געלט משקיע צו זיין און ווען מען האט אויסגעשחטען די משקיעים און זייערע יורשים זענען די שליחים געווארן די יורשים. ווער דען? איך?
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 9:31 am
דורך לעמיל
וחלופיהן האט געשריבן:איך האב געהערט אז דער גערער רביס נכסים קומען פון השקעות פון פוילישע יידן וואס זענען אוועק ביים קריג. משפחת אלטער זענען שוין געווען אין ארץ ישראל פארן קריג און מען האט זיי געשיקט געלט משקיע צו זיין און ווען מען האט אויסגעשחטען די משקיעים און זייערע יורשים זענען די שליחים געווארן די יורשים. ווער דען? איך?
אין דעי וואס האבען יא איבער געלעיבט האבען עס יא צוריק באקימען אדער זיי אויך נישט?
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 10:18 am
דורך איך אויך
לעמיל האט געשריבן:אין דעי וואס האבען יא איבער געלעיבט האבען עס יא צוריק באקימען אדער זיי אויך נישט?
דאס האב איך געמיינט מרמז צו זיין מיט מיינע ווערטער אז איך וויל נישט אריינגיין ווי אזוי די גערר רביס האבן עררייכערט זייער רייכטום.
דו עפנסט אויף א קען אף ווארמס...
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 12:48 pm
דורך הדד בן בדד
איך אויך האט געשריבן:ר' הדד זייט מיר מוחל איך האב וויכטיגערס אויף וואס זיך צו טענהן, די זעהסט מיר אויס צו זיין פונעם דור וואס איז אויפגעוואקסן אז עס איז א מצוה צו זאגן יעדן טאג בער.... סאו גלייב וואס דו ווילסט און גלייב נישט וואס דו ווילסט נישט. (אז די וויסלט דווקא קען מען דיסקוסירן די ח"י שלמים וואס איז באקאנט דער ברך משה האט געהאט אין די שווייצר באנק.)
נ.ב. אז די ביסט שוין עוסק במצוות פליז טוה נאך איין מצוה און שיק מודיע זיין פארען בעלזר רב ווי די 180 מיליאן ליגן ער וועט דיר מכיר טובה זיין.
ר' איך, בארואיג זיך אביסל, דיין אויסברוך מיין איך זאגט מער אויף דיר ווי מיין תגובה זאגט אויף מיר.
איך האב קיינמאל אין סאטמאר נישט געלערענט, איך זאג נישט בער און מיך שטערט נישט ווען יענער זאגט יא, איך מיין ווען איך זאל דארפן אויסרעכענען ביי וועמען איך בין געווען מער טישן, ביים ברך משה צו ביים בעלזער, וועלן זיי אויסקומען בערך אייניג, אפשר גאר מער אין בעלז, כאטש איך וואוין אין אמעריקא. (גראדע בין איך שוין געווען ביי זיין קאמפעטישן אויך, אין בני ברק, סאו יעצט קענסטו שרייען אויף מיר אויף נאך עפעס אויב דו ווילסט).
און יעצט צום ענין איז אזוי. דער ברך משה איז געווען רוב ימיו (אין אמעריקא) א ביזנעסמאן, ער האט געהאט אסאך ביזנעס און אסאך געלט, און איך גלייב שווער אז ער האט געהאט נאר ח"י שלמים (אפשר פאר יום כוא"ב), און איך זעה נישט קיין שום עוולה אין דעם. א רבי מעג זיין א ביזנעסמאן, און א רב זיכער. און צו דעם האט ער געהאט דעם רייכסטן בית המדרש אין בארא פארק, סאו האט ער געהאט אסאך געלט. ר' מאטעלע האט אויך אסאך געלט פערזענליך, און ביי אים קומט עס פון שנארן, נישט פון מסחר. סאו איך ווייס נישט וואס דו פארפירסט מיט דעם.
יעצט לגבי דעם בעלזער רבין, דולה ומשקה האט עס זייער גוט ארויסגעברענגט וואס איך האב געוואלט שרייבן. דו פרובירסט אים אראפצולייגן ווי א איד א בעל חוב, און איך זאג אז ער איז א מיליאנער. זאג איך אזוי, א איד א בעל חוב מיינט אז ער וואוינט אין א פשוט'ע קליינע דירה, ארבעט שווער אפצוצאלן זיינע חובות, באגנוגנט זיך מיט ווייניג, פארט נישט אויף וואקאציע, און אוודאי נישט עטליכע מאל א יאר, אויב האט ער א קאר איז עס א פשוט'ע קאר, נישט קיין טייערע, ערלויבט זיך נישט טייערע מאכלים און טייערע מלבושים, ווען ער מאכט חתונה קומט עס אים אן שווער, און קארגט און רעכנט אויס וויאזוי צו שפארן א דאללער, קויפט נישט קיין הייזער און דירות פאר זיינע קינדער, וגו' וכו'.
א עושר לעבט אנדערש. ער האט א טייערע שיינע גרויסע הויז, א טייערע קאר, פארט אויף וואקאציע ווען און וויפיל ער וויל, אפשר גאר פארמאגט ער איינס אדער צוויי וואקאציע הייזער, קויפט זיך איין וואס עס שמעקט אים אפגעזעהן פון דעם פרייז, ערלויבט זיך טייערע עסן און טייערע מלבושים, מאכט חתונה די קינדער ברייט און צומאל (געוואנדן אין די רייכקייט און ברייטקייט) קויפט ער זיי דירות אדער הייזער, וגו' וכו'.
וועלכע פון די סארט לעבנס ענדלט מער דער לעבן פון דעם בעלזער רב? שריי נישט אז איך זאג בער. צו איך פארגין אים יא צו נישט איז נישט קיין נפק"מ דא, די שאלה איז וויאזוי לעבט דער איד, ווי אן ארימאן, אדער ווי אן עושר. און דעם תירוץ מיין איך ווייסטו אויך. סאו וויין נישט אז דער בעלזער רב איז א בעל חוב פון זיין שוהל, און אז ער האט נישט קיין איין גרויסן עושר צווישן זיינע חסידים. ווילסט מיר זאגן אז דער גור'ער רבי האט אסאאאאאך מער פון אים, מסכים, איך האב נישט געזעהן זייער באנק קאנטע, אבער אזוי הייסט עס. פיין, יעצט ביסטו צופרידן? סאו יעצט ביסטו שוין מסכים אז בעלזער רבי איז אויך א גרויסער עושר?
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 8:00 pm
דורך ניו יארק
הדד, זייער גוט ארויס געברענגט.
אגב, ביי וועמענס טיש ביסטו נאך נישט געווען? די ווייסט אז עס איז נישט געזינט צו זייגען פון צופיל קעלבלעך...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:50 pm
דורך חד גדיא
די נייע ליסטע פון די רייכסטע רבי'ס
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 5:52 pm
דורך א שוויצער
כלל ישראל צאלט אסאך ארויף אויף זייער עשירות
זיי שפירען ווי דאס וועלט איז זייער נכס
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:04 pm
דורך ודי למבין
געב א ליין דא, די חברה האקו א לעבן במלוא מובן המילה. אוי! איך וויל זיין א רבי...
http://www.yourjewishnews.com/2013/11/n30005.html
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 8:18 am
דורך קאפשטיק
ווייסט איינער וויפיל קאסט א בלויע בעקיטשע? אינסטאלן לעלא לייטס, א זילבערנע שטעקן, און א 7 טפחים'דיגער גארטל?
איך מיין איך בין די ריכטיגער קאנדידאד, איך קען נישט לערנען קיין מלה, שלאג מיך מיט יעדן און נאך אסאך מעלות.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 12:32 pm
דורך סאו וואט
ניר בן ארצי, נישט בחנם האבן זיינע אייגענע גבאים געקידנעפט...
דו רעביצען פון נומער 10 איז זי נאך אוועיליבעל?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 12:29 am
דורך רויטע וואנצעס
א גרופע היימישע אידן קויפן די וועלטס טייערסטע דיימאנט פאר 83 מיליון דולר.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OFEy3HPiz8s[/youtube]
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 7:51 am
דורך קאוועניק
כהאב יעצט גרעדט מיט א בעלזע אינגערמאן זאגט ער מיר אז קיינער גיט נישט קיין מעמדות, גיי ווייס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 7:49 pm
דורך ניו יארק
רויטע וואנצעס האט געשריבן:א גרופע היימישע אידן קויפן די וועלטס טייערסטע דיימאנט פאר 83 מיליון דולר.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OFEy3HPiz8s[/youtube]
ער זאגט נישט אז ער רעפרעזענטירט היימישע אידן
נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 8:01 pm
דורך קאווע טרינקער