בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:03 pm
דורך שמעקעדיג
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איין בילד וואס גייט מיר נישט ארויס פון די אויגן און האט פאר מיר אויסגעצאלט די 17 מאות איז ווי א זיבעצען יעריג בחורל אנגעטוען מיט די יוניפארמען פון בטחון דאס הייסט ער האט געדינט פאר די ארטיגע סיקיוריטי זיצט אונטער א בוים מיט א בלויזן כפה סרוגה און איז מעביר סדרה היות ל"ג בעומר איז געווען פרייטאג.

איך הייב אן צו פארשטיין די התנגדות פון סאטמאר.
אויפן סאטמאר רבי'ן פארציילט מען אז ער האט אמאל געטראפן דעם משגיח אין מצה בעקעריי דרימלען, און האט אים תיכף מעביר געווען פון זיין פאסטן!
היתכן דאס לערנען און מעביר סדררה זיין בשעת'ן היטן אויף אידן?

(דיסקלעימער: ביטע צינדט אן אייער סארקאזם דעטעקטארס)

שוין איך זעה אז נישט יעדער שפירט וואס איך האב. נו גוט, כ'וועל מיך נישט טענה'ן.
אבער דאך איז כדאי אדורכצוליינען מיינע לינקס הנ"ל.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:23 pm
דורך ברסלבער
מאראנצןזאפט האט געשריבן: איך בין אנגעקומען דארט מיט דער הנחה אז ס'גייט אויסזען ווי עולה רגל זיין און שמחת בית השואבה ווען חסידים ואנשי מעשה טאנצן מיט דביקות און זענען שואב רוח הקודש, אדער עכ"פ פון דער שמחה חוץ לדרך הטבע וואס דער בני יששכר רעדט פון.

איך ציטער אז ווען משיח וועט קומען בקרוב און מיר וועלן טאקע גיין עולה רגל זיין, וועסטו זיין זייער סורפרייזט, קלערסט אפשר אז מען וועט נאר אריינלאזן דארט די "היימישע"? די אלע מענטשן וואס דו האסט געזעהן אין מירון וועלן דארט אויך אהין קומען.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:25 pm
דורך שרייבער
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך בין אמאל געפארן אויף ל"ג בעומר קיין מירון, וואס זאל איך אייך זאגן פון מיין פרעספעקטיוו איז מירון זייער א שיין פלאץ נאר נישט אויף ל"ג בעומר!
אן אנשיקעניש און אן אנלויפעניש אז ס'איז א שרעק. געהעריג א קארניוועל מיט אלע סארט ענטערטענימענט, אנגעהויבן מיט די שחיטות פון די פרענקען און געענדיגט מיט די מראות קודש פון די חבד'סקער. א ריינער בית הכבוד איז שווער צום געפונען, לאמיר נישט רעדן פון דער מקוה. ראיות אסורות מאנגלט אויך נישט.

דער אמעריקאנער נגיד טאנצט נעבעך ערליך דעם תורתו מגן לנו ווייל ער וויל באצאלן זיין אלף'ל פלאס וואס ס'האט אים געקאסט, און דער ישראלישער טרינקט אסאך קאלא ווייל ס'איז אומזיסט. און סנדר אשכנזי טיילט געבראטנס, אויך נאר פאר די ווי.איי.פי.
איך בין אנגעקומען דארט מיט דער הנחה אז ס'גייט אויסזען ווי עולה רגל זיין און שמחת בית השואבה ווען חסידים ואנשי מעשה טאנצן מיט דביקות און זענען שואב רוח הקודש, אדער עכ"פ פון דער שמחה חוץ לדרך הטבע וואס דער בני יששכר רעדט פון.
איך האב נישט געטראפן דעם יום כיפור אינעווייניג און נישט דעם שמחת תורה אינדרויסן. איך קען עטליכע חסידי'שע הויפן דאהי וואס ל"ג בעומר איז מער מרומם און פרייליכער.
קען זיין כ'האב עס געגעבן צו הויכע ערווארטונגען.

איין בילד וואס גייט מיר נישט ארויס פון די אויגן און האט פאר מיר אויסגעצאלט די 17 מאות איז ווי א זיבעצען יעריג בחורל אנגעטוען מיט די יוניפארמען פון בטחון דאס הייסט ער האט געדינט פאר די ארטיגע סיקיוריטי זיצט אונטער א בוים מיט א בלויזן כפה סרוגה און איז מעביר סדרה היות ל"ג בעומר איז געווען פרייטאג.
איך, דער חניוקישער צושטרויבלטער בחור, דבוק ברבי שמעון ובמשנתו הטהורה עד לאחת, האט 'נישט' מעביר סדרה געווען אויף יענעם פרייטאג.

איך בין שוין געווען אין מירון אבער נישט ל"ג בעומר, און איך פארשטיי דיינע פילינגס ווייל איך האב אויך אזוי געפילט די ערשטע מאל וואס איך בין דארט געווען.
למעשה איינער וואס איז שוין דארט געווען אמאל און ער ווייסט וואסערע מראות צו ערווארטן דארט מן הסתם נעמט ער עס גרינגער אויף, אזוי קלער איך.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:24 pm
דורך געפילטע פיש
לעמאן דזשוס האט געשריבן:נעה. די סיבה אונטערן מהדרין דרך...די אלעס אנדערש קען ער טאקע זעהן אין מאנדרא. כהער אז די מרת. ראטל וועט היייאר זיין ביינאכט אין מירון און במשכ׳ן טאג און פארנאכטס אין מאנדרא יצ״ו. (כמעט ווי יע״א)

לעמאן דזשוס האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:לעמאן דזשוס, פליז זאג מיר אז דו ביסט נאך קיינמאל נישט געווען אין מירון!
אויב נישט, רעקאמענדיר איך דיר צו פארן איינמאל, און דו וועסט אנדערש רעדן...



שמעקעדיג איי לאוו יא. באט איך בין שוין געוועהן....איך האב נישט קיין ווערטער.סא מערת פריצים.

דו טרייבסט זייער איבער וואס ס'גייט פאר אין מירון, מערת פריצים? פארוואס ווייל אפאר פרענקינעס טאנצן אביסל? גלייב מיר אויב זוכסטו דעס קען איך דיר געבן בעסערע אדרעסן ווי ל"ג בעומר אין מירון, יא ס'דא טינעידזשערס דארט, שבב'ניקים, אבער נאטינג ספעשעל, דער אמעריקאנער וואס קומט אן אהין גראד פון זיין 12 שעה'דיגע פלייט, שלעפט זיך מיטן באס, גרייט זיך צו, געגאנגען אין מקוה, קומט אן זעהט ער ווי א גרויסע ווידיאו פונעם מלך המשיח שפילט, און אפאר אויסגעלאסענע מוידן שטייען אויפן וועג ארויף, ווער ער אינגאנצען צורידערט, רובא דרובא אידן וואס גייען אהין גייען זיך אויסבעטן ביי ר' שמעון, מ'טאנצט, מ'וויינט, מ'גייט קוקן אביסל ווי ס'בראט זיך די קרבן פסח, און שוין.

ברסלבער האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן: איך בין אנגעקומען דארט מיט דער הנחה אז ס'גייט אויסזען ווי עולה רגל זיין און שמחת בית השואבה ווען חסידים ואנשי מעשה טאנצן מיט דביקות און זענען שואב רוח הקודש, אדער עכ"פ פון דער שמחה חוץ לדרך הטבע וואס דער בני יששכר רעדט פון.

איך ציטער אז ווען משיח וועט קומען בקרוב און מיר וועלן טאקע גיין עולה רגל זיין, וועסטו זיין זייער סורפרייזט, קלערסט אפשר אז מען וועט נאר אריינלאזן דארט די "היימישע"? די אלע מענטשן וואס דו האסט געזעהן אין מירון וועלן דארט אויך אהין קומען.

וואס הייסט? מיינסט אז מ'גייט נישט מאכן קיין דרך מהדרין? מ'גייט זיך מישן מיט בארוועסע פרויען, בלויע העמעדער, און כיפות סרוגות ר"ל?

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:27 pm
דורך smart
איך שטוין אביסעלע..

דער פותח האשכול האט מיט א פשטות געפרעגט וועגען א טיקעט, האט זיך אנגעהויבען א גאנצע פייט צו סלוינט זיך יא צו פארען אדער נישט.

קיינער האט אים נישט געענטפערט נאר גלייך ארפגעפארען פון די שינעס..

איך מיין אז עס באלאנגט נישט דא, מאך א צווייטע אשכול

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:28 pm
דורך זר זהב
איינער האט יא געענטפערט

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:37 pm
דורך קאווע טרינקער
איך פאהר גראדע, אי"ה.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:47 pm
דורך signout
איך טראכט פין פארען, ווי קען מען נאך האבען ביליגע טיקעטס?

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:50 pm
דורך לעמאן דזשוס
קאווע, מיט דיר איז אנאנדערע מעשה. טראכט איך שוין ערענסטער אריין.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:54 pm
דורך קאווע טרינקער
איינער צאלט דאס פאר מיר. לכאורה פאר גאנצע 20 טעג.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 8:35 pm
דורך דעינעש
גיי און קום לחיים ולשלום, בעהט'ס אייך אויס און פאר דער וואס צאהלט אייך אויס די טיקעט און פאר גאנץ כלל ישרא' אלעס גוט'ס

כי מלאכיו יצוה וכו;

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 9:14 pm
דורך אריק
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר? פארוואס קען מען נישט האלטן די נושא האשכול. איך האב געעפענט דעם אשכול אינדערפרי און נישט געהאט קיין צייט אריינצוקוקען דורכאויס דעם טאג, איך קום אריין איצט, איך זע דער אשכול פארמאגט שוין 2 בלעטער, איך בין געווען זיכער אז איך וועלן דא טרעפן הויפענס מיט אינפארמאציע צו באפרידיגן מיין בקשה, אבער וואס? ווען? וואו??




טישו באקס האט געשריבן:געווענליך איז ל"ג בעומר טאקע א טייערע סיזען, איך האב אבער געקויפט צוויי וואכן פאר פסח ביי אן היימישן טרעוועל אגענט א סטרעיט פלייט טיקעט מיט אל-על פאר אינטער טויזנט דאלער.
די פרייזן זענען אבער לכאורה שוין ארויף געגאנגען יעצט. מיט וויפל ווייס איך נישט.

טישו, וועלכע טרעוועל אגענט האסטו געניצט?

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 10:24 pm
דורך טישו באקס
אריק האט געשריבן:טישו, וועלכע טרעוועל אגענט האסטו געניצט?


Take Off Travel 718-432-1800

צווישן די אלע וואס כהאב אנגערופן האט ער געהאט די בעסטע פרייזן

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 10:27 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז א גניבה חזיריי
שוין, כ'האב גארנישט געזאגט

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:22 am
דורך בדחן
signout האט געשריבן:איך טראכט פין פארען, ווי קען מען נאך האבען ביליגע טיקעטס?


1020 מיט א סטאפ air france.
Do all האט delta אן א סטאפ פאר $1100

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:27 am
דורך גנדי
איז דא אפשר א כולל מירון אזוי ווי כולל חצות. ווי מיר קענען זיך איינשרייבן אין פארן פאר אימזיסט דורך מתפלל זיין פאר די שטיצערס?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:11 pm
דורך דעינעש
עפעס אפ-דעיטס אין דעם פעלד, האט ווער צוציגעבן!?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:02 am
דורך אריק
בדחן האט געשריבן:
signout האט געשריבן:איך טראכט פין פארען, ווי קען מען נאך האבען ביליגע טיקעטס?


1020 מיט א סטאפ air france.
Do all האט delta אן א סטאפ פאר $1100

גענומען ביי דעלטא פאר $1,270

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:24 am
דורך דעינעש
פין דעלאט סטרעיט געקויפט??

וואסי די שפרונג פון 1100?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:17 am
דורך לעמאן דזשוס
למעשה. קען איך מיטשיקן מיט איינעם א קוויטל, מיט אביסל ח״י רוטל קאווע?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 3:21 am
דורך טישו באקס
לעמאן דזשוס האט געשריבן:למעשה. קען איך מיטשיקן מיט איינעם א קוויטל, מיט אביסל ח״י רוטל קאווע?


א קוויטל מילא. אבער די קאווע זעהט מיר אביסל אויס פארדעכטיגט, נאכדערצו אזא קוואנטום ווי ח״י רוטל...

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 9:34 am
דורך קינות גירושין
סאיז דא א אלעל סטרייק גייט עס עפעקטען מיין טריפ פון מארגען נאכט? אויב יא גייען זיי מיר עפעס פארגיטיגען שאדען למשל האטעל קאסט ועוד??

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 11:40 am
דורך טישו באקס
אלעל האט יעצט אפדעיטעד איוף זייער וועבסייט אז אלע מארגנדיגע פלייטס פון ניו יארק צו תל אביב זענען געקענסלט